בלאט 2 פון 5

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 10:43 am
דורך די קאץ ארויס פון זאק
איך האב געהאט א געשמאקע עקספיריענס מיט הופמאן טורס, מיט זיין געשמאקע יודש וואס איז א יקר המציאות אין ארץ ישראל אין זיין צייגען יעדע אינטערסאנטע פלאץ אין זיינע פיינע באקעוועמע באסעס. לג בעומר האט ער יעדע פעפצען מינוט באסעס פון פילע געגענטען.

פארען אליין מיט א קאר קען זיין סכנות נפשות, יעדע שלעכטע דריי קען מען אריינפאלען אין א געדעכט ארביש דארף, איך האב געהאט א ארץ ישראליגע דרייווער פאר איינטאג אין דער פויפס איז דאן געווען דארטען וואס האט פארקירוועט דעם גאנצען טרעפיק, ער האט האט מיט א שלעכטע דריי פארפארען אין א דארף אין אלט שטאט, איך בין אפגעקומען מיט א שפיי אויפן פענסטער אין מיטן צייגען פויסטען

עס כדי זיך נאך פרעגען אלע אמעריקאנע סטייל רעסטעראנטס ביפאר כדי צי האבען עפעס אין מויל צי נעמען, וויל אין אנדערע רעסטעראנטס קען קענט איר האבען דיפס מיט פאלאפעל אין נישט מער.

מען זאל זיך נאכפרעגען ווי צי טוישען דאלארען פאר שקלים, רוב געשעפטען נעמען היינט נישט די אמעריקאנע אומסטאבילע גרינע, אין מען זאל נישט ווערען צימישט פון די דארטיגע וואלוטע.

נישט ווערען דערשראקען ווען מען דיכענט אין א העלען דינסטאג, מיר איז געווען דיזי זייענדיג דאס ערשטע מאל דארטען אין זעהענדיג ווי מען דיכענט,

זייט גערישט מען וועט אייך באפאלען נאכגעלט, מען שמעקט דארט אמעריקאנע פון מיילען ווייט.

ידוש איז דארט נישט בנימצא כמעט, אין געשעפט קען מען רעדען ענגליש אדער העברעיש.

האטס א גליקלעכע רייזע, אין פויעלטס אלעס גיטס.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 11:33 am
דורך פונקטליך
ווי 'קאץ' ברענגט ארויס באפאלן זיי די אמעריקאנע נאך געלט, צוליב דעם איז מיין מנהג אז איך נעם מיט א טלית אן א עטרה.. בדוק ומנוסה...

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 12:41 pm
דורך אויפריכטיג
איך האב דאס אויך באמערקט פארגאנגענע מאל, אז וויבאלד איך האב אן עטרה לויפט מען מיך נאך פאר געלט.

דאס יאר האב איך געקויפט א נייעם טלית פאר פסח, וועל איך אי"ה מיטנעמען ס'אלטע.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 1:25 pm
דורך די קאץ ארויס פון זאק
גראדע מיך האט מען נאכגעלאפען אינמיטען העלען טאג אויף גאולה, יענער איז מיר באפאלען מיט א פאק המלצה בריווען.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 1:50 pm
דורך אויפריכטיג
ווייסט איינער צי מען קען זיך באנוצען מיט די היגע בלעקבעריס אין אר"י?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 2:47 pm
דורך אויפריכטיג
באקומען אין טוויטער; וואס מיינט דאס?

ISRAEL: The PM Office Plans On Taking Control Over Kever Rashbi In Meron; Meaning All The Chazokos Etc. Will No Longer Be In Effect.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 4:30 pm
דורך קרעמער
מסתמא א וויץ

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 4:40 pm
דורך אויפריכטיג
עס קומט פון "קול העולם" וואס שיקט נישט געווענליך קיין וויצן.

האט א חלק אין איבערבויען די אור אלטע ביהכ"נ פון רבי שמעון

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 17, 2011 9:09 am
דורך קליקו
האט א חלק אין איבערבויען די אור אלטע ביהכ"נ פון רבי שמעון
זעהט דא

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 17, 2011 9:14 am
דורך פונקטליך
אויפריכטיג האט געשריבן:ווייסט איינער צי מען קען זיך באנוצען מיט די היגע בלעקבעריס אין אר"י?

ווענד זיך וועלכע בלעקבערי

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 17, 2011 9:22 am
דורך מי יודע
אויפריכטיג האט געשריבן:באקומען אין טוויטער; וואס מיינט דאס?

ISRAEL: The PM Office Plans On Taking Control Over Kever Rashbi In Meron; Meaning All The Chazokos Etc. Will No Longer Be In Effect.

וואסערע חזקות?
די פלעצער ווי מען צינדט הדלקות? אדער עפעס אנדערש

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 17, 2011 9:41 am
דורך אויפריכטיג
פונקטליך האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:ווייסט איינער צי מען קען זיך באנוצען מיט די היגע בלעקבעריס אין אר"י?

ווענד זיך וועלכע בלעקבערי

איך האב א בלעקבערי קוירב.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 17, 2011 10:10 am
דורך ohrchodosh
My curve worked fine

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 17, 2011 10:24 am
דורך נאפאליאן
אויפריכטיג האט געשריבן:באקומען אין טוויטער; וואס מיינט דאס?

ISRAEL: The PM Office Plans On Taking Control Over Kever Rashbi In Meron; Meaning All The Chazokos Etc. Will No Longer Be In Effect.


נישט קלאר וועלכע חזקות זיי רעדן דארט, ווייל לויט ווי די ריזין-באיאן'ע גיבן איבער איז די חזקה וואס זייער זיידע דער ריזינ'ער האט אפגעקויפט פון די ספרדים, באשטעטיגט געווארן דורך די מדינה, און זי רעכנט זיך מיט די חזקה

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 17, 2011 11:39 am
דורך הערליך
עס ליגט מיר אין קאפ איינער זייער א גוטער דרייווער שמחה'לע דאווידאטש, איינער קען אים?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 17, 2011 12:06 pm
דורך פונקטליך
שטערן/שפאקטיוו, מיט די קשרים אין זק"א?...

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 17, 2011 12:11 pm
דורך הערליך
פשי האסטו א זכרון, יעצט דערמאן איך מיך טאקע פון די ארטיקל, דער ארטיקל מאכט מיך אויסזעהן ווי א אנגארישער, ווייל איך לאך יעדעס מאל וואס איך דערמאן זיך דערפון.

ערענסט גערעדט, יעדער איינער וואס פלאנט צו פארן וואלט געדארפט דורעך ליינען יענעם ארטיקל, אפשר וואלט כדי גוועהן איינער זאל עס דא ארויפשטעלן

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 17, 2011 1:41 pm
דורך אויפריכטיג
איז פאראן א מעגליכקייט צו האבן אינטערנעט אויפן פליגער?

אין קאפ ליגט מיר אז עס איז אמאל געווען אן אשכול דעריבער, איך געדענק נישט וואו און וואס?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 17, 2011 10:50 pm
דורך leiby
אויפריכטיג האט געשריבן:איז פאראן א מעגליכקייט צו האבן אינטערנעט אויפן פליגער?

אין קאפ ליגט מיר אז עס איז אמאל געווען אן אשכול דעריבער, איך געדענק נישט וואו און וואס?

viewtopic.php?f=21&t=12219

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 18, 2011 3:59 am
דורך שוטה
אויפריכטיג האט געשריבן:באקומען אין טוויטער; וואס מיינט דאס?

ISRAEL: The PM Office Plans On Taking Control Over Kever Rashbi In Meron; Meaning All The Chazokos Etc. Will No Longer Be In Effect.


http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=27734

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 18, 2011 4:37 pm
דורך קליקו
בילד
ווער האט געבויט די מעכטיגע אהל?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 18, 2011 5:02 pm
דורך ארט און מוזיק
ווער עס גייט צום כותל אדער צו די "סאטמערע פארטש" איז די בעסטע צייט צו גיין פרייטאג נאך חצות, אזוי דארף מען זיך נישט רייסן קריעה ווען מען זעהט די מקום המקדש.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 18, 2011 5:04 pm
דורך יהיה כן
דער בנין על קבר הרשב"י במירון האט געבויעט רבי אברהם גאלנטי וועלכער איז געווען בימי האר"י ומגדולי תלמידי הרמ"ק (החיד"א בשם הגדולים מערכת א')

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 18, 2011 5:08 pm
דורך פונקטליך
קודם כל א רייס טוהן אויפן חורבן קען מען שוין אויך נישט? אז מ'דארף שוין זוכן וועגן וויזוי מ'קען זיך ארויסדרייען?

והשנית, נישט גיין אין אלטשטאט פרייטאג נאכמיטאג, ס'איז א מקום סכנה.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 18, 2011 5:11 pm
דורך ביקסאד
ארט און מוזיק האט געשריבן:"סאטמערע פארטש"

איר מיינט הר הצופים ?