בלאט 9 פון 10

געשריבן: זונטאג פאברואר 25, 2018 6:31 pm
דורך מטעמים
געוועהן דארט אמאל חול המועד פסח, שטארק הנאה געהאט עס איז געוועהן צוויי אדער דריי גרויסע מנינים.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 11:14 am
דורך יוסיף דעת
אז מען וויל פארן מיטן פליגער וואס איז די בעסעטע אין בילוגסטע וועג?

מטעמים האט געשריבן:געוועהן דארט אמאל חול המועד פסח, שטארק הנאה געהאט עס איז געוועהן צוויי אדער דריי גרויסע מנינים.

וואס טוט מען מיט די האטעל רומס וועגן בדיקות חמץ אום חול המועד?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 11:18 am
דורך סידיראם
געשיקטער האט געשריבן:איך בין ליידער דארט געווען דריי טעג און זוממער פאר 25 יאר צוריק מיט זוגתי שתחי' און א טאכטער
טויזענט מאל חרטה געהאט א סך צייט געווען איינגעשפארט אין מאטעל ציממער
עס איז זייער נישט בעסער געווארען

אשרי יושבי ביתיך, די בעסטע זאך איז צו זיין אינדערהיים, נישט צו פארן קיין א.ג. וואקאציעס ווי מען שטעלט זיך בידים אריין אין שווערע נסיונות.

שבת און ניאגארא

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 12:14 pm
דורך איך האף
האט איינער עקספיריענס מיט א שבת און ניאגארא פאלס?

איך דארף זיין זונטיג אין טאראנטא וויל איך זיין אויף שבת און ניאגארא

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 12:52 pm
דורך הלשון
כנ"ל - פארבינדט זיך מיט חב"ד אין נייאגארא

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 12:58 pm
דורך געשיקטער
איך האף האט געשריבן:האט איינער עקספיריענס מיט א שבת און ניאגארא פאלס?

איך דארף זיין זונטיג אין טאראנטא וויל איך זיין אויף שבת און ניאגארא

האסט נישט געזעהן
געשיקטער האט געשריבן:איך בין ליידער דארט געווען דריי טעג און זוממער פאר 25 יאר צוריק מיט זוגתי שתחי' און א טאכטער
טויזענט מאל חרטה געהאט א סך צייט געווען איינגעשפארט אין מאטעל ציממער
עס איז זיכער נישט בעסער געווארען

סידיראם האט געשריבן:אשרי יושבי ביתיך, די בעסטע זאך איז צו זיין אינדערהיים, נישט צו פארן קיין א.ג. וואקאציעס ווי מען שטעלט זיך בידים אריין אין שווערע נסיונות.

מנין וועסט די נישט האבען !!!
מאכלי שבת וועסט די מיטנעמען פון דערהיים מיט א

נעם דיר מיט גענוג ספרים זיך האלטען פארנימען גאנץ ש"ק איינגעשפארט אין מאטעל שטיב

פארוואס נישט זיין ש"ק אין טאראנטא ווי די וועסט א מקוה, מנינים און וואס צו עסען?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 1:09 pm
דורך ווישוואש
ער רעדט פון זומער?

איך בין דארט געווען אויף אן איין-טאגיגע וואקאציע אין מיט'ן ווינטער און זייער הנאה געהאט.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 1:13 pm
דורך מטעמים
יוסיף דעת האט געשריבן:אז מען וויל פארן מיטן פליגער וואס איז די בעסעטע אין בילוגסטע וועג?

מטעמים האט געשריבן:געוועהן דארט אמאל חול המועד פסח, שטארק הנאה געהאט עס איז געוועהן צוויי אדער דריי גרויסע מנינים.

וואס טוט מען מיט די האטעל רומס וועגן בדיקות חמץ אום חול המועד?

מען איז בודק גלייך ווען מען גייט אריין. אזוי האט מען מיר געפסקענט.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 1:18 pm
דורך געשיקטער
ווישוואש האט געשריבן:ער רעדט פון זומער?

איך בין דארט געווען אויף אן איין-טאגיגע וואקאציע אין מיט'ן ווינטער און זייער הנאה געהאט.

ער פרעגט וועגען ש"ק און האב איך אים דערציילט אז מנין וועט ער יעצט נישט האבען וכ'
און וואס וועט ער טוען גאנץ ש"ק ? גיין שפאצירען ביי די פאלס מיט שטריימעל און בעקישע ?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 1:23 pm
דורך ווישוואש
מ'האט אים שוין געשיקט אנפרעגן ביי חב''ד צו זיי האבן מנין יענע וואך, מאכלי שבת האבן זיי לכאורה יעדע וואך.

וואס איז די פראבלעם צו שפאצירן ביי די פולס? זאל זיין אן שטריימל/בעקיטשע.

און מיין תגובה האט זיך באצויגן צו די חלק פון נסיונות און זיין פארשפארט אין צימער וכו'.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 2:06 pm
דורך הלשון
א נייע אנשיקעניש...

א איד בעט אינפארמאציע - אנשטאט ענטפערן, זאגט מען מוסר איינמאל און נאכאמאל

-------

חלילה נישט מזלזל זיין אין די הארבע איסור דאורייתא פון שמירת עינים

נסיונות אין שמירת עינים איז דא איבעראל, אפילו אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג. והשומר נפשו זאל זיצן אינדערהיים.

אדרבה, ווי איז דא א פלאץ, ובפרט אין די זומער, ווי גוים גייען געקליידעט בצניעות?

ווידער נייאגארא פאללס, איז מיט גארנישט ערגער ווי יעדע אטראקציע ארט, וואס ציהט טוריסטן אד"ג. עס איז נישט קיין ביעטש אדער וואסער פארק וואס איז אוועקגעשטעלט אז מען גייט [אומ]געקליידעט מיט בגדי פריצות.

אין די צייטן וואס ס'איז נישט די "סעזאן" (אינמיטן זומער) איז עס געווענליך נישט אזוי שטארק אנגעלייגט.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 3:43 pm
דורך סיז מסודר
יוסיף דעת האט געשריבן:אז מען וויל פארן מיטן פליגער וואס איז די בעסעטע אין בילוגסטע וועג?

די ביליגסטע איז פון newark קיין buffalo סקאסט בערך $150 ראונד טריפ

טאראנטא

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 10:16 pm
דורך איך האף
אדרבה אויב ווייסט איינער פון א גיטע פלאץ פאר שבת אין טאראנטא
זאל מיר ביטע לאזן וויסן

אין לגבי שמירת עינים וויל איך קלארשטעלן אז איך רעד חלילה וחס נישט פון זומער
איך רעד פון נעקסטע וואך שבת

געשריבן: מיטוואך פאברואר 28, 2018 12:49 pm
דורך הלשון
עד פון חב"ד וועגן חול המועד פסח

געשריבן: מיטוואך פאברואר 28, 2018 1:20 pm
דורך green sunday
עס לוינט זיך צי קויפן ביי חב"ד די טיקעטס, מען האט דארט דרך ארץ פאר זיי, (חוץ פון דעם וואס זיי זענען בילגער אביסל) ווען די קויפסט די הארנבלאויר (שיף) טיקעט ביי זיי קענסטו גראד אראפגיין צום פארט, מען דארף נישט שטיין אין לאנגע ליינס צי קויפן די טיקעט ביים שיף.

IMAX איז היבש שרעקעדיג פאר קינדער, סאיז דא געניג פלעצער ווי צי גיין.

געשריבן: זונטאג מארטש 04, 2018 2:07 am
דורך finkl
מטעמים האט געשריבן:
יוסיף דעת האט געשריבן:אז מען וויל פארן מיטן פליגער וואס איז די בעסעטע אין בילוגסטע וועג?

delta sky miles 6.000 per one way

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 1:40 pm
דורך yoy
?? ס'דא זייער שיין פארק marineland ?? ווי ?? ווי ??
??
איך בין געפארן אהין דורכ'ן 17 און צוריק דורך פענסילוועניע, עס קוקט מיר אויס ווי די 17 איז שנעלער מיט א שיינע פאר מינוט
אבער פארמאגט א חסרון אז עס איז מורא'דיג געדרייט.
??whats the other way
ס'דא זייער שיינע וועג, וועלעכע איז דאס?
???
לויט ווי איך האב געהערט פון עטליכע באזוכער האבן די באאמטע זיי אפגעשפארט די צימער נאכדעם וואס זיי האבן געפינן ביי זיי קאכן געצייג.
דעריבער דער וואס וויל יא מיטנעמען די געצייג זאל מאכן זיכער עס גוט צו באהאלטן אדער פארלאנגען אז מען זאל נישט קומען רייניגען דעם צימער (אפשר איבעלאזן א טיפ פאר'ן רייניגער קען אויך דינען אלץ לא יחרץ געלט)

די קאר האב איך פארקירט דערנעבן אין די קאסינע פארקינג לאט (ווי איינער פון אונזער חברים דא אין קרעטשמע האט אנגעמערקט) ווי עס האט געקאסט בלויז $5 אקעגן די $20 וואס עס קאסט א נאכט אין די האטעל. איינער וואס פלאנט יא צו ניצן א סאך די קאר לוינט זיך עס נישט אזוי ווייט ווייל מען צאלט 5$ יעדעס מאל מען פארט ארויס

פארגעס נישט ארויפצולייגן דא דיין אמעריקאנע סעל נומער מ'זאל קענען באשטעלן א באזוך " OK Good to know "

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 1:42 pm
דורך yoy
די אינפערמציע איז געקליבען פין פריערדיגע בלעטער

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 29, 2018 2:39 pm
דורך yoy
דער וועטער אין נייאגארא פאללס שפילט דערווייל נישט מיט מיט אינזער מצב..... :x :cry:
ווייסט עמעצער פין א גיטער אינדאר.. indor פלעצער ??
IMAX (1
2) ??
איך רעד פין דינסטאג..

געשריבן: דאנארשטאג יולי 12, 2018 4:36 pm
דורך יוסיף דעת
איינער ווייסט פון א גיטע האטעל און נישט טייער פאר נאך תשעה באב?
אז איך פאר מיט די משפחה וואס איז די בעסטע אפשען?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 12, 2018 4:52 pm
דורך Kosher Travel
צים פינטעל האט געשריבן:ווי אזוי זעהט אויס די באן, ווי א פליגער, אדער מקען ארום לויפן (אזוי האט לאקשען ברעטל דערמאנט אויבען)
האט איינער אינפא. וועגן קאר רענטל דארט?

איך בין געפארן מיטן באן, Amtrack יארן צירוק ווייל מיין שווער זז"ג האט מיך נישט געלאזט דרייווען אין שנה ראשונה אזא ווייטע וועג. א מעשה פאר זיך. איך האב ליעב travel. פליעגערס, שפין, קארס, וכו'. אבער איך האב שיעור געפלאצט! די באן מאכט בום, בום, בום, (צען מאהל א סקונדע), און עס פארן א שוואכערע עלעמענט אויף די באנען.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 12, 2018 5:24 pm
דורך סידיראם
הלשון האט געשריבן:א נייע אנשיקעניש...

א איד בעט אינפארמאציע - אנשטאט ענטפערן, זאגט מען מוסר איינמאל און נאכאמאל

-------

חלילה נישט מזלזל זיין אין די הארבע איסור דאורייתא פון שמירת עינים

נסיונות אין שמירת עינים איז דא איבעראל, אפילו אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג. והשומר נפשו זאל זיצן אינדערהיים.

אדרבה, ווי איז דא א פלאץ, ובפרט אין די זומער, ווי גוים גייען געקליידעט בצניעות?

ווידער נייאגארא פאללס, איז מיט גארנישט ערגער ווי יעדע אטראקציע ארט, וואס ציהט טוריסטן אד"ג. עס איז נישט קיין ביעטש אדער וואסער פארק וואס איז אוועקגעשטעלט אז מען גייט [אומ]געקליידעט מיט בגדי פריצות.

אין די צייטן וואס ס'איז נישט די "סעזאן" (אינמיטן זומער) איז עס געווענליך נישט אזוי שטארק אנגעלייגט.

האסט טאקע גיט געזאגט השומר נפשו זאל זיצן אינדערהיים, אדער פארן נאר צו אזעלכע פלעצער ווי עס דרייען זיך נישט קיין גוים מיט בגדי פריצות, א שטייגער ווי ניאגרא פאלס. טאמער איז נישטא דאן טאקע פאר נישט. (אבער ס'איז דא)

געשריבן: דאנארשטאג יולי 12, 2018 6:12 pm
דורך קרייסלער
סידיראם האט געשריבן:

אבי געשאסן ניאגרא פאלס איז נישט קיין ביעטש און סאיז ווייט פון פריצות׳דיג, ווי א ביטש, נישט אז סאיז א מקום מסוגל פאר יראת שמים
סאיז נאך אזוי פריצות׳דיג ווי א הייסע זוממער טאג אין סענטרעל פארק אדער בראנקס זו
אגב אויב גייט מען פאר זשוליי פאר אדער ממש א טאג נאך לעיבער דעי איז עס א מחי׳ צו גיין סאיז נישטא די אנלויפעניש און מקען נאך געניסן פון די ווארימע וועטערס

געשריבן: דאנארשטאג יולי 12, 2018 6:39 pm
דורך הלשון
סידיראם האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:א נייע אנשיקעניש...

א איד בעט אינפארמאציע - אנשטאט ענטפערן, זאגט מען מוסר איינמאל און נאכאמאל

-------

חלילה נישט מזלזל זיין אין די הארבע איסור דאורייתא פון שמירת עינים

נסיונות אין שמירת עינים איז דא איבעראל, אפילו אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג. והשומר נפשו זאל זיצן אינדערהיים.

אדרבה, ווי איז דא א פלאץ, ובפרט אין די זומער, ווי גוים גייען געקליידעט בצניעות?

ווידער נייאגארא פאללס, איז מיט גארנישט ערגער ווי יעדע אטראקציע ארט, וואס ציהט טוריסטן אד"ג. עס איז נישט קיין ביעטש אדער וואסער פארק וואס איז אוועקגעשטעלט אז מען גייט [אומ]געקליידעט מיט בגדי פריצות.

אין די צייטן וואס ס'איז נישט די "סעזאן" (אינמיטן זומער) איז עס געווענליך נישט אזוי שטארק אנגעלייגט.

האסט טאקע גיט געזאגט השומר נפשו זאל זיצן אינדערהיים, אדער פארן נאר צו אזעלכע פלעצער ווי עס דרייען זיך נישט קיין גוים מיט בגדי פריצות, א שטייגער ווי ניאגרא פאלס. טאמער איז נישטא דאן טאקע פאר נישט. (אבער ס'איז דא)

פאר נייגעריגקייט, וואס האט פאסירט אז דו האסט איצטערט רעאגירט צו מיין תגובה פון כמעט א האלבע יאר צוריק...?

אבער אז מען רעדט פריש דערפון. זינט איך האט געשריבן די געקוואוטע תגובה, בין איך שוין נאכאמאל געווען אין נייאגארא פאללס (פארשטייט זיך נישט איצט אין די זומער ווען ס'איז דארט די סעזאן, אבער אויך נישט אין די קאלטע ווינטער), און ספעציעל שטארק באטראכט די געגענט טאקע אין ליכט פון די היזיגע דעבאטע...

יעצט אין די זומער ביי מיין קארנער אין וויליאמסבורג, איז ערגער ווי נייאגארא פאללס אינמיטן יאר.

שמירת עינים - דאס יא. איבעראל און אלעמאל דארף מען זייער שטארק נזהר זיין אין דעם הארבן לאו דאורייתא. און יא, דארט דרייען זיך בעיקר נאר גוים. און גוים גייען געקליידעט ווי גוים. ממילא השומר נפשו ירחק מהם!

איך בין נישט קיין דיין, ממילא גיי איך קיינעם נישט הייסן יא צו פארן. אבער צו זאגן אז ס'איז א מקום פריצות (מער ווי אנדערע דורכשניטליכע מקומות) איז לכאורה אבי גערעדט! מען גייט בכלל נישט אנגעטוהן ווי אויף א ביעטש.

געשריבן: מיטוואך יולי 18, 2018 1:35 am
דורך שטיין
פיין געווין דארט עמבסי סוויט איז די בעסטע האטעל