בלאט 5 פון 5

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 12, 2014 6:11 pm
דורך טאגליכט
פאר דוקא האט געשריבן:יץאיך וויל אויך וויסן איבער טורס קיין צפת טבריה זונטאג
green sunday האט געשריבן:
טאגליכט האט געשריבן:מער ווייניגער, שוויצען, טרינקען חי רוטל, אדער טיילען חי רוטל. מער פון דעם איז נישטא וואס צו טוהן

נישטא ערגץ ווי מקען גיין אויף אנדערע מקומת, צפת טבריה עמוקה און צוריקומען און אויב סיז דא טורס פאר דעם ?


ווי זענט עטץ געווען די לעצטע פאר יאר, איך פלעג מסדר זיין אזעלעכע טורס, און איך האב קיינמאל מישט מצליח געווען (חוץ פאריאר) צו אנפילן קוים איין באס... טו לעיט היי יאר בלייב איך אינדערהיים

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 12, 2014 6:22 pm
דורך פאר דוקא
העי זיי דיר מחזק, מאך אזא טריפ,
וואס קאסט עס?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2014 10:54 am
דורך green sunday
אפשר קען מען נאך עפעס מאכן? מזומן זעמער שוין וויפל נאך דארפסטו האבן?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2014 11:25 am
דורך פאר דוקא
טאגחיכט קום אריין

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2014 12:52 pm
דורך טאגליכט
קוקט נישט אויס אז סוועט געשעהן מכוח אל הפועל, אז סזאל זיך מיר לוינען דארף איך האבן חאטש 10 קאפלס פאר 2 טאג, און איך גלייב נישט אז סוועט געשעהן.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2014 12:55 pm
דורך green sunday
טאגליכט האט געשריבן:מער ווייניגער, שוויצען, טרינקען חי רוטל, אדער טיילען חי רוטל. מער פון דעם איז נישטא וואס צו טוהן

סא בלייבט נאר די אפשען? סווערט מיר גיט

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2014 12:56 pm
דורך טאגליכט
green sunday האט געשריבן:
טאגליכט האט געשריבן:מער ווייניגער, שוויצען, טרינקען חי רוטל, אדער טיילען חי רוטל. מער פון דעם איז נישטא וואס צו טוהן

סא בלייבט נאר די אפשען? סווערט מיר גיט


פאר צוויי דריי הונדערט שקל קענסטו נעמען עני מונית סתם אזוי ארום צופארן קברי צדיקים און די געגענט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2014 1:05 pm
דורך green sunday
זיי לאזט מען יא אריין אין ארויס אין מירון?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2015 12:06 pm
דורך קהלס נאר
לג בעומר תשע"ה

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2015 1:50 pm
דורך משיח
איך האף אי"ה צו פארוויילן אויבן אין מירון פון ערב ל"ג בעומר ביז מוצאי - מיט א פריינד מחשובי תושבי הקרעטשמע,
איך האב אבער שטארק חשק צו גיין קיין צפת (והגלילות?) ערגץ במשך די 30 שעה. אדער ערב ל"ג בעומר אדער ל"ג בעומר אינדערפרי,
וואס איז מיין בעסטע אפציע?
איז כדאי צו נעמען א באס פון ירושלים קיין צפת ערב יום טוב אינדערפרי, און פון דארט אריבער קיין מירון אין די נאכמיטאג שעות?
אדער איז מער כדאי זיך אריבערצוכאפן אינדערפרי קיין צפת, און אפאר שעה שפעטער צוריק צו קומען קיין מירון?
אדער איז גאר דא טורס פון מירון צו די אומגעגענט?
ווער קען ארויסהעלפן?

ידיעות בעניני שמיטה הנחוצים להנוסעים למירון

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2015 2:13 pm
דורך נא_שכל
אין לייג דא ארויף א גליון וואס איז היינט געווען אין די בתי מדרשים, ער ברענגט און קורצן די וויכטיגע ידיעות און הלכות בעניני שמיטה. לידיעה בעלמא: אז כנראה מבין השיטין אז דער שרייבער איז מחסידי צאנז - קלויזנבורג (וכלומר: שאין בו חומרות או מנהגי "סאטמאר"... אבל ידוע (?) שרבינו בעל שו"ת דברי יואל זי"ע הקפיד שלא לאכול מייבול נכרי, אלא העדיף בפירות חו"ל, על אף שלא החמיר ולא אסר לאלו הדרים שם בכל השנה, ואולי מן הנכון שחסידי סאטמאר שנוסעים לזמן קצר לא"י לשאול מרב או הדיין שלהם אם מהנכון להחמיר בזה. וגם החמיר שלא לשתות חלב של פרה שניזון בפירות שביעית.)

(עס איז נישט אזוי קלאר, אויב איינער האט די ארגינעלע קען מען עס ארויפלייגן לתועלת הציבור):

ידיעות-בעניני-שמיטה1.jpg