בלאט 1 פון 1

ברויט מאשין, טיפ'ס און רעצעפטן ווער האט?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 5:36 pm
דורך לאז געמאכט
איך זיך גוטע רעסעפיס פאר ברויט און טארטן צו מאכן מיט א ברויט מאשין.

עס קומט עפעס רעצעפטן מיט די מאשין זעלבסט, אבער קודם איז די פונקטליכע באשטאנדטיילן נישט דא אין די לאקעלע געשעפטן (וויליאמסבורג) און חוץ דעם איז אלץ גוט צו הערן פון עמיצין וואס האט פראקטיק אין דעם.

נו ווער איז וויליג ארויס צו העלפן אין דעם?

עמיציר האט מיר געזאגט שוין לאאאנג צוריק אז אין מעלות איז געווען א צייט צוריק שמועסן איבער דעם, איינער דענקט דאס? ס'איז אונטערסאנט אפיר צו זוכן?

יישר כח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 9:16 am
דורך קרעמער
אויב די מעלות האט דאס באשריבן, איז די עצה אריינצושיקן א בריוול צו זיי (עס וועט דיר קאסטן א סטעמפ!) און זיי וועלן צוריקשרייבן ביי די בריוולעך אפטיילונג וואו דו זאלסט דאס אויפזוכן (איך האב אין שטוב די מעלות פון 2 יארגענג, אויב דו וועסט ברויכן).

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 12, 2010 8:53 am
דורך ווינקל
איך האב אלע מעלות (פשיהא....) פון ניסן שנת תשס"ו איך דענק נישט אין וועלכע סאיז.
קענסט מיר קאנטאקן אין אווענט פערזענליך קען איך בעטן מיינע קליינע חברה דאס נאכצוזיכן פאר דיר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2012 4:32 pm
דורך ווינקל
האסט מיר נישט גערופן האב איך פארגעסן נאכצוקוקן.

האסט נאך דעם ברויט מאשין?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2012 4:44 pm
דורך היימישער איד
יא די מאשין האביך נאך אבער ברויט האביך שוין לאנג נישט געבאקן דערינן.