תגובהדורך געדאנקן » זונטאג אפריל 15, 2012 5:10 pm
איך וויל מיטטיילן מיט די חשוב'ע חברי הקרעטשמע מיין ערפארונג, געדאנקן, געפילן דעם פארגאנגענעם חוה"מ פסח אין ניאגרא פאלס.
מיר האבן זיך ארויסגעלאזט מאנטאג פארנאכטס נאכדעם וואס די גאנצע משפחה האט געגעסן דאהי נאכטמאל די קינדער האבן זיך אנגעטון שלאף קליידער און ויסעו.
דער וועג איז דורך רויאג געמיטלך און געשמאק (געקויפט 2 נייע סידי'ס וואס די קינדער האבן נאך קיינמאל נישט געהערט בעפאר), איך האב אינאכט גענומען א פאקט אז עס לוינט זיך אפצוטשעלן ווי נאר עס ווערט די זמן מעריב (חוץ אויב האט מען אין פלאן שעפטער יא צו געפינען א מנין) און דאווענען (אדער זיך מאכן א רימיינדער) און נישט זיך פארלאזן אז מען וועט שוין שפעטער דאווענען ווען מען קומט אן, היות מען איז נישט אויפ'ן זעלבן רוטין און מען איז זייער פארנומען קען מען פארגעסן צו דאווענען.
איך בין געפארן אהין דורכ'ן 17 און צוריק דורך פענסילוועניע, עס קוקט מיר אויס ווי די 17 איז שנעלער מיט א שיינע פאר מינוט אבער פארמאגט א חסרון אז עס איז מורא'דיג געדרייט.
אנגעקומען בין איך דארט באישון לילה געמיינט האב איך אז עס וועט זיין שא שטיל און איך וועל מיר קענען געבן אזא גליטש אריין, אבער א סופרייז האט מיר אפגעווארט זעענדיג אזויפיל אידישע קארס אנקומענדיג איינס נאכ'ן צווייטן, דאס האט מיר געגעבן די קוראזש אפצולאנדענען מיין קאר מכל טוב וטוב, פסח'דיגע מייקראווע, מצות, וואסער, אייער וכו' זעענדיג אז איך בין נאך געקומען גאנץ בחסד אקעגן אנדערע באזוכער וואס האבן זיך אריינגעצויגן מיט עטליכע פילע וועגעלעך (ביזת הים).
די האטעל איז געווען הערליך. איך בין איינגעשטאנען אין דעםEmbassy suites ממש אויפ'ן פאלס די פרייז איז געווען בחסד נאכ'ן קויפ'ן א וואוטשער פון 110$ ביי גראופאן. צימער איז געווען רייך עלגעננט גרויסע בעטן פאר די ערוואקסענע און די קינדער גרויסע טיש מיט 4 בענקלעך זיין האבן צוגעברענגט א גרויסן פרידזש און קינדער בעטל אויפ'ן פארלאנג.
לויט ווי איך האב געהערט פון עטליכע באזוכער האבן די באאמטע זיי אפגעשפארט די צימער נאכדעם וואס זיי האבן געפינן ביי זיי קאכן געצייג. דעריבער דער וואס וויל יא מיטנעמען די געצייג זאל מאכן זיכער עס גוט צו באהאלטן אדער פארלאנגען אז מען זאל נישט קומען רייניגען דעם צימער (אפשר איבעלאזן א טיפ פאר'ן רייניגער קען אויך דינען אלץ לא יחרץ געלט)
די קאר האב איך פארקירט דערנעבן אין די קאסינע פארקינג לאט (ווי איינער פון אונזער חברים דא אין קרעטשמע האט אנגעמערקט) ווי עס האט געקאסט בלויז $5 אקעגן די $20 וואס עס קאסט א נאכט אין די האטעל. (איינער וואס פלאנט יא צו ניצן א סאך די קאר לוינט זיך עס נישט אזוי ווייט ווייל מען צאלט 5$ יעדעס מאל מען פארט ארויס.)
דאווענען בין איך געגאנגען צום קאנפרענס רום אין דעם פויר פוינטס האטעל אנגעפירט דורך דעם שליח חב"ד, עס האט זיך באוויזן פאר מיר א הערליכע בילד זעענדיג אזא ריזן ציבור פון אלע שיכטן און קרייזן אין איין מנין. אן אינטרעסאנטע פאקט וואס איך האב שוין עטליכע מאל באמערקט אויך אין אנדערע פלעצער אז ביי אנדערע אידן פון די מאדערנע אדער ליטווישע קרייזן ווען מען קומט אריין שול זעצט מען זיך אראפ ביז'ן סוף דאווענען און מען הערט נישט קיין שמועסעריי אדער קיין געלעכטער דאקעגן ביי דעם חסידישן ציבור איז מער איינגעגעסן דעם פאקט אז מען קען האלטן אינמיטן הויכע שמו"ע קדיש וכדו' און עטליכע יונגעלייט שמועסן זיך אזוי געמיטלעך כאילו זענען יעצט ביים טאטען אין וויינגארטן, אן ענדליכע זאך האב איך באמערקט זייענדיג אמאל אין ראוד איילענד ווי עס איז דארט איינגעפירט זאגט דארט די רב א דבר תורה (דבאאר תאראה) צווישן מנחה מעריב, ער זאגט טאקע נישט קיין גרויסע חידושים אבער די באזוכער פון אלע קרייזן האבן זיך אראפגעזעצט מיט רעספעקט אויסהערן דעקעגן א שיינע טייל פון די חסידישע אינגעלייט זענען ארויס אינדרויסן שמועסן, נישט קיין געפערליכע עוולה נאר א מציאות וואס פאסירט צוליב וואס מען האט אונז דאס קיינמאל נישט אויסגעלערנט וויאזוי זיך אויפצופירן ווען מיר גיין ארויס אביסל פון אונזער געטא.
מיין גרעסטע הנאה איז געווען צו זיצן אין דעם האטעל ביים פענטסער און מיט האלטן ווי די וואסער לויפט עס האט זיך מיר באמת נישט אויסגעפעלט מער, ווען איך האב נאר געהאט א געלעגנהייט בין איך דארט געזיצן געלערנט, געגעסן גע'חלומט אלעס דארט, פאר די קינדער'ס וועגן בין איך אביסל ארום געגאנגען.
זיך ארומקוקענדיג אויף די פילע געביידס און סטרוקטערן ארום איז מיר א געדאנק א דורך געלאפן אין קאפ ווי דער אויבערשטער האט באשאפן אזא הערליכען נאטורליכן וואונדער און די מענטשהייט האט זיך אזוי שטארקט ארויפגעכאפט דערויף פרובירנדיג צו מאכן דערויף די מאקיסמום געלט בויענדיג אלע סארט געביידעס האטלן, רעסטוראנטען, טורמעס, פארוויילונגס ערטער אלעס געבויט דא ארום מיט דעם איינעם ציל צו קענען כאפן א בליק אויפ'ן וואסער פאל מען פרובירט צו מאכן געלט פון אלע זייטן יעדער וויל פארקויפן אז נאר דורך אים קען מען די בעסטע זען די פאלן דורך העליקאפטער, פעריס וויל, שנעלע אדער שטייטע שיף, הויכע טורמעס, טשעיר ליפט, טונעלן פון אונטער די וואסער און אלעס חזר'ט זיך איבער סיי אויף די אמעריקאנע און סיי אויף די קאנעדישע זייט.
איינע פון די גאסן רופט זיך "קליפטען היל" דארט געפינט זיך די אלע סארט מוזעמס און שפיל פלעצער, גייענדיג מיט מיינע קינדער האב איך געקויפט טיקעטס ביי א פלאץ וואס רופט זיך 'בלאק סיטי' אינדרויסן קוקט עס אויס זייער אינטרעסאנט פאר די קינדער אזוי ווי א קליינע לעגא לאנד איך בין געווען זיכער אז די קינדער וועלן האבן וואס צו טון דארט פאר עטליכע שעה, למעשה אריינקומענדיג דארט האב איך דערזען אז עס איז איין צימער ווי מען קען שפילן, דאכט זיך מיר עס עס איז היפט איבערגעצאלט פאר אזא זאך, איך האב אויך געכאפט א בליק אין דעם Guinness world records חוץ וואס עס האט מיר נישט קיין סאך קליגער געמאכט איז עס אויך געווען גאנץ טייער פאר אזא קליינע פלאץ.
סוף כל סוף האבן מיר זיך געדארפט צוריק קערן אהיים אויפצונעמען דעם יו"ט, למעשה מיינע געפילן האבן זיך נישט געוואלט אפטיילן פון די וואסער איך האב מיר געלאזט פירן דורך מיין פאנטאזיע ווי איך שטיי דא אום שביעי של פסח און זינג מיר אפ דעם שירת הים אויפ'ן וואסער.
מה רבו מעשיך ה'