בלאט 3 פון 8

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 8:59 pm
דורך געדאנקן
קנעפעל האט געשריבן:יישר כח הרב געדאנקען פארן מיטיילען מיטן עולם, אייער פארברענגען ביים וואסער, עס וואלט אפשר אינטערסאנט געווען צי וויסן, וויפיל האט אייך אפגעקאסט די שפיל. אלעס אריינגערעכנט האטעל. ,געז וכ'ו

געז האט מיר געקאסט כמעט הונדערט דאלער א וועג, אפסטעיט קיין ניאגרא מיט א קרייסלער מיני ווען
האטעל- 109 דורך א קיופאן
אטראקציעס משפחה מיט קינדער בערך 180
אז דו ווילסט עפעס מער ספעציפיש שרייב מיר וועל איך דיר זאגן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:10 pm
דורך חייקל
צים פינטעל האט געשריבן:
וואדקע האט געשריבן:יעצט איז די שאלה צו די פארסט טאקע..

כבין שוין דא צוויי טאג

מיר קוקן ארויס אויף א באריכט!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:13 pm
דורך חייקל
געדאנקן האט געשריבן:
קנעפעל האט געשריבן:יישר כח הרב געדאנקען פארן מיטיילען מיטן עולם, אייער פארברענגען ביים וואסער, עס וואלט אפשר אינטערסאנט געווען צי וויסן, וויפיל האט אייך אפגעקאסט די שפיל. אלעס אריינגערעכנט האטעל. ,געז וכ'ו

געז האט מיר געקאסט כמעט הונדערט דאלער א וועג, אפסטעיט קיין ניאגרא מיט א קרייסלער מיני ווען
האטעל- 109 דורך א קיופאן
אטראקציעס משפחה מיט קינדער בערך 180
אז דו ווילסט עפעס מער ספעציפיש שרייב מיר וועל איך דיר זאגן


ביז מען קומט אן צוריק אהיים דארף מען שוין באלד נאך א וואקציע, איך וויל וויסן אויב ס'איז ווערט די טירחא און דער לאנגער דרייוו, בפרט ווען דו גייסט נאר פאר א טאג.

איך האט א פארשלאג!
מ'זאל עפענען א באזונדערע "טראוועל" אפטיילונג, וואלט געמאכט גרינגער צו טרעפן די אלע אשכולות איבער טרעוועל, וואקאציע, א.ד.ג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 2:03 pm
דורך געדאנקן
חייקל האט געשריבן:
געדאנקן האט געשריבן:
קנעפעל האט געשריבן:יישר כח הרב געדאנקען פארן מיטיילען מיטן עולם, אייער פארברענגען ביים וואסער, עס וואלט אפשר אינטערסאנט געווען צי וויסן, וויפיל האט אייך אפגעקאסט די שפיל. אלעס אריינגערעכנט האטעל. ,געז וכ'ו

געז האט מיר געקאסט כמעט הונדערט דאלער א וועג, אפסטעיט קיין ניאגרא מיט א קרייסלער מיני ווען
האטעל- 109 דורך א קיופאן
אטראקציעס משפחה מיט קינדער בערך 180
אז דו ווילסט עפעס מער ספעציפיש שרייב מיר וועל איך דיר זאגן


ביז מען קומט אן צוריק אהיים דארף מען שוין באלד נאך א וואקציע, איך וויל וויסן אויב ס'איז ווערט די טירחא און דער לאנגער דרייוו, בפרט ווען דו גייסט נאר פאר א טאג.

איך האט א פארשלאג!
מ'זאל עפענען א באזונדערע "טראוועל" אפטיילונג, וואלט געמאכט גרינגער צו טרעפן די אלע אשכולות איבער טרעוועל, וואקאציע, א.ד.ג.

איך בין בעצם געווען דארט 2 נעכט ארויסגעפארן נאכמיטאג אנגעקומען שפעט ביינאכט זיך פיין אויסגעשלאפן געהאט א געהעריגע טאג מיט נאך א נאכט מיט דעם קומענדיגן טאג ארויסגעפארן צוריק נאכמיטאג אנגעקומען ביינאכט דא, די וועג איז געווען רואיג דאס איז די סוד, איך בין גראדע נישט קיין חסיד פון פארן אזעלכע ווייטע וואקציעס אבער דאס מאל האלט איך אז עס האט זיך געלוינט. אבער על טעם וריח אין להתווכח יעדער האט אן אנדערען געשמאק

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:19 pm
דורך לכתחילה אריבער
כ'דענק אז פארן אהין, נאר צוויי מענטשען, אנע קינדער, איז ביליגער מיט א פליגער ווי א קאר, און פארשטייט זיך שנעלער און ווייניגער אויסגעמיטשעט, די צייט וואס מען שפארט, איז נאך א טאג וואקאציע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:24 pm
דורך הרבטייטעלבוים
און דארטען דינגען א קאר
און קארסערוויס צום עירפארט
שוין גארנישט ביליג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:40 pm
דורך לכתחילה אריבער
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:און דארטען דינגען א קאר
און קארסערוויס צום עירפארט
שוין גארנישט ביליג

קאר סערוויס איז נישט אזוי טייער, און א קאר דארט? איבריג!! עס איז דא א "פיפעל מוווער", וואס וועט אייך טראגען ווי איר ווילט גיין אויף די "לאקאלע אטרעקציעס", און "קליפטאן" גאס, איז איין גאס פון די "פאל".

אז מען גייט די צווייטע מאל, און מען וויל גיין ברייטער, נא, דארף מען אפשר א קאר, אבער די ערשטע מאל, איז צווישען די פיפעל מאווער, אין "וואקינג דיסטענס", איז דא גענוג פאר עטליסט דריי פיר טעג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:55 pm
דורך הרבטייטעלבוים
גערעכט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 9:41 pm
דורך צים פינטעל
די באן קומט אן ממש ביז די פאלס

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 5:16 pm
דורך hyper
איך וויל פארן אויף ניאגרא פאללס מיט א פלעין וואלט איך געוואלט וויסן אויב פאר א דריי חדשיםדיג קינד דארף איך קויפן א סיט אדער איך קען איר האלטן און די הענט אויפן וועג

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 8:15 pm
דורך DotCom
ווייסט איינער צו ס'דא א טבילת עזרא מקוה ערגעץ אין ניאגארא פאללס? (אחוץ די פאללס שטייצעך)

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 10:42 pm
דורך צים פינטעל
אחוץ די סווימינג פול איז די נאנסטע די חבד הויז אין באפעלא

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:18 am
דורך בשבילי נברא
hyper האט געשריבן:איך וויל פארן אויף ניאגרא פאללס מיט א פלעין וואלט איך געוואלט וויסן אויב פאר א דריי חדשיםדיג קינד דארף איך קויפן א סיט אדער איך קען איר האלטן און די הענט אויפן וועג


מ'דארף זיכער נישט קויפן א זיץ פאר א קליין קינד.

און לכאורה ברויך מען אפילו גארנישט עקסטער צוצאלען, וויבאלד ביי דאמעסטיק פלי רייזעס פאר איינעם אונטער צוויי יאר פארלאנגט זיך נישט קיין טיקעט.

אבער זיי מברר מיט א טראוועל אגענט צו זיין 100% זיכער.

.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2012 4:10 pm
דורך נאטורליך
DotCom האט געשריבן:ווייסט איינער צו ס'דא א טבילת עזרא מקוה ערגעץ אין ניאגארא פאללס? (אחוץ די פאללס שטייצעך)


אדער זיך אין טאראנטא וואס איז אויך א שפאן אוועק און מען דארף נישט אריבער גיין א גרעניץ

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2012 4:12 pm
דורך hyper
ווייסט איינער ווי מען קען שאפן א קיופאן פאר א האטעל און ניעגרע פאללס? עמבעסי סוויטס וואלד בי עי פלאס

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2012 4:19 pm
דורך אזוי צו אזוי
נאטורליך האט געשריבן:
DotCom האט געשריבן:ווייסט איינער צו ס'דא א טבילת עזרא מקוה ערגעץ אין ניאגארא פאללס? (אחוץ די פאללס שטייצעך)


אדער זיך אין טאראנטא וואס איז אויך א שפאן אוועק און מען דארף נישט אריבער גיין א גרעניץ

גארנישט א שפאן, א גוטע איינס א האלב שעה וועג.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2012 4:22 pm
דורך יוראפ
hyper האט געשריבן:ווייסט איינער ווי מען קען שאפן א קיופאן פאר א האטעל און ניעגרע פאללס? עמבעסי סוויטס וואלד בי עי פלאס

ביי orbitz.com קען מען האבן א היפשע פאר קיופאנס ביי האטעל'ן (איך ווייס נאר נישט צו מען דארף זיין דארט א מעמבער צו נישט)

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2012 4:23 pm
דורך לכתחילה אריבער
hyper האט געשריבן:ווייסט איינער ווי מען קען שאפן א קיופאן פאר א האטעל און ניעגרע פאללס? עמבעסי סוויטס וואלד בי עי פלאס

שיינע מעשה!

"ווייסט איינער אפשר פון א קיופאן פאר א נייע קאר אין ניו יארק? א ראלס רויז אדער בענטלי וואלד בי עי פלאס!!

אינגערמאן אז איר ווילט זיין א עושר דאן ברויך מען באצאלן :wink: :wink: שמעקט דיר עמבעסי סוויטס, פעי אפ מען!

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2012 4:33 pm
דורך צים פינטעל
באפעלא איז א קארגע האלבע שעה

און אדורך גיין די גרעניץ נעמט א מינוט

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2012 4:42 pm
דורך לכתחילה אריבער
צים פינטעל האט געשריבן:באפעלא איז א קארגע האלבע שעה

און אדורך גיין די גרעניץ נעמט א מינוט

דורך גיין די גרעניץ נעמט א האלבע מינוט ווען ס'איז שנים כתיקונם, אני הקטן האב שוין פארשפעטיגט א פליגער פון אריבער גיין די גרעניץ.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2012 4:46 pm
דורך אזוי צו אזוי
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
צים פינטעל האט געשריבן:באפעלא איז א קארגע האלבע שעה

און אדורך גיין די גרעניץ נעמט א מינוט

דורך גיין די גרעניץ נעמט א האלבע מינוט ווען ס'איז שנים כתיקונם, אני הקטן האב שוין פארשפעטיגט א פליגער פון אריבער גיין די גרעניץ.


נישט ווייל אריבער גיין די גרעניץ דויערט לאנג, נאר בוזט פשוט שפעט ארויס געפארן.. :lol:

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2012 4:54 pm
דורך לכתחילה אריבער
אזוי צו אזוי האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
צים פינטעל האט געשריבן:באפעלא איז א קארגע האלבע שעה

און אדורך גיין די גרעניץ נעמט א מינוט

דורך גיין די גרעניץ נעמט א האלבע מינוט ווען ס'איז שנים כתיקונם, אני הקטן האב שוין פארשפעטיגט א פליגער פון אריבער גיין די גרעניץ.


נישט ווייל אריבער גיין די גרעניץ דויערט לאנג, נאר בוזט פשוט שפעט ארויס געפארן.. :lol:

נאפס, געשטאנען ביי די גרעניץ פאר צוויי שעה, זיי האבן מיך אויסגעטאפט ווי כ'וואלט ווען געווען בין לאדין.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2012 5:20 pm
דורך צים פינטעל
איך בין געפארן צוויי יאר צוריק יעדן טאג עס האט גענומען אזוי שנעל ווי אריבער גיין די טאל ביים וואשינגטאן בריק

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2012 5:30 pm
דורך לכתחילה אריבער
צים פינטעל האט געשריבן:איך בין געפארן צוויי יאר צוריק יעדן טאג עס האט גענומען אזוי שנעל ווי אריבער גיין די טאל ביים וואשינגטאן בריק

ס'קען זיין אז זיי האבן דיך שוין געקענט, און דער אמת איז אז אין אלגעמיין נעמט עס טאקע נישט מער ווי צוויי מינוט, אבער מען דארף רעכענען אז ס'קען אמאל זיין פארשלעפט.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 05, 2012 10:05 pm
דורך נאטורליך
איך האב שוין געמאכט קיין טאראנטא אינטער א שעה
די גרעניץ קען מען זיך נישט אויסרעכנען, טאראנטא האט נאך א מעלה, אסאך שוהל'ן, כשר עסן וכדו'