בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 05, 2011 1:36 pm
דורך רשכבהג
טרעגער האט געשריבן:קרעמער, ווער איז דער וואס שטייט ביי די א.ג. ירידת הדורות טעפל, און באשליסט כסדר ווי איר צו דרייען און פירן.

ווער באשליסט דעם ירידת הדורות ירידה, טאקע דער דור ירוד, אדער איז דא אויף דעם מורידים וואס זענען אויף דעם ממונה

די ירידה כללית מאכט איינער פון דערווייטענס (פון דער נאנט - ס'זעט נאר אויס ווייט) , די ירידה פרטית מאכסטו.
די גרויסע שיף איז דערטראנקען ווייל די קאפיטאן האט אריינגעקראכט, די ביסט דערטראנקען געווארן ווייל די האסט נישט געכאפט א קליינע רעטונגס שיף. והבן כי הוא עמוק עמוק.

חיים של פרנסה די גייסט נאכקומען מיט לעזונגען אדער די ווארטס אויף אונזערע עצות?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 05, 2011 1:50 pm
דורך רשכבהג
JOELHEALTH האט געשריבן:עס איז דא א פראבלעם אין די מוסדות מיט די עלטערע מלמדים וואס זענען שוין נישט גיט פאר די קינדער, וטראכט איך צו עס וואלט אפשר געווען א עצה אז די מוסדות זאלן זיין אחריות אין זיי פארשאפן א אנדערע פאסטען ביי א קאמפעני ווי זיי האבען א השפעה....וואס האלט דא דער עולם?

טובה מרדות אחד יותר ממאה מלקוית אויב גיסט זיך פון אן עלטערע מלמד יראת שמים איז עס מער ווערט ווי 1000 דרשות און ארס&קרעפטס פון א יונגערע מלמד.

אויב אבער זיצט ער סתם און ווייזט א סעמפעל פון ... כל זמן שמזקינים דעתם... איז יא לכאור' דארף ער שנעל ווערן א סובסיטוט אדער באס רבי

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 05, 2011 3:06 pm
דורך שטארק זיך
רשכבהג האט געשריבן:
JOELHEALTH האט געשריבן:עס איז דא א פראבלעם אין די מוסדות מיט די עלטערע מלמדים וואס זענען שוין נישט גיט פאר די קינדער, וטראכט איך צו עס וואלט אפשר געווען א עצה אז די מוסדות זאלן זיין אחריות אין זיי פארשאפן א אנדערע פאסטען ביי א קאמפעני ווי זיי האבען א השפעה....וואס האלט דא דער עולם?

טובה מרדות אחד יותר ממאה מלקוית אויב גיסט זיך פון אן עלטערע מלמד יראת שמים איז עס מער ווערט ווי 1000 דרשות און ארס&קרעפטס פון א יונגערע מלמד.

אויב אבער זיצט ער סתם און ווייזט א סעמפעל פון ... כל זמן שמזקינים דעתם... איז יא לכאור' דארף ער שנעל ווערן א סובסיטוט אדער באס רבי

איי האסטו גוט געזאגט, שפתיים ישק.

אין א זייטיגן נאטיץ: א באליבטער מלמד איז נישט אלס א גוטער מלמד, וכן להיפוך.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 05, 2011 5:03 pm
דורך סמארט
רשכבהג האט געשריבן:
JOELHEALTH האט געשריבן:עס איז דא א פראבלעם אין די מוסדות מיט די עלטערע מלמדים וואס זענען שוין נישט גיט פאר די קינדער, וטראכט איך צו עס וואלט אפשר געווען א עצה אז די מוסדות זאלן זיין אחריות אין זיי פארשאפן א אנדערע פאסטען ביי א קאמפעני ווי זיי האבען א השפעה....וואס האלט דא דער עולם?

טובה מרדות אחד יותר ממאה מלקוית אויב גיסט זיך פון אן עלטערע מלמד יראת שמים איז עס מער ווערט ווי 1000 דרשות און ארס&קרעפטס פון א יונגערע מלמד.

אויב אבער זיצט ער סתם און ווייזט א סעמפעל פון ... כל זמן שמזקינים דעתם... איז יא לכאור' דארף ער שנעל ווערן א סובסיטוט אדער באס רבי


לכאורה האט יואלי ענדערש געמיינט די צווייטע סארט וואס דו דערמאנסט, וואס ביז נישט לאנג צוריק איז נאך געווען א שיין ביסל פון זיי אין די היימישע מוסדות

א באס רבי, נישט קיין שלעכטע פלאן פאר א רעטייערטע מלמד...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 3:28 pm
דורך JOELHEALTH
המדובר הוא כשהכל מסכימים שהמלמד אינו טוב לאמנתו ,רק הנהלה לא רוצים לשלחו ,דאחריות פרנסתו אליהם ככל קארפ. בUSA 
למוסדות יש השפעה על הרבה קאמפעניס ,לא רק באס מלמד שבזוי לו,יש הרבה שהוא בדרך כבוד, לדוגמא בעל מכשיר...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 12:27 am
דורך חיים של פרנסה
די הנהלה פון וועם דו רעדסט האב איך נאכנישט געטראפן,
איינע פון די אנגעווייטאגטע ענינים ביי עלטערע [און יונגערע] מלמדים איז אז די העכערע אויטאריטי פון זיי פארשטייט זיי נישט.
סיי בענין ווען עלטערן געבן אריין א טענה ווען זיך וויסנדיג צו מאכן און ווען נישט, און סיי ווען מען משפט זיי אויף זייער ארבעט.
און בכלל לויט ווי מען באצאלט היינט מלמדים, ווער וויל זיין א מלמד? דאס איז גוט פאר איינעם ביז די 30 יאר,
איינמאל מען דארף שוין מופן, [איך רעד נישט אויב מען האט איינעם חתונה געמאכט אין א בעיסמענט און ער הערט נישט אויף צו מופן, מיר רעדן לו יצויר איינער איז יא מסודר, נאר דער עידזש + פעמילי סייז מאכט איהם מופן] טראכט מען אינגאנצן אנדערש.
דאס אליין ווייזט אז מלומדות ליגט נישט אינגאנצן אין די ריכטיגע הענט, ווייל ווען די הנהלה [וואס טוישט זיך כסדדר] באגייט זיך מיט זיי שענער און מבאצאלט זיי בעסער, וואלטן מיר געזען געשמאקערע מלמדים און געשמאקערע קינדער,
דאס איז איינע פון די מעין סבות פארוואס יונגעלייט טויגן בעסער ווי עלטערע, ווייל זייער חיות איז נאכנישט אויסגעוועפט,
אבער דער מצב אין די גאס דרעינט אויס די מענטשהייט,
א עכטע מלמד יראת שמים געט טאקע אויף זיין דזשאב ווען ער זעהט אז זיין א מלמד מאכט איהם זיין א שונא ישראל, קודם האט ער פיינט די הנהלה וואס הערט נישט אויף פארלאנגען פאר זיי ווייסן אפילו ווי סאך מען טו גאר יא, נאכדעם די אומפארשטענדליכע טאטעס וואס הערן נישט אויף אריין צו פסק'ענען די עקפיריענס מלמדים און זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן [דו פאלגסט דיין דאקטאר? פאלג דיין קינדס מלמד], און די מאגערע פעי טשעק וואס מאכט איהם גערעגט יעדעס מאל ווען דער ווילדער יוסל דרייט איבער די קלאס, און די עלטערן אדער מנהל העלפן נישט צו.
וואס טוט אזא מענטש נאך צוויי מאל זיך רעגן אויף די קינדער? ער מאכט גלייך דעם חשבון אז ער וויל נישט זיין פון די יעניגע אומבאלומפערטע מלמדים וואס מען בארעדט איבעראל, און ער גייט אין ביזנעס, און פלוצלונג דארט זעהט ער איין זיינע כשרונות, דער בעה"ב דארף איהם האבן, א קאמפלימענט, א זאך,
אז איר טראכט אריין, אפילו איך אליין קען אנווייזן אין מלומדות אסאך פארקערטע פוינט'ס, ווי אמאל, ווענדט זיך ווי דער חמר שטייט איין, זענען אבער די הנהלות נישט גענוג AWARE צו איינזייען רעספעקט צו די מלמדים, זיי נוצן אויס זייער שטאנד צו רעגירן.
שוין איים סארי פאר די אויסברוך.
ואתה תחזה....
די וועד הנהלה דארף באשטיין פון א רבי'ש אייניקל, א ביזנעסמאן, כאטש האלב פון זיי זאלן נאך האבן קינדער אין די מוסד, און איין געלונגענע רעטייערטע מלמד,
דאס איז טאקע א גוטע פאזיציע פאר געוועזענע מלמדים, ארויף גיין אויף פעיראלל צו ווערן פארהערער'ס, און אריינצוזאגן דעות אין די וועד הנהלה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 5:53 pm
דורך JOELHEALTH
חיימק׳ע 
הנהלת המוסדות רצונם אמתיים הוא לעזור המלמדים ותלמידים ביותר,
הצרה הוא שההורים אין ביכלתם/אין ברצונם לשלם מה שצריכים באמת,
באין כסף ,קל ומסוגל לבוא לידי מחלוקת,
איני יכול לתקן העולם(זה תיהא כשתסדר הדירות ),
אני מדבר רק בנקידה זו, המוסד אין ביכלתם ליתן retirment plan ,אבל עליהם להשתדל פרנסה קלה ומכובד.

וואס ענטפערט א טאטע וואס האט שוין געמאכט א סיום הש"ס

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 12:29 pm
דורך בונמס זיידע
מאיר (12 יאר אלט) טאטי: מיר האבען היינט גענדיקט אלו הן הלוקין אבער דער רבי האט איבערגעלאזט די לעצטע צווי שורות
טאטי: ער ווילך מאכען א סעודה?
מאיר: ניין ער האט געזאגט אז ווען מיר וועלען ענדיגען ש"ס און נישט קענען אליין פשט זאל מען קומען פרעגען
און ברענגט א גמרא טאטי די קענסט יא די גמרא?
טאטי: איך וועל אויך מוזען פרעגען
א האלבע שפעטער מאיר: איך האב גערחפען קול אברהם און ער האט אויך נישט געטייטשט