בלאט 10 פון 10

געשריבן: דאנארשטאג יולי 26, 2018 12:49 am
דורך יוסיף דעת
אז איך וויל ארויס פארן פארטאגס צו ניאגרא פאלס, ווי קען איך דאווענען אונמיטען וועג שחרית?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 26, 2018 6:17 am
דורך צו געזונט
אויב פארססטו מיט דעם טראוועי:
אין אלבאני איז דא א אכט אזייגער מנין.
אין ראטשעסטער האסטו עטליכע מנינים

אויב פארסטו מיט דעם 17:
אין בינגהעמטאן

געשריבן: דאנארשטאג יולי 26, 2018 12:39 pm
דורך יוסיף דעת
צו געזונט האט געשריבן:אויב פארססטו מיט דעם טראוועי:
אין אלבאני איז דא א אכט אזייגער מנין.
אין ראטשעסטער האסטו עטליכע מנינים

אויב פארסטו מיט דעם 17:
אין בינגהעמטאן

וואסערע וועג איז בעסער צו נעמען?
אויכעט איז דא כשרס צו קויפן אין ניאגרא פאלס?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 26, 2018 1:26 pm
דורך Car Rental Expert
יוסיף דעת האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:אויב פארססטו מיט דעם טראוועי:
אין אלבאני איז דא א אכט אזייגער מנין.
אין ראטשעסטער האסטו עטליכע מנינים

אויב פארסטו מיט דעם 17:
אין בינגהעמטאן

וואסערע וועג איז בעסער צו נעמען?
אויכעט איז דא כשרס צו קויפן אין ניאגרא פאלס?

אויב די האסט איבריגע געלד איז דא עסן עס איז זייער טייער דארט‎

געשריבן: דאנארשטאג יולי 26, 2018 1:28 pm
דורך שטיין
קאל חבד אין ניגרא פאלס 7163359551

געשריבן: דאנארשטאג יולי 26, 2018 4:24 pm
דורך יוסיף דעת
סכאפ דארט די געהריגע סעלפאון אדער מען דארף דינגען אן אויסלענדישע סעלפון?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 26, 2018 4:25 pm
דורך אויפגעפרישט
יוסיף דעת האט געשריבן:סכאפ דארט די געהריגע סעלפאון אדער מען דארף דינגען אן אויסלענדישע סעלפון?

ס'ווענט זיך וועלעכע זייט גרעניץ די ביזט

געשריבן: דאנארשטאג יולי 26, 2018 4:33 pm
דורך יוסיף דעת
די קנאדאדישע זייט

געשריבן: דאנארשטאג יולי 26, 2018 4:40 pm
דורך אויפגעפרישט
יוסיף דעת האט געשריבן:די קנאדאדישע זייט

ווענט די זיך אויף דיין פלאן/קאמפעני (און וויפיל מייל אריין)
למשל ביי א גוויסע וויירייזן קען מען צו קויפן פאר 5$
פרעג ווי די האסט גנומען דיין פלען

השבת אבידה

געשריבן: דאנארשטאג יולי 26, 2018 11:45 pm
דורך פרישע ניק
(געעפענט א נייע ניק אלס גילוי...)

מיין אידענע איז געווען לעצטענס אין נייעגרע פאלס, און פארגעסן א דזשעקעט אין עמבעסי סוויטס

די פארוואלטונג האט עס געטראפן. צו אפשיקן רעכענען זיי כמעט א פיפציגער.

אויב פארט איר אהין, און זענט גרייט דאס אפצונעמן און צוריקברענגן קיין ברוקלין, ביטע מודיע זיין אין אישי אדער אימעיל

FRISHENIK@GMAIL

תזכו למצות

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 8:49 am
דורך וואס עפעס?
קען איינער מיטטיילן וויאזוי מען פלאנירט א נסיעה אהין מיט א פליגער ?

זעה איך אז די כשר׳ע רעסטוראנטען פארמאכן שוין פארן סעזון, - וויאזוי געבט מען זיך אן עצה מיט עסן?

איז פארן קיין באפעלו יעדן טאג , א מהלך?

אז מען נעמט א פליגער , איז ווערט צו דינגען א קאר דארט ?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 3:53 pm
דורך חזקי פרידמאן
וואס עפעס? האט געשריבן:קען איינער מיטטיילן וויאזוי מען פלאנירט א נסיעה אהין מיט א פליגער ?

זעה איך אז די כשר׳ע רעסטוראנטען פארמאכן שוין פארן סעזון, - וויאזוי געבט מען זיך אן עצה מיט עסן?

איז פארן קיין באפעלו יעדן טאג , א מהלך?

אז מען נעמט א פליגער , איז ווערט צו דינגען א קאר דארט ?

מיט א פליגער אהין ווייס איך נישט אסך
לגבי עסן, בעצם איז באפעלו נישט ווייט אובער מדארף אדורך גיין די גרעניץ קען עס אמאל נעמען לאנג.
איך וואלט געזאגט צי נעמען א הוטעל אויף די אמריקאנע זייט, האסטי דארט עסן, מנין יעדן טאג אין אויך א פיינע Take out

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 31, 2019 11:04 pm
דורך וואס עפעס?
חזקי פרידמאן האט געשריבן:

וועלכע טעיק אוט?
וואס טוט מען ביי די מעריקאנע זייט?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:41 am
דורך חזקי פרידמאן
וואס עפעס? האט געשריבן:
חזקי פרידמאן האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:קען איינער מיטטיילן וויאזוי מען פלאנירט א נסיעה אהין מיט א פליגער ?

זעה איך אז די כשר׳ע רעסטוראנטען פארמאכן שוין פארן סעזון, - וויאזוי געבט מען זיך אן עצה מיט עסן?

איז פארן קיין באפעלו יעדן טאג , א מהלך?

אז מען נעמט א פליגער , איז ווערט צו דינגען א קאר דארט ?

מיט א פליגער אהין ווייס איך נישט אסך
לגבי עסן, בעצם איז באפעלו נישט ווייט אובער מדארף אדורך גיין די גרעניץ קען עס אמאל נעמען לאנג.
איך וואלט געזאגט צי נעמען א הוטעל אויף די אמריקאנע זייט, האסטי דארט עסן, מנין יעדן טאג אין אויך א פיינע Take out

וועלכע טעיק אוט?
וואס טוט מען ביי די מעריקאנע זייט?

Nissan's Kosher Deli

3980 Maple Rd, Buffalo, NY 14226
(716) 515-0075 https://g.co/kgs/gJcgty
סאיז בערך 5 מינעט פון די שול

The Cave of the Wind

Maid of the Mist Boat Tour

אין איין טאג גייט מען אריבער צי Canadian זייט

געשריבן: זונטאג אוקטובער 06, 2019 12:38 pm
דורך דריידל
טאמער וויל מען גיין מיט א פליגער, וועלכע עירפארט איז די באקוועמסטע?
נ. ב. איך פלאן איינצושטיין אויף די קאנעדישע זייט

געשריבן: זונטאג אוקטובער 06, 2019 9:10 pm
דורך צווילע בירגער
דריידל האט געשריבן:טאמער וויל מען גיין מיט א פליגער, וועלכע עירפארט איז די באקוועמסטע?
נ. ב. איך פלאן איינצושטיין אויף די קאנעדישע זייט

Buf

געשריבן: זונטאג אוקטובער 06, 2019 9:10 pm
דורך צווילע בירגער
דריידל האט געשריבן:טאמער וויל מען גיין מיט א פליגער, וועלכע עירפארט איז די באקוועמסטע?
נ. ב. איך פלאן איינצושטיין אויף די קאנעדישע זייט

Buf

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 11, 2019 12:34 pm
דורך וואס עפעס?
ביי מיין לעצטע באזיך האביך מיך אויסגעלערענט עטליכע נקידות וואס איז כדי צו מיטטיילן

• מען דארף לאזן גענוג צייט פאר די אמעריקאנע זייט
די קאנאדישע זייט האט טאקע מער וואסער אבער די אמעריקאנע זייט האט מער פלעצער צו פאברענגען און שפאצירען

• די עמבעסי סוויטס בעהט זייער טייער פאר פארקינג, א גאס אוועק איז דא א קאסינו וואו מען פארקט פאר 15 דולר אין כהאב עס דארט געלאזט ביזן אוועקפארן ( געניצט די באסעס איבעראל)

• חבד פארקויפט א גוטע פעקעדש
עס רעכענט אריין א באס קארטעל וואס איז גוט פאר 48 שעה
רוב פלעצער פון חבד זענען אינטערסאנט
איינער פון די פלעצער (replis believe it or not (זעהט מען גאר זעלטענע מאדנע קינצען/ מייסטער ןוערק

• עסן איז כדי מיטצוברענגען, חבד האט מילך געווענליך

די אמעריקאנע caves איז לכאורה בעסער

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 11, 2019 12:43 pm
דורך היסטאריקער
וואס עפעס? האט געשריבן:ביי מיין לעצטע באזיך האביך מיך אויסגעלערענט עטליכע נקידות וואס איז כדי צו מיטטיילן

• מען דארף לאזן גענוג צייט פאר די אמעריקאנע זייט
די קאנאדישע זייט האט טאקע מער וואסער אבער די אמעריקאנע זייט האט מער פלעצער צו פאברענגען און שפאצירען

• די עמבעסי סוויטס בעהט זייער טייער פאר פארקינג, א גאס אוועק איז דא א קאסינו וואו מען פארקט פאר 15 דולר אין כהאב עס דארט געלאזט ביזן אוועקפארן ( געניצט די באסעס איבעראל)
אקעגן איבער ממש איז דא א געשעפט וואס אפערט FREE PARKING פאר קאוסטאמערס, איך בין אריין און פאר 18$ געלאזט מיין קאר דארט פאר 2 טעגת א שפאן אוועק

• חבד פארקויפט א גוטע פעקעדש
עס רעכענט אריין א באס קארטעל וואס איז גוט פאר 48 שעה
אמת
רוב פלעצער פון חבד זענען אינטערסאנט
איינער פון די פלעצער זעהט מען גאר זעלטענע מאדנע קינצען/ מייסטער ווערק

• עסן איז כדי מיטצוברענגען, חבד האט מילך געווענליך, נישט כדאי זיך צו פארלאזן אז זיי האבן מילך, מער נישט ווי יא

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 11, 2019 1:27 pm
דורך ר' יום טוב
די אמעריקאנע זייט איז סאך אנדערש, אין א געוויסן זין פיל שענער. עס איז א רואיגע גרינע פארק, ווי עס רוישן וואסער פאלן אויף וועלדער'דיגע שפאציר שטעגן, באצירט מיט בלומען, געוויקסן און מארבל שטיינער. די הארסשו וואסערפראנט זעלבסט, האבן א געוויסע ציענדע אויסבליק וואס איז נישטא אויף די קאנאדישע זייט.

די קאנאדישע זייט איז א הויכשטאקיגע אנגעשטויסענע סיטי ווי מען קען נישט כאפן א רואיגע שפאציר אן אריינבאמפן אין די מאסן.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 11, 2019 1:53 pm
דורך חזקי פרידמאן
ר' יום טוב האט געשריבן:די אמעריקאנע זייט איז סאך אנדערש, אין א געוויסן זין פיל שענער. עס איז א רואיגע גרינע פארק, ווי עס רוישן וואסער פאלן אויף וועלדער'דיגע שפאציר שטעגן, באצירט מיט בלומען, געוויקסן און מארבל שטיינער. די הארסשו וואסערפראנט זעלבסט, האבן א געוויסע ציענדע אויסבליק וואס איז נישטא אויף די קאנאדישע זייט.

די קאנאדישע זייט איז א הויכשטאקיגע אנגעשטויסענע סיטי ווי מען קען נישט כאפן א רואיגע שפאציר אן אריינבאמפן אין די מאסן.

אין הוטעל'ס איז אויך סך בילעגער דארט

געשריבן: מוצ"ש אוקטובער 12, 2019 11:33 pm

דאכציך אז סנישטא קיין האטעלס ביים אמעריקאנע זייט ממש ביים וואסער

געשריבן: מוצ"ש אוקטובער 12, 2019 11:54 pm
דורך א גוטע ניק
ס'איז ביליגער ביי די קאנאדישע זייט די האטעלס