בלאט 8 פון 8
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 29, 2015 7:17 pm
דורך כאפצעם
ווייסט איינער וואס די מצב איז דארט חול המועד פסח? איז דא דארט מנינים?
(סוכות ווייס איך איז דא א געפאראכץ אהין, פסח האב איך נאר נאך נישט געהערט).
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 12:44 pm
דורך דרייסטקייט
כאפצעם האט געשריבן:אויב איינער קען מיר ארויסהעלפן.
צווישן די ארטיגע 'מאריאט האטעל' און די 'עמבעסי סוויטס האטעל' וועלעכע איז שענער?
צים פינטעל האט געשריבן:כבין געווען אין מאיראט פאלסוויא אויף א הויכע שטאק
עס איז געווען זייער זייער שיין (כאטש אויף זייער סייט קוקט אויס ווי די ביסט ממש אויף די פאלס אין באמת איז עס היבש ווייטער אבער דאך די נאנטסטע)
כמיין אזעס איז שענער ווי עמבעסי סוויטס
נעמט אין אכט צו נעמען א הויכע שטאק (עס איז א ביסל טייערער) מען זעהט אסאך שענער די פאלס
איך בין געווען פאר א דריי יאר צירוק אין די Oaks האטעל, די ביליגסטע האטעל ווי מקען זעהן די פאללס. איך וואלט עס שטארק ריקעמאנדירט, עס איז גאנץ ביליג, אבער זייער געשמאק אין אנגענעם.
זעה דא.
viewtopic.php?p=1001206#p1001206
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 1:30 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
לכתחילה אריבער האט געשריבן:שכל טוב האט געשריבן:קען זיין , מיין חבר זאגט מיר ער איז געפארן דאוונען יעדן טאג שחרית דארט איין צופרי איז ער געווען אפאר מינוט שפעט זאגט עם די גארט ביים גרעניץ סיר יא לעיט דעי סטארט אלרעדי
חחחחחח
ער האט אים כאטש געלאזט גיין שנעלער?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 2:13 pm
דורך כאפצעם
כאפצעם האט געשריבן:ווייסט איינער וואס די מצב איז דארט חול המועד פסח? איז דא דארט מנינים?
(סוכות ווייס איך איז דא א געפאראכץ אהין, פסח האב איך נאר נאך נישט געהערט).
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2015 4:06 pm
דורך כאפצעם
כ'זעה אז 'עמבעסי סוויטס' טשארדזשט נישט מער ניש ווייניגער ווי $30 א טאג פאר פארקינג!
ווייסט אפשר איינער פון א צווייטע אויסוועג? אפשר אן אנדערע פארקינג לאט אין די געגענט פאר ביליגער?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2015 5:55 pm
דורך דרייסטקייט
כאפצעם האט געשריבן:כ'זעה אז 'עמבעסי סוויטס' טשארדזשט נישט מער ניש ווייניגער ווי $30 א טאג פאר פארקינג!
ווייסט אפשר איינער פון א צווייטע אויסוועג? אפשר אן אנדערע פארקינג לאט אין די געגענט פאר ביליגער?
אין די האטעל ווי איך בין געווען, האט מער דאכצעך געבעטן 15 דולר א טאג.
viewtopic.php?p=1009528#p1009528
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2015 12:24 am
דורך ווישוואש
מעריאט האט מיר גארנישט געבעטן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2015 3:25 pm
דורך כאפצעם
ווישוואש האט געשריבן:מעריאט האט מיר גארנישט געבעטן
האביך זיי אנגערופן, זיי בעטן אויך $29 א נאכט.
אז איך וויל דארט זיין צוויי טעג קאסט מיר אפ $60 בלויז דאס פארקן.
ווייסט איינער אפשר וואס טוט זיך מיט די ארטיגע לאקאלע גאסן, איז א פראבלעם צו פארקן דארט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2015 3:44 pm
דורך יוחנן
i was in a hotel 2 minits walk from merriott hotel last summer . they charged 15 dollars parking a day . across the street was a parking lot that charger 5 dollars only a day ,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2015 4:21 pm
דורך לכתחילה אריבער
וואו ווילסטו אלס פארן?
אויב בלייבסטו ממש נאר דארט אין געגענט, איז שטארק יתכן אז ברויכסט בכלל נישט קיין קאר. אפשר ווינטער איז צו קאלט, אבער איך בין דארט געווען סוף זימער (נישט ממש הייס, נאר סוף זימער.) און נישט גענוצט קיין קאר כמעט, ממש נאר צום עירפארט און אפשר נאך איין מאל. אויפן פלאץ איז דא טראספעטעשאן אגאנצן צייט וואס פארט פאר צוויי דריי דאלער א טאג צו אלע לאקאלע אטרעקשאנס. און רוב בעסערע האטעלן זענען וואלקינג דיסטענס פון די פאלס. די קאר רענטעל מיט די פארקינג איז סאך טייערער ווי קאר סערוויס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2015 4:43 pm
דורך כאפצעם
לכתחילה אריבער האט געשריבן:וואו ווילסטו אלס פארן?
אויב בלייבסטו ממש נאר דארט אין געגענט, איז שטארק יתכן אז ברויכסט בכלל נישט קיין קאר. אפשר ווינטער איז צו קאלט, אבער איך בין דארט געווען סוף זימער (נישט ממש הייס, נאר סוף זימער.) און נישט גענוצט קיין קאר כמעט, ממש נאר צום עירפארט און אפשר נאך איין מאל. אויפן פלאץ איז דא טראספעטעשאן אגאנצן צייט וואס פארט פאר צוויי דריי דאלער א טאג צו אלע לאקאלע אטרעקשאנס. און רוב בעסערע האטעלן זענען וואלקינג דיסטענס פון די פאלס. די קאר רענטעל מיט די פארקינג איז סאך טייערער ווי קאר סערוויס.
וואספארא קאר רענטל? כ'דרייוו אראפ.
(געז איז אויך ב"ה א מחי'..)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2015 4:46 pm
דורך כאפצעם
יוחנן האט געשריבן:i was in a hotel 2 minits walk from merriott hotel last summer . they charged 15 dollars parking a day . across the street was a parking lot that charger 5 dollars only a day ,
$5 א טאג? ווילאנג צוריק ביזטו דארט געווען,ביי וועלעכע האטעל? (און געדענקסטו אפשר די נאמען פונעם פארקינג לאט?).
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2015 4:50 pm
דורך לכתחילה אריבער
כאפצעם האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:וואו ווילסטו אלס פארן?
אויב בלייבסטו ממש נאר דארט אין געגענט, איז שטארק יתכן אז ברויכסט בכלל נישט קיין קאר. אפשר ווינטער איז צו קאלט, אבער איך בין דארט געווען סוף זימער (נישט ממש הייס, נאר סוף זימער.) און נישט גענוצט קיין קאר כמעט, ממש נאר צום עירפארט און אפשר נאך איין מאל. אויפן פלאץ איז דא טראספעטעשאן אגאנצן צייט וואס פארט פאר צוויי דריי דאלער א טאג צו אלע לאקאלע אטרעקשאנס. און רוב בעסערע האטעלן זענען וואלקינג דיסטענס פון די פאלס. די קאר רענטעל מיט די פארקינג איז סאך טייערער ווי קאר סערוויס.
וואספארא קאר רענטל? כ'דרייוו אראפ.
(געז איז אויך ב"ה א מחי'..)
אההה, איך בין געפלויגן. אבער דיין קאר ווערט פארנוצט, דאס קומט נישט אומזינסט. אבער ביליגער ווי א טיקעט איז עס מן הסתם.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 3:35 pm
דורך קארטאפל
ווייסט איינער צו די השגחה אינעם כשר'ן רעסטאראנט אין ניאגרא פאלס איז היימיש און פארלעסליך?
דאס שרייבן זיי אויפ'ן וועב זייטל, אבער איך בין נישט באהאווענט אין די נושא
Chabad Lubavitch of the Niagara region is committed to providing visiting tourist, families, camps etc. with all their religious needs so that they have a most enjoyable stay.
Our dairy restaurant is strictly kosher and under the supervision of Rabbi Zalman Zaltzman the regional Shliach. The restaurant is managed and operated by observant individuals; Shomray Torah Umitzvos. The restaurant has conventional menus and offer generous servings. Although it's managed by a third party' some of the proceeds are earmarked to benefit Chabad Lubavitch educational programs throughout the year.
Our standards include; Pas Yisroel, Bishul Yisroel, Cholov Yisroel.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 4:18 pm
דורך בנימין
איך בין געווען דארט פאריאר, און איך האב עטליכע מאל געזען דער חב"ד שליח זיך דרייען און זיך אמקוקן.
דער רעסטוראנט אייגנטומער קען איך נישט. דער פון פאריאר האט מיר געזאגט אז ער וועט עס שוין נישט טון היי-יאר. ער האט געהאט פלענער צו עפענען אין מאנסי...
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 23, 2015 3:32 pm
דורך חנוך
ווייסט איינער ווי מ'קען איבערשלאפן אויף שבת אין טאראנטא? האטעל/מאטעל אין די אידישע געגענט? אויך ווי קען מען באקומען אין טאראנטא שבת'דיגע עסן גרייט.