הילף מיט GPS אין ארץ ישראל
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 26, 2010 11:45 pm
איז די מעשה אזוי.
כ'האב מיר איינגעהאנדלט אפאר יאר צוריק א GPS אין ארה"ק, דא אין ניו יורק באניץ איך מיך קיינמאל נישט דערמיט, נאר יעדן מאל וואס איך פאר קיין ארץ ישראל - וואס דאס פאסירט גאר אפט - וויש איך אפ די שטויב דערפון, און איך נעם אים מיט, האט זיך מיר געמאכט אזא פראבלעם, היות ער איז שוין אפאר יאר אלט איז די אינפארמאציע נישט פונקטליך, און נייע גאסן-געגענטער פארמאגט ער בכלל נישט, בין איך ארויף אויף די קאמפאני'ס וועב-זייטל, זאגן זיי אז פאר 250 שקל קען איך זיי שיקן א אימעיל, און דערנאך זיי קאלן, און דערנאך וכו', און ביז אפאר טאג וועלן זיי שיקן א אפדעיטעד מאפע.
בין איך דאך אבער זיכער אז כלל ישראל פארמאגט גרינגערע עצות ווי דעם... היות איך בין אבער א גרויסער עם הארץ ווען עס קומט צום GPS ביטע ווער עס קען מיר העלפן דערווישן א אפדעיטעד מאפע פון די מדינה וואס זאל זיין גוט פאר א 4PLAY GPS.
ייש"כ למפרע.
שלכם
גראדער