בלאט 2 פון 8
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 8:22 am
דורך be smart
דארפסמאן האט געשריבן:be smart ווען איך בין דארט געווען איז נישט געווען קיין מינין און ניאגרע פאולס, איך האב מיך זייער אסאך נאכגעפרעגט, איך בין געווען דארט איבער 10 יאר ציריק
i was there last summer there was aminyan 3 times a day, the rabbi from the shul said a shier as well every day bet. mincha & mariv
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 10:50 am
דורך קהת
סאיז א גרויסע חיליק אויב מען גייט נאך סוכות אדער אויב מען גייט אונמיטען זימער, זימער איז ממש געפערליך אהין צו גיין דאס איז כולי עלמא מודה און פסח אדער סוכות זאג איך נישט אז סאיז גארנישט דא אבער ווייניגער זיכער.
פארעפענטליכט: שבת אפריל 10, 2010 6:50 pm
דורך וואדקע
be smart האט געשריבן:i was there last summer there was aminyan 3 times a day, the rabbi from the shul said a shier as well every day bet. mincha & mariv
די מנין איז נאר דא אינמיטען זימער פאר זימער איז נישט דא דארט קיין מנין אבער מ'קען צופארען צו באפאלא - א קנאפע האלבע שעה - ווי ס'איז דא א מנין
פארעפענטליכט: שבת אפריל 10, 2010 8:43 pm
דורך ארטיסט
סקוקט אויס אזויווי א קאוטש באס נאר א ביסל ברייטער(סיי די סיטס און סיי די דורכגאנג)
אויב איז נישט זייער פיל, דריי ארום די צוויי סיטס אין פראנט פעיסינג דיך
ס'דא 6 וואגאנען
פארעפענטליכט: שבת אפריל 10, 2010 9:31 pm
דורך וויל וויסן
וואדקע האט געשריבן:be smart האט געשריבן:i was there last summer there was aminyan 3 times a day, the rabbi from the shul said a shier as well every day bet. mincha & mariv
די מנין איז נאר דא אינמיטען זימער פאר זימער איז נישט דא דארט קיין מנין אבער מ'קען צופארען צו באפאלא - א קנאפע האלבע שעה - ווי ס'איז דא א מנין
אפשר ביטע זאגסטו פונקטליכער ווי דער מנין עקזעסטירט, אן אדרעס וכדו', און אויב דאס איז א גאנץ יאר, ווי אויך צו דאס איז חב"ד אדער סתם א אידישע קהלה.
מיר איז אויסגעקומען נישט לאנג צוריק צו זיין אונטערוועגנס וועגן ביזנעס, און איך האב געהאט באקומען פון איינעם א נומער ווי מען קען הערן ווי ס'איז אלס דא מנינים ארום זיך, למעשה זענען רוב פלעצער געווען רעפארם וכדו' ווי מען טאר נישט אריינטרעטן דארט
על כן ביטע זיי מסביר פון וועלכע סארט די רעדסט
יישר כח
פארעפענטליכט: שבת אפריל 10, 2010 9:34 pm
דורך אינגערמאן
אויף
http://godaven.com/ קענסטו נאכקוקן פאר מנינים.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 11, 2010 9:04 am
דורך באנקיר
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 11, 2010 10:18 am
דורך וויל וויסן
איך האב גענוצט אמאל GODAVEN אבער ער האט מיר געשיקט ווי דערמאנט צו רעפארם טעמפלס
פארדעם פרעג איך וואסערע סארט שול איז דארט אין באפעלא?
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 12, 2010 8:50 am
דורך ווינקל
דא האט איר נאך א סייט צו זיכן מנינים.
http://www.minyanmaps.comזעט אויס גאנץ לייטיש
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 12, 2010 9:08 am
דורך יוסלמאן
וויל וויסן האט געשריבן:איך האב גענוצט אמאל GODAVEN אבער ער האט מיר געשיקט ווי דערמאנט צו רעפארם טעמפלס
פארדעם פרעג איך וואסערע סארט שול איז דארט אין באפעלא?
באפעלאו האט אן ערליכער מנין. פונטליך ווי דער שוהל איז ווייס איך נישט, ס'הייסט אחי תמימים. ס'איז א גוטע עצה אנצורופן ר' שמואל ראשקין דער ראש הקהל פון אחי תמימים פרעגן צו ס'וועט זיין מנין.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 10:22 am
דורך באנקיר
אוי געוואלד, די חברה האבן עס געהעקט.
לכאורה אלס "ה' יומא דקא גרים".
אבער וואו האבן זיי זיך דערוויסט אז דאס איז א אידישע סייט?
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 11:36 am
דורך קהת
סארא האקנקרייץ איז דאס?????????????????? מטאר נישט פארשווייגען!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! אריין און קול מער-וואסער בולעטין...........
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 2:13 pm
דורך ווינקל
ארבעט שוין
ב"ה
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 2:23 pm
דורך דארפסמאן
איך בין געווען דארט גראד נאך פסח, אין עס איז טאקע נישטא קיין מינין דארט, און איך האב געמיזט פארען ביז באפעלאו, מען האט מיך שוין געקעט ביים גרעניץ ווייל 6:30 א יעדן טאג בין איך דורך געפארען, און עס איז בכלל נישט געווען קיין פריצות, (כע"פ נישט ערגער ווי ערגעץ אנדיש)
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 3:36 pm
דורך ווינקל
מוטב שיהיו שוגגין.... זאג איך גארנישט
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 16, 2010 7:44 am
דורך צים פינטעל
זייער שיין דא
גרויסן יישר כח פאר אלע מגיבים סהעלפט מיר אסאך ארויס
סדא ממש דא א חב"ד מנין אבער זיי עפענען הערשט יוני 22 כמוז טאקע פארן קיין באפעלע צוויי מאל א טאג
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 16, 2010 8:56 am
דורך וואדקע
יעצט איז די שאלה צו די פארסט טאקע..
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 16, 2010 12:23 pm
דורך צים פינטעל
וואדקע האט געשריבן:יעצט איז די שאלה צו די פארסט טאקע..
כבין שוין דא צוויי טאג
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 16, 2010 12:30 pm
דורך leiby
ער פרעגט וועגן באפעלאו
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 16, 2010 3:00 pm
דורך צים פינטעל
געווען שוין צוויי מאל אריינגעכאפט א התוועדות אויף ג' תמוז
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 17, 2010 9:09 am
דורך שמעלקא טויב
צים פינטעל האט געשריבן:געווען שוין צוויי מאל אריינגעכאפט א התוועדות אויף ג' תמוז
אן התוועדות ביי הרב גרינבערג? זאלסט וויסן אז ער איז א תלמיד חכם מופלג ומחבר כמה ספרים.
חוה"מ פסח ניאגרא פאלס
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 15, 2012 4:10 pm
דורך געדאנקן
איך וויל מיטטיילן מיט די חשוב'ע חברי הקרעטשמע מיין ערפארונג, געדאנקן, געפילן דעם פארגאנגענעם חוה"מ פסח אין ניאגרא פאלס.
מיר האבן זיך ארויסגעלאזט מאנטאג פארנאכטס נאכדעם וואס די גאנצע משפחה האט געגעסן דאהי נאכטמאל די קינדער האבן זיך אנגעטון שלאף קליידער און ויסעו.
דער וועג איז דורך רויאג געמיטלך און געשמאק (געקויפט 2 נייע סידי'ס וואס די קינדער האבן נאך קיינמאל נישט געהערט בעפאר), איך האב אינאכט גענומען א פאקט אז עס לוינט זיך אפצוטשעלן ווי נאר עס ווערט די זמן מעריב (חוץ אויב האט מען אין פלאן שעפטער יא צו געפינען א מנין) און דאווענען (אדער זיך מאכן א רימיינדער) און נישט זיך פארלאזן אז מען וועט שוין שפעטער דאווענען ווען מען קומט אן, היות מען איז נישט אויפ'ן זעלבן רוטין און מען איז זייער פארנומען קען מען פארגעסן צו דאווענען.
איך בין געפארן אהין דורכ'ן 17 און צוריק דורך פענסילוועניע, עס קוקט מיר אויס ווי די 17 איז שנעלער מיט א שיינע פאר מינוט אבער פארמאגט א חסרון אז עס איז מורא'דיג געדרייט.
אנגעקומען בין איך דארט באישון לילה געמיינט האב איך אז עס וועט זיין שא שטיל און איך וועל מיר קענען געבן אזא גליטש אריין, אבער א סופרייז האט מיר אפגעווארט זעענדיג אזויפיל אידישע קארס אנקומענדיג איינס נאכ'ן צווייטן, דאס האט מיר געגעבן די קוראזש אפצולאנדענען מיין קאר מכל טוב וטוב, פסח'דיגע מייקראווע, מצות, וואסער, אייער וכו' זעענדיג אז איך בין נאך געקומען גאנץ בחסד אקעגן אנדערע באזוכער וואס האבן זיך אריינגעצויגן מיט עטליכע פילע וועגעלעך (ביזת הים).
די האטעל איז געווען הערליך. איך בין איינגעשטאנען אין דעםEmbassy suites ממש אויפ'ן פאלס די פרייז איז געווען בחסד נאכ'ן קויפ'ן א וואוטשער פון 110$ ביי גראופאן. צימער איז געווען רייך עלגעננט גרויסע בעטן פאר די ערוואקסענע און די קינדער גרויסע טיש מיט 4 בענקלעך זיין האבן צוגעברענגט א גרויסן פרידזש און קינדער בעטל אויפ'ן פארלאנג.
לויט ווי איך האב געהערט פון עטליכע באזוכער האבן די באאמטע זיי אפגעשפארט די צימער נאכדעם וואס זיי האבן געפינן ביי זיי קאכן געצייג. דעריבער דער וואס וויל יא מיטנעמען די געצייג זאל מאכן זיכער עס גוט צו באהאלטן אדער פארלאנגען אז מען זאל נישט קומען רייניגען דעם צימער (אפשר איבעלאזן א טיפ פאר'ן רייניגער קען אויך דינען אלץ לא יחרץ געלט)
די קאר האב איך פארקירט דערנעבן אין די קאסינע פארקינג לאט (ווי איינער פון אונזער חברים דא אין קרעטשמע האט אנגעמערקט) ווי עס האט געקאסט בלויז $5 אקעגן די $20 וואס עס קאסט א נאכט אין די האטעל. (איינער וואס פלאנט יא צו ניצן א סאך די קאר לוינט זיך עס נישט אזוי ווייט ווייל מען צאלט 5$ יעדעס מאל מען פארט ארויס.)
דאווענען בין איך געגאנגען צום קאנפרענס רום אין דעם פויר פוינטס האטעל אנגעפירט דורך דעם שליח חב"ד, עס האט זיך באוויזן פאר מיר א הערליכע בילד זעענדיג אזא ריזן ציבור פון אלע שיכטן און קרייזן אין איין מנין. אן אינטרעסאנטע פאקט וואס איך האב שוין עטליכע מאל באמערקט אויך אין אנדערע פלעצער אז ביי אנדערע אידן פון די מאדערנע אדער ליטווישע קרייזן ווען מען קומט אריין שול זעצט מען זיך אראפ ביז'ן סוף דאווענען און מען הערט נישט קיין שמועסעריי אדער קיין געלעכטער דאקעגן ביי דעם חסידישן ציבור איז מער איינגעגעסן דעם פאקט אז מען קען האלטן אינמיטן הויכע שמו"ע קדיש וכדו' און עטליכע יונגעלייט שמועסן זיך אזוי געמיטלעך כאילו זענען יעצט ביים טאטען אין וויינגארטן, אן ענדליכע זאך האב איך באמערקט זייענדיג אמאל אין ראוד איילענד ווי עס איז דארט איינגעפירט זאגט דארט די רב א דבר תורה (דבאאר תאראה) צווישן מנחה מעריב, ער זאגט טאקע נישט קיין גרויסע חידושים אבער די באזוכער פון אלע קרייזן האבן זיך אראפגעזעצט מיט רעספעקט אויסהערן דעקעגן א שיינע טייל פון די חסידישע אינגעלייט זענען ארויס אינדרויסן שמועסן, נישט קיין געפערליכע עוולה נאר א מציאות וואס פאסירט צוליב וואס מען האט אונז דאס קיינמאל נישט אויסגעלערנט וויאזוי זיך אויפצופירן ווען מיר גיין ארויס אביסל פון אונזער געטא.
מיין גרעסטע הנאה איז געווען צו זיצן אין דעם האטעל ביים פענטסער און מיט האלטן ווי די וואסער לויפט עס האט זיך מיר באמת נישט אויסגעפעלט מער, ווען איך האב נאר געהאט א געלעגנהייט בין איך דארט געזיצן געלערנט, געגעסן גע'חלומט אלעס דארט, פאר די קינדער'ס וועגן בין איך אביסל ארום געגאנגען.
זיך ארומקוקענדיג אויף די פילע געביידס און סטרוקטערן ארום איז מיר א געדאנק א דורך געלאפן אין קאפ ווי דער אויבערשטער האט באשאפן אזא הערליכען נאטורליכן וואונדער און די מענטשהייט האט זיך אזוי שטארקט ארויפגעכאפט דערויף פרובירנדיג צו מאכן דערויף די מאקיסמום געלט בויענדיג אלע סארט געביידעס האטלן, רעסטוראנטען, טורמעס, פארוויילונגס ערטער אלעס געבויט דא ארום מיט דעם איינעם ציל צו קענען כאפן א בליק אויפ'ן וואסער פאל מען פרובירט צו מאכן געלט פון אלע זייטן יעדער וויל פארקויפן אז נאר דורך אים קען מען די בעסטע זען די פאלן דורך העליקאפטער, פעריס וויל, שנעלע אדער שטייטע שיף, הויכע טורמעס, טשעיר ליפט, טונעלן פון אונטער די וואסער און אלעס חזר'ט זיך איבער סיי אויף די אמעריקאנע און סיי אויף די קאנעדישע זייט.
איינע פון די גאסן רופט זיך "קליפטען היל" דארט געפינט זיך די אלע סארט מוזעמס און שפיל פלעצער, גייענדיג מיט מיינע קינדער האב איך געקויפט טיקעטס ביי א פלאץ וואס רופט זיך 'בלאק סיטי' אינדרויסן קוקט עס אויס זייער אינטרעסאנט פאר די קינדער אזוי ווי א קליינע לעגא לאנד איך בין געווען זיכער אז די קינדער וועלן האבן וואס צו טון דארט פאר עטליכע שעה, למעשה אריינקומענדיג דארט האב איך דערזען אז עס איז איין צימער ווי מען קען שפילן, דאכט זיך מיר עס עס איז היפט איבערגעצאלט פאר אזא זאך, איך האב אויך געכאפט א בליק אין דעם Guinness world records חוץ וואס עס האט מיר נישט קיין סאך קליגער געמאכט איז עס אויך געווען גאנץ טייער פאר אזא קליינע פלאץ.
סוף כל סוף האבן מיר זיך געדארפט צוריק קערן אהיים אויפצונעמען דעם יו"ט, למעשה מיינע געפילן האבן זיך נישט געוואלט אפטיילן פון די וואסער איך האב מיר געלאזט פירן דורך מיין פאנטאזיע ווי איך שטיי דא אום שביעי של פסח און זינג מיר אפ דעם שירת הים אויפ'ן וואסער.
מה רבו מעשיך ה'
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 15, 2012 6:15 pm
דורך געלעגער
שיין פארשריבן!
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 15, 2012 11:26 pm
דורך קנעפעל
יישר כח הרב געדאנקען פארן מיטיילען מיטן עולם, אייער פארברענגען ביים וואסער, עס וואלט אפשר אינטערסאנט געווען צי וויסן, וויפיל האט אייך אפגעקאסט די שפיל. אלעס אריינגערעכנט האטעל. ,געז וכ'ו
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2012 8:40 am
דורך תרגום יונתן
איך האב דאס שוין אויך געטוהן אמאל, נישט לאנג נאך מיין חתונה. געפארן זענען מיר א גאנצע נאכט לענגאויס ניו דזשערסי, דורכ'ן 80, 81, און די 90. זייער א בא'טעמ'טע וועג, שטיל, גראד, און שנעל. מיין דעמאלטיגע אויטא (ביואיק) האט פארניצט אביסל מער ווי א טאנק גאז איין וועג.
מיר האבן מיטגענומען א ברענער, וואס מען האט טאקע געדארפט פארשטעקן פון די איינגעשטעלטע, צו קענען צושטעלן א ווארעמע נאכטמאל. איינגעשטאנען זענען מיר אין א ביליגע האטעל עטליכע גאסן פונעם וואסער, פאר ארום 40-50 א נאכט. מיר זענען אפגעקומען גאנץ ביליג.
איך וואלט דאס נישט געטוהן נאכאמאל מיט א פאמיליע פון עטליכע קינדער. צו פיל ארבעט פאר צו ווייניג הנאה. (ס'איז זייער אינטערעסאנט, נאר די פראפארץ פון הנאה\ארבעט איז צו נידעריג).