בלאט 1 פון 1

סקיי מיילס - Mileage

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 10:40 am
דורך מעכעלע
ווייס איינער ווי איז דאס בעסטע צו פארקויפן מיילס, אדער צו קאנווערטן מיילס. איך האב AMEX מיילס, אזוי אויך Skymiles איז אזוי,

אויב לוינט זיך דאס צו קאנווערטן צו א טיקעט וויל איך דערמיט קויפן א טיקעט, אבער אויב איז בעסער ארויס נעמען קעש אין מיט דעם קויפן א טיקעט וועלן מיר טוען אזוי.

וואס איז די פראסעס? ווי קען מען טשעקן די זאכן?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 8:34 am
דורך prowed jew
ווייסט איינער אויב מען דארף עפעס טוהן צו האלטן מיילידזש?
אדער איך באקום עס אטאמאטיש ווילאנג איך פאר אויף מיין נאמען קען איך עני טיים עס ניצן?
האט עס א עקספיירעישן דעיט?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 9:57 am
דורך צים פינטעל
וועלכע באנק אפערט סקיי מיילס פאר א דעביט קארד?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 12:59 pm
דורך jkup50
prowed jew האט געשריבן:ווייסט איינער אויב מען דארף עפעס טוהן צו האלטן מיילידזש?
אדער איך באקום עס אטאמאטיש ווילאנג איך פאר אויף מיין נאמען קען איך עני טיים עס ניצן?
האט עס א עקספיירעישן דעיט?

אויב קענסטו געבען אביסל מער דידעלס קען מען פראבירן צי העלפן
קענסט שיקן און אישי

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 4:34 pm
דורך ארעסטאנט
צים פינטעל האט געשריבן:וועלכע באנק אפערט סקיי מיילס פאר א דעביט קארד?


בענק אוו אמעריקע. זיי געבן יו.עס. עירוועי'ס מייל.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 4:44 pm
דורך prowed jew
jkup50 האט געשריבן:
prowed jew האט געשריבן:ווייסט איינער אויב מען דארף עפעס טוהן צו האלטן מיילידזש?
אדער איך באקום עס אטאמאטיש ווילאנג איך פאר אויף מיין נאמען קען איך עני טיים עס ניצן?
האט עס א עקספיירעישן דעיט?

אויב קענסטו געבען אביסל מער דידעלס קען מען פראבירן צי העלפן
קענסט שיקן און אישי

איך וויל נאר וויסן וויזוי ס'ארבעט
איך בין אין די לעצטע 3 חדשים געפארן בערך 20 טויזענט מייל מיט אמעריקען עירליינס
וואס דארף איך טוהן עס צו סעיוון אדער ניצן?
קען איך עס לאזן לויפן אויף יעצט און עס ניצן למשל צוויי יאר ארום?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 9:16 am
דורך jkup50
אמריקן מיילס עקספיירט נאך א יאר
פאר 20 טויזענט לוינט נישט צי מאכן עג"נ חוץ אז די קענסט עס בויען

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 9:19 am
דורך jkup50
טעות לעולם חוזר

Q: When do "Miles with Expiration Deferred" expire?
A: Your AAdvantage miles do not expire as long as you have qualifying account activity at least once every 18 months. Qualifying account activity is defined as any AAdvantage mileage accrual or AAdvantage award redemption.
Q: How can I keep my miles active so they don't expire?
A: All you need to do is earn or redeem miles on American Airlines, AmericanConnection, American Eagle, or an AAdvantage participant at least once every 18 months, and your mileage expiration date will automatically be extended for an additional 18 months from the date of your most recent account activity.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 11:09 pm
דורך בשבילי נברא
jkup50 האט געשריבן:טעות לעולם חוזר

Q: When do "Miles with Expiration Deferred" expire?
A: Your AAdvantage miles do not expire as long as you have qualifyig account activity at least once every 18 months. Qualifying account activity is defined as any AAdvantage mileage accrual or AAdvantage award redemption.
Q: How can I keep my miles active so they don't expire?
A: All you need to do is earn or redeem miles on American Airlines, AmericanConnection, American Eagle, or an AAdvantage participant at least once every 18 months, and your mileage expiration date will automatically be extended for an additional 18 months from the date of your most recent account activity.


אין אנדערע ווערטער אז אויב לייגסטו צו אפילו נאר ממש עטליכע מיילס צו דיין יעצטיגע מיילעדזש באלאנס ווערט די עקספיירעישן דאטום פארגעריקט מיט נאך 18 חדשים.
און דערפאר אי כדאי צו וויסן אז אמעריקען עירליינס האט דורך זייער וועבסייט א שאפינג מאל ווי מ'קען באקומען אביסל מיילס פאר יעדע איינקויף (חוץ פון זייערע דיסקאוןנטס), וואס דאס קען דיר העלפען.
.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 01, 2011 7:34 pm
דורך נאטורליך
קען מיר איינער ענטפערן? איך האב עפעס 50 אלפים מיילס אין אמעריקען עקפרעס. ווי ווייט קען מען דערמיט אנקומען? לעצטענס זאגט מיר איינער אז ער גיבט מיר 1.50 פאר יעדען מייל ד.מ. 750.00 פאר אלע מיינע מיילעדזש. לוינט זיך עס? וואטס דע קעטש?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 01, 2011 10:13 pm
דורך leiby
פרעג ארום ביי די טרעוועל עידזשענטס זיי קויפן אסאך.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 28, 2011 7:53 am
דורך Sprint
איך האב 100,000 מייל פון BA און איך וויל פארען צו אר"י

NON STOP= NOT WITH BRITISH ARIWAYS

עני העלפ? ווי הייב איך אן?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 28, 2011 9:08 am
דורך סאדע_באטל
לכאורה איז די בעסטע מהלך, צו פארקויפן די הונדערט טויזענט מייל פאר איינע פון די פלעצער וואס קויפט דאס אפ. און מיט די געלט קויפן א טיקעט ביים טראוועל אגענט.

איך האב באקומען פאר מאה אלף בריטיש פוינטס, צוועלעף - דרייצן הונדערט דאללאר. (איך געדענק נישט פונקטליך)

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 28, 2011 12:33 pm
דורך Sprint
סאדע_באטל האט געשריבן:לכאורה איז די בעסטע מהלך, צו פארקויפן די הונדערט טויזענט מייל פאר איינע פון די פלעצער וואס קויפט דאס אפ. און מיט די געלט קויפן א טיקעט ביים טראוועל אגענט.

איך האב באקומען פאר מאה אלף בריטיש פוינטס, צוועלעף - דרייצן הונדערט דאללאר. (איך געדענק נישט פונקטליך)


איך האב א קונה פון $800

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 27, 2011 11:24 pm
דורך מיניסטער לעהמאן
ווייסט איינער פון עמיצן וואס קויפט אפ בריטיש עירוועיס מיילעזש אונטער 50,000 מייל?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 27, 2011 11:28 pm
דורך פייוול הנקרא 5'איש
מיניסטער לעהמאן האט געשריבן:ווייסט איינער פון עמיצן וואס קויפט אפ בריטיש עירוועיס מיילעזש אונטער 50,000 מייל?

איך האב BA 100,000 נא וויסט איינער ווער עס קויפט אפ.. פארשטייטזעך פאר נישט ווייניגער ווי 1.2

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 27, 2011 11:30 pm
דורך מיניסטער לעהמאן
איך מיין זאלסט דיך נישט אזוי שטעלן דערויף, בריטיש עירוועי מייל איז נישט אזא כאפ.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 27, 2011 11:40 pm
דורך leiby
זיך אויף דענס דילס, ער קויפט געווענליך.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 28, 2011 10:25 am
דורך קרעמער
פייוול הנקרא 5'איש האט געשריבן:
מיניסטער לעהמאן האט געשריבן:ווייסט איינער פון עמיצן וואס קויפט אפ בריטיש עירוועיס מיילעזש אונטער 50,000 מייל?

איך האב BA 100,000 נא וויסט איינער ווער עס קויפט אפ.. פארשטייטזעך פאר נישט ווייניגער ווי 1.2

סתם צו שטילן מיין נייגער: וואס מיינט 1.2?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 28, 2011 11:07 am
דורך ים רויבער
איין פעני פוינט צווי פאר א מייל, דהיינו צוועלעף הונדרעט דאלער פאר הונדרעט טויזענט מייל

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 28, 2011 5:40 pm
דורך עי.בי.סי.
ווייסט איינער וויפיל איז די מאקסימום וואס איך קען באקומען פאר 100 אלפים אמעריקן עירליינס(AAdvantage) מיילס? און אויב ס'לוינט זיך צו פארקויפן אדער ענדערש עס נוצן צו פליען דערמיט...