בלאט 1 פון 1

נאך איינער אינטערעסירט עפענן אשכול וועגן ADD

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 28, 2010 7:07 pm
דורך נשמה
איז דא נאך אפאר חברה וואס ווילן ס'זאלווען זיין אן אשכול וועגן ADD ?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 28, 2010 7:50 pm
דורך נשמה
איך האב גאנצע פעק צו שרייבן זענען דא נאך חברה וואס ווילן פסיכאלאגירן ארום דעם אין די גויאישע וועלט איז שוין דא אזאנס אבער בעסער אין די אידישע וועלט, מאכן אזא אשכול ווועגן ADD ATENTION DEFICIT DESORDER בערך אזוי גאגלט עס אויפן אינטערנעט הצלחה ס'מוז אבער זיין גענוג חברה וואס זענען אינטרעסירט צו פסיכאלאגירן ארום און ארום אלע שיטות און דיעות ווער ס'וויסט ביטע ביטע ביטע אולי איז דא נאך חברה וואס זענען נייגעריג נישט דוקא אין....

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 28, 2010 7:53 pm
דורך פייטל
גם אני מצטרף

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 28, 2010 8:17 pm
דורך שטארק זיך
צופעליג איז שוין דא עפעס אן אשכול דערוועגן, געעפנט דורך א ניק מיט'ן נאמן adhd, מען קען אפשר אפיר קראצן.

אבער ס'שאדט נישט נאך או אשכול,

סייווי, אן adhd, האט ליב צו שפרינגן פון איין אשכול צום צווייטן...

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 28, 2010 8:18 pm
דורך והוא פלאי
ADHD אויך?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 28, 2010 8:21 pm
דורך והוא פלאי
דאס גופא איז א פלפול צו עס איז צוויי באזונדערע זאכן צו עס איז בשורשו איינס

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 28, 2010 8:23 pm
דורך חיים של פרנסה
סאיז דא עקספיריענס וואס מען קען מיטטיילן.
מקען פארשטיין, אז יעדער האט אביסל הייפעראקטיוויטי, די ווארט איז נאר ווער עס איז אווער דאוזד.

באמת אמאל איז נישט אזוי געפערליך געווען ווייל יעדער מענטש האט געמעגט זיין ווי אזוי ער איז, אבער היינט וואס די מוסדות זענען באשטימט מיט גרעניצן, און יעדער דארף זיך צופאסן צום ריטם ווערט א פראבלעם.

עס איז פארט א פאקט, מען קען עס נישט לייקענען, עס עקזיסטירט, און סגעהערט צום גלות אלף השישישישישי, אבער אסאך זענען שוין אויסגעוואקסן דאס ביסל וואס זיי האבן געהאט דערפון מיט די הילף פון מלמדים וואס האבן געקענט באשטיין צו ליידן, און זיי באגאסן מיט עמערס ליבשאפט און א שטארקע דיסציפלין, נא, די גמרא זאגט דאך אזוי, שמאל דוחה וימין מקרבת.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 28, 2010 8:31 pm
דורך שטארק זיך
ר' פלאי:

אלע סארטן ADD'ס גייעו היינט אונטערן הויפט נאמען ADHD און עס איז צוטיילט אין subtypes, למשל די רוהיגערע פארמאכטע א.ד.ד.'ס ווערט אנגערופן: ADHD the inattentive type, די הייפעראקטיווע הייסן דאכט זיך: ADHD the attentive type.

אבער אלעס לויפט אונטער ADHD.

......
דער עולם האק אריין, איך באציה זיך צו פלאי'ס ערשטע תגובה.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 28, 2010 8:35 pm
דורך שטארק זיך
חש"פ:

נו אוודאי איז אמאל געווען גרינגער, א קינד וואס איז נישט איינגעזיצן ביי די גמרא, האט דער טאטע געשיקט ארבייטן ביי אן ערליכן בעל מלאכה ביי די דרייצן יאר.

און זאג, דו קענסט איין משמש וואס איז נישט קיין ADD?
נו, גילוי...

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 28, 2010 8:59 pm
דורך חיים של פרנסה
נישט אזוי ווייט ארבעטן, רוב עולם האט געארבעט אפילו ווער ס'האלט געוואלט זיצן, א נישט האט מען געהונגערט,נאר איך מיין צו זאגן אז אין חדר איז נישט געווען אזוי דריקיג, איך רעד נישט פון נאך די מלחמה, איך מיין אפילו נאך בזמן אמוראים לויט ווי אזוי די גמרא שטעלט אראפ א חדר דארף זיין, נו ווי אזוי שטייט דארט? כהאב א פיש טאנק א.א.וו. איך ווייס נישט אין וועלכע מסכת עס שטייט, קוק אביסל אין אשכול חינוך כהיום, כהאב עס אנגעהויבן (און נישט גענדיגט) שרייבן נאך ווען איך האב געזען דאס דאזיגע אשכול.