בלאט 1 פון 1

קאך-ביכער אויף יידיש

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 05, 2010 2:17 am
דורך אריאל
ווייסט אפשר עמעצער, צי ס'איז פאראן קאך-ביכער אדער באק-ביכער אויף יידיש?
אויב יא, ברעגט ביטע, פרטים וועגן דער אינהאלט? און ווו פארקויפט מען?

און א חוץ ביכער, עס זענען פאראן אויפן אינטערנעץ אזעלכע קאך-רעצעפטן?

א שיינעם דאנק.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 05, 2010 10:39 pm
דורך ביקסאד
דייקא אידיש ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 06, 2010 10:00 am
דורך פריילאך
באמת נאדעם וואס עס ערשיינט וועכענטליך אינעם עונג שבת אזעלכע פיינע רעצעפטן, און לעצטענס אויך אינעם אשת חיל צעטל, וואלט זייער גרינג געווען ארויסצוגעבן א ביכל דערפון.

נאכדערצו אז איך הער פונעם בעל'הבת'טע א זיי שרייבן זייער פיין.

נו ארויסגעבערס ביטע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:00 am
דורך bailout
די ביזט דאך פון ארץ ישראל, די באלייכטונגען האט יעדע וואך עטליכע רעצעפטן, רוף זיי אן און פרעג זיי אויב זיי האבן א עקסטערע פייל דערפון.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:32 am
דורך אריאל
ס'איז מיר אינטערעסאנט צו זען ווי אזוי עס זעען אויס אזעלכע רעצעפטן אויף יידיש. אויב קאן עמעצער אהער ברענגען עטלעכע פאטאגראפיעס פון די דערמאנטע אויסגאבעס, וועט עס זיין זייער שיין פון זיין זייט. און אפשר וועלן אויך אנדערע הנאה האבן דערפון.

dailout . כ'האב נישט פארשטאנען וואס איר מיינט מיטן ווארט, באלייכטונגען.

דערווייל, האב איך זיך דערוווסט אין דעם צוגעשטעלטן לינק, אויף דעם ערשטן קאך-בוך אויף יידיש, וועלכער איז דערשינען געווארן אין יאר 1901 און אויפן שער-בלאט שטייט: "פארפאסט פון א אידישע פרוי, וועלכע האט 45 יאהר ערפאהרונג אין אייראפעאישער און אמעריקאנישער קוך" דער פרייז 15 סענט.

http://www.loc.gov/exhibits/haventohome ... ntury.html

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:41 am
דורך רעלמייר
עס איז דא א קאך בוך אין אידיש, גיי אריין צו בית הספר אין וויליאמסבורג (זוך אויף אויף גוגל די דירעקשאנס פון ארץ ישראל צו וויליאמסבורג) זיי האבן עס. - גראדע מיין איך אז עס איז ארויסגעקומען אין ארץ ישראל.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 17, 2010 9:53 pm
דורך ביקסאד
פון דער מאמעס קאך
ארויס געגעבען דורך ש. זיסל, שנת תשס"ג.

איהר ריכטיגע נאמען שטייט אין דעם בוך,
שרה משי זהב, לע"נ אמה,
אלטע צפורה רחל פיגא שיינבערגער ב"ר צבי הירש בלוי נפטרה כ"ג שבט תשס"א,
אוואו זי גיבט אויך א דאנק פאר איהר טאכטער, אסתר קרעמער.

צו באקומען ביי : אגודת תורה ליכט,
טעל : 02-537-6975, פקס : 02-538-8040



הודעה 2900