בלאט 1 פון 1
דישיטעל שבת זייגער פריזט......
פארעפענטליכט: שבת אפריל 17, 2010 6:50 pm
דורך שמאטע
קען מיר איינער מסביר זיין וויאזוי אזאנץ פאסירט ? מיין דישיטעל שבת זייגער האט באשלאסן אז דאס איזעס! ער האט שוין געניג געארבייט, ער גייט רעסטן.... פשוטו כמשמעו, מ'קען גארנישט טיען!!! ער רירט זיך נישט,
ווי ס'קוקט אויס איז ער געגאנגן שלאפן פאריגע וואך מוצאי שבת, ווייל אויפן זייגער שטייט דעי צייט, אין זייט דעמאלטס קען מען נישט אנצינגן אין מישט אויסלעשן די זייגער,,,, צי ווייסט איינער וויאזוי איז מעגליך עם צי מאכן ארבייטן צירוק ?? איך האב שוין פראבירט מיט שיינעם ס'גייט אבער נישט, איך האב מורא כ'על זיין געצווינגען צי ניצען מער שטרענגערע מיטלען,
נא וואס האלט עטץ זאלעך טיען ???
פארעפענטליכט: שבת אפריל 17, 2010 7:36 pm
דורך farshlufen
אויב איז עס נישט קיין
Aube
האסטו שוואכע טשאנסן ס'זאל זיך ערוועקן.
ארבעט עס אויף א בעטערי, אדער נאר אויף לעקטעריסעטי?
פארעפענטליכט: שבת אפריל 17, 2010 7:40 pm
דורך די גרויסע עפל
קוק אויב ס'האט א קליינע ריסעט באטען.
אדער אויב ס'ארבעט אויף בעטערי, טריי עס ארויסצונעמען אין צוריק לייגען.
פארעפענטליכט: שבת אפריל 17, 2010 7:43 pm
דורך די גרויסע עפל
וועלעכע קאמפעני איז עס ?
פארעפענטליכט: שבת אפריל 17, 2010 10:38 pm
דורך שוועמל
גיב א קוק צו דער סירקוט ברייקער (מפסק) איז נישט אראפגעדרוקט.
טאמער יא, דאן צינד עס צוריק אן.
טאמער נישט, דאן לעש אויס און צינד עס צוריק אן, אפשר וועט דער זייגער זיך אויפוועקן פון זיין שלאף.
לאז אונז וויסן די תוצאות.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 18, 2010 2:27 pm
דורך שמאטע
איך בין יעצט נישט אינדערהיים ( בעסער געזאגט, איך בין אין ארבייט) מעמערעס אויסטשעקן ווען וועלמער זיין אין שטוב,
א גרויסן שכח אלע חבירים וואס האבן זיך אנגעשטרענגט צי ענטפערן, אין אמת'ן אריין האט די אשכול געזאלט ארויפגיין נאך פאר שבת, אבער עפעס האט די זייטל נישט געוואלט קאפערירן. סוי האמער געברויכט ווארטן ביז מוצאי שבת קודש.
אה שיעור פארגעסן, פאר דעי וואס ווילן וויסן וואס כ'אב זיך אן אייצע געגעבן. זאלן וויסן אז כ'האב זיך טאקע נישט קיין עצה געגעבן, אין מ'האמיר ליידער געברויכט עסן צים שיין פין די שבת ליכט... באט דאונט ווארי. מ'האנער ב"ה הנאה געהאט, כ'אב שוין אפילו אנגעהויבן טראכטן אז ס'איז אפשר שענער ווען די לייט ארבייט נישט..... ווייסט ס'אזוי דים.... ( נישט ר' שלום לעיזער..)
עניוועי, אינץ וועלמער צירוק קימען אי"ה.
גאאד ביי נאיי
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 18, 2010 3:32 pm
דורך שמאטע
farshlufen האט געשריבן:אויב איז עס נישט קיין
Aube
האסטו שוואכע טשאנסן ס'זאל זיך ערוועקן.
ארבעט עס אויף א בעטערי, אדער נאר אויף לעקטעריסעטי?
ס'איז יא געווען פין די קאמפעני, מ'האמער עס ריסעט, אין ער ארבייט ב"ה
שכח פאר אלע חבירים פארן ארויסהעלפן !! אשריך יודישע וועלט שזכית לכך!!!!!!