בלאט 4 פון 8
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 9:37 am
דורך hyper
לכתחילה אריבער האט געשריבן:hyper האט געשריבן:ווייסט איינער ווי מען קען שאפן א קיופאן פאר א האטעל און ניעגרע פאללס? עמבעסי סוויטס וואלד בי עי פלאס
שיינע מעשה!
"ווייסט איינער אפשר פון א קיופאן פאר א נייע קאר אין ניו יארק? א ראלס רויז אדער בענטלי וואלד בי עי פלאס!!
אינגערמאן אז איר ווילט זיין א עושר דאן ברויך מען באצאלן

שמעקט דיר עמבעסי סוויטס, פעי אפ מען!
א מין אטאקע דאס איך ווייס נישט אויב די ווייסט אז האטלן איז דא מער קיאפאןס ווי עפעס אנדערש גראדע האט גראפאן געהאט א קיופאן ביי שערעטאן און ניעגרע נאר כהאב עס פארשפעטיגט
און דרך אגב אויב איך האלט ביים קויפן א בענטלי וואלט איך אויך געטשעקט אויב סאיז דא א וועג צו באקומען ביליגער
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 2:13 pm
דורך לכתחילה אריבער
hyper האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:hyper האט געשריבן:ווייסט איינער ווי מען קען שאפן א קיופאן פאר א האטעל און ניעגרע פאללס? עמבעסי סוויטס וואלד בי עי פלאס
שיינע מעשה!
"ווייסט איינער אפשר פון א קיופאן פאר א נייע קאר אין ניו יארק? א ראלס רויז אדער בענטלי וואלד בי עי פלאס!!
אינגערמאן אז איר ווילט זיין א עושר דאן ברויך מען באצאלן

שמעקט דיר עמבעסי סוויטס, פעי אפ מען!
א מין אטאקע דאס איך ווייס נישט אויב די ווייסט אז האטלן איז דא מער קיאפאןס ווי עפעס אנדערש גראדע האט גראפאן געהאט א קיופאן ביי שערעטאן און ניעגרע נאר כהאב עס פארשפעטיגט
און דרך אגב אויב איך האלט ביים קויפן א בענטלי וואלט איך אויך געטשעקט אויב סאיז דא א וועג צו באקומען ביליגער
סארי, כ'האב נישט געמיינט אן אטאקע, נאר ברדך הלצה, כדרך בני קרעטשמתינו, ביסט ניי דא האסטו עס נישט ריכטיג אויפגענומען, ביטע זיי מיר מוחל.
און לענינינו, זעכער ווייס איך אז עס איז דא קיופאנ'ס פאר האטעל'ס, בדדי הוה עובדא, כ'האב אליינס געניצט קיופאנ'ס פאר האטעלס, נאר די וויץ האט געדארפט זיין, אז איינער וואס איז א גביר, און קויפט די טייערסטע, קוקט געווענדליך נישט פאר קיין קיופאנ'ס, וואס איז א "פאר מענ'ס אייטעם" (אן ארימאנ'ס ארטיקל), און אזוי ווי די עמבעסע סויטס האטעל איז די "טייערסטע האטעל" אין ניעגרע פאלס, איז עס געווען קאמיש אז דער גביר זיכט א דיסקאנט, אפי' ס'איז דא.
אגב די שערעטאן איז לידיעתי, ווייט נישט אזוי טייער ווי די עמבעסי סוויטס, באט דעטס נאט דע פאוינט.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 18, 2012 5:07 pm
דורך צייטליך
אין ניאגרא פאולס בין איך אביסל אומוויסנד.
לויט ווי איך פארשטיי דא לוינט זיך ענדערש צוגיין צום קאנאדישן זייט, איז מיין שאלה אויב די 'עמבעסי סוויטס' אדער 'שערעטאן' - פון וואס מ'רעדט דא - איז טאקע אויף די קענעדישע זייט?
וויפיל צייט דארף מען פארן מיט א קאר צו קויפן כשר'ע עסן?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 18, 2012 5:11 pm
דורך צים פינטעל
סאיז דא א שערעטאן מיט א עמביסי סוויט אויף די קאנעדישע זייט
שעראטאן איז אבער נישט ממש ביי די פאלס נאר א גאס ווייטער ווי די עמביסי סוויטס און די מעריאט
כשרע עסן איז נישט געווען ווען איך בין געווען אבער עס קען זיין אז יעצט איז מער די סיזען איז יא דא
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:41 pm
דורך bailout
צייטליך האט געשריבן:אין ניאגרא פאולס בין איך אביסל אומוויסנד.
לויט ווי איך פארשטיי דא לוינט זיך ענדערש צוגיין צום קאנאדישן זייט, איז מיין שאלה אויב די 'עמבעסי סוויטס' אדער 'שערעטאן' - פון וואס מ'רעדט דא - איז טאקע אויף די קענעדישע זייט?
אין באפעלא - 15/20 מינוט פון די פאלס איז דא כשר'ע עסן אין א גרויסע סופערמארקעט. (גאלדען פלאו מילך אין פריזער...) איך געדענק נישט די נאמען אויפן מינוט.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 24, 2012 10:40 am
דורך צים פינטעל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 9:30 am
דורך צייטליך
איינער האט עפעס אן עקספיריענס מיט די הילטאן האטעל דארט?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 05, 2013 4:58 am
דורך מכטי1
אידען העלפט'ס מיך ארויס, כ'האב דורעךגעליינט אלע פיר בלעטער און איך בין גוט צומישט....איך גיי זיין אין אמריקא און אין פלאן צו באזוכען ניאגרא פאלס... יעצט איז די שאלה צו זאל איך פארען מיט א קאר אהין און צוריק וכו' אדער מיט די אמטרעק? בלודזעט? דורעך שלאפען? א משפחה מיט צווי קינדער אין די עידש 5-6...
יור העלפ פליז...
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 05, 2013 6:45 pm
דורך ohrchodosh
my 2 cents
take jet blue to buffalo ant rent a car at the air port, don’t stay there to long ,it will get boring
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 05, 2013 10:03 pm
דורך מאנ-יימער
צו אראפדרייוון דארפסו האבן אסאך געדולד, ווי אויך גלייב איך אז דו ווילסט נישט אוועקגעבן עקסטערע צייט פון דיין (קורצן) באזוך פאר די דרייוו אהין און צוריק.
פארגעס נישט ארויפצולייגן דא דיין אמעריקאנע סעל נומער מ'זאל קענען באשטעלן א באזוך....
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 05, 2013 11:07 pm
דורך הבדלה וויין
עס ווענדט זיך בעיקר אין די בודזשעט, א משפחה מיט צוויי קינדער קען עס אויסקומען אן עקסטערע $500 מיט די פליגער.
מיט א קאר קענסטו עס מאכן מיט בלויז זיין דארט איין נאכט אין א האטעל, די פארסט ביינאכט און קומסט אן צי שחרית, קענסט פארברעגנען א גאנצע טאג און ביינאכט ביסטו אין א האטעל אין קענסט אהיימפארן די נעקסטע טאג נאכמיטאג.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 06, 2013 4:25 am
דורך מכטי1
א גרויסן ישר כוח פאר אלע מגיבים.
קודם כל איך האב ליידער נישט קיין לייסענס, אבער כ'האב געבעטען מיין ברודער זז"ג ער זאל אונז נעמען, ערווייסט נאך נישט.
איך האב בודק געווען אלעס, לכאורה זעהט מיר אויס די ביליגסטע צו פארען אהין מיטן עמטרעק צוריק מיט דעזט-בלו מיט איין נאכט האטעל, אלעס צוזאמען בערך 600$.
און מאנעלע איך גיי זיין אין ניו יארק בערך 12 טעג, אונז וועלען זיין בקשר....
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 06, 2013 10:44 am
דורך משזר
מכטי1 האט געשריבן:א גרויסן ישר כוח פאר אלע מגיבים.
קודם כל איך האב ליידער נישט קיין לייסענס, אבער כ'האב געבעטען מיין ברודער זז"ג ער זאל אונז נעמען, ערווייסט נאך נישט.
איך האב בודק געווען אלעס, לכאורה זעהט מיר אויס די ביליגסטע צו פארען אהין מיטן עמטרעק צוריק מיט דעזט-בלו מיט איין נאכט האטעל, אלעס צוזאמען בערך 600$.
און מאנעלע איך גיי זיין אין ניו יארק בערך 12 טעג, אונז וועלען זיין בקשר....
דעס איז אן דע אטראקציעס וואס קאסט אויך אביסל, אויב וואלסטע מיך אויסגעהערט וואלט איך געזאגט אז יעצט איז נאך צי קאלט אהין ציגיין, מיינענדיג דערמיט, אז מקען נישט אזי ענזשויען צי זיין אויפן גאס.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 06, 2013 12:25 pm
דורך מכטי1
משזר האט געשריבן:מכטי1 האט געשריבן:א גרויסן ישר כוח פאר אלע מגיבים.
קודם כל איך האב ליידער נישט קיין לייסענס, אבער כ'האב געבעטען מיין ברודער זז"ג ער זאל אונז נעמען, ערווייסט נאך נישט.
איך האב בודק געווען אלעס, לכאורה זעהט מיר אויס די ביליגסטע צו פארען אהין מיטן עמטרעק צוריק מיט דעזט-בלו מיט איין נאכט האטעל, אלעס צוזאמען בערך 600$.
און מאנעלע איך גיי זיין אין ניו יארק בערך 12 טעג, אונז וועלען זיין בקשר....
דעס איז אן דע אטראקציעס וואס קאסט אויך אביסל, אויב וואלסטע מיך אויסגעהערט וואלט איך געזאגט אז יעצט איז נאך צי קאלט אהין ציגיין, מיינענדיג דערמיט, אז מקען נישט אזי ענזשויען צי זיין אויפן גאס.
שכוח, אבער איך רעדט פון נאך פסח...
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 06, 2013 12:40 pm
דורך צים פינטעל
ניאגרא פאלס איז זייער א שיינע פלאץ אויב מען ווייסט וואס צו ערווארטן דארט
עס איז נישט א פלאץ ווי מען האט וואס צו טוהן א גאנצען טאג
אז מען גייט אהין סתם צו זיין רואיג און קוקן אויף די וואסער איז עס זייער א שיין פלאץ
יעצט, וועגן איבערשלאפן, אוודאי לוינט זיך עס, ביינאכט ביז 12 זענען די פאלס מוראדיג שיין, אז די קענסט שלאף איבער צוויי נעכט,
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 06, 2013 3:26 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
אויב דרייווסטו נישט אליין איז אקעי צו שלאפן דארט איין נאכט און די קענסט צוריק קומען די די צווייטע טאג סוף טאג, ס'איז דא גענוג פלעצער צו גיין פאר צוויי טעג זיכער,
בד'וו
כאף אז די וואסער רינט נאך, איך בין דארט געווען פאריאר זומער, קען זיין אז פון דעמאלטס ביז יעצט האט זיך עס שוין אויסגענוצט, לאז מיך וויסן,
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 06, 2013 3:56 pm
דורך שמחת החיים
כהאב א לענגערע באריכט מיט אסאך דעטאלן פון דארט פון מיין נסיעה בשנת תשע"א, (ובתוכם א שיינע פאר חידושים וואס שטייט נישט אויסגערעכנט אין די אלע ביז איצטיגע פיר בלעטער), איך האף צו מאכן באלד אביסל צייט עס אראפשרייבן פארן ציבור הרחב.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 07, 2013 3:38 am
דורך מכטי1
צום פינטל שכוח-צום פינטל...
יענקל מ'וועט דיר איבערגעבען אי"ה אויב ס'איז נאך דא...
שמחת מיר ווארטן אויפן ארטיקל...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:22 pm
דורך מכטי1
שכוח פאר אלע צוהעלפערס... ס'איז געווען א מוראדיגע באזוך "וקוי ה' יחליפו כח יעלו אבר כנשרים,ירוצו ולא ייגעו ילכו ולא ייעפו" (ישעיהו מ')
קודם זענען מיר געפארן מיט'ן אמטראק אהין זייער א שיינע געשמאקע וועג 8 שעה זייער באקוועם אסאך פלאץ באקוועמע בענקל און א הערליכע וויו מ'פארט דורעך אסאך קליינע שיינע שטעטלעך ס'איז זייער שיין, איינגעשטאנען זענען מיר אין די OAKS האטל א פשוטע שיינע האטל נישט טייער אבער מיט א הערליכע וויו אינדערפרי איז געווען זייער פארנעפעלט כמעט גארנישט געזעהן אבער דערנאך איז געווארען הערליך קלאר ב"ה ס'איז געוועהן הערליך אויג פארכאפנד.... צוריק זענען מיר געפארן מיט JETBLUE ס'איז געוועהן א פיר שעה דילעי וועגען די וועטער אין JFK אבער ווען נישט דעם וואלטען מיר פארפאסט דעם פליגער איז דאס אויך ב"ה געוועהן באשערט פון אויבן...
איך האף אי"ה אהער שטעלען שיינע בילדער...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:07 pm
דורך צים פינטעל
מיר ווארטן מיט שפאנונג
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 12, 2013 7:48 am
דורך מאנ-יימער
צים פינטעל האט געשריבן:מיר ווארטן מיט שפאנונג
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 12, 2013 9:01 am
דורך יוראפ
מאנ-יימער האט געשריבן:צים פינטעל האט געשריבן:מיר ווארטן מיט שפאנונג
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 15, 2013 10:31 am
דורך מכטי1
שוין כ'האב געזאגט ס'וועט קומען בילדער דא האטס עטץ.
קודם כל דאס איז די אמריקאנע פאלס
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 15, 2013 10:34 am
דורך מכטי1
און דאס איז די קאנאדישע (HORSESHOE) פאלס
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 15, 2013 10:37 am
דורך מכטי1
ביידע צוזאמען