1x1 האט געשריבן:• כשמרוקנים 'שעלף' מסְפָרִים לנקותו לפסח, להחזיר אותם כמו שהיו ממש, ולא לברור כעת את ההזדמנות לעשות בהם סדר, או לגנוז את שאינו צריך.
אוי ווען דען אויב נישט קודם הפסח!
א גאנץ יאר ווארט מען שוין אויף די ערבי פסחים טעג אז דאן וועט מען מסדר זיין די ספרים על מכונם, און אלע נייע ספרים וואס מ'האט געקויפט במשך'ן יאר, און זיי האבן האבן נאכנישט באקומען זייער מקום הראוי לפי ערכם וכבודם, זאלן פלאצירט ווערן בארגז ובמקום המיוחד להם,
קומט אחת ואחת און מאכט צורינען אלע אונזערע זיסע חלומות.
1x1 האט געשריבן:• כשפותחים ארון (closet) לנקותו לפסח, ומגלים שה"הינדזשעס" צריכים תיקון, לא לתקנם קודם פסח בשום אופן, אלא להשאירם לזמן אחר.
אוי ווען דען אויב נישט קודם הפסח!
א גאנץ יאר ווארטן שוין די "הינדזשעס" אויף די ערבי פסחים טעג אז דאן וועט מען זיי מסדר זיין על מכונם, און אלע נייע פראבלעמען וואס ס'האט פאסירט במשך'ן יאר, און זיי האבן האבן נאכנישט באקומען זייער תיקון הראוי לפי ערכם וכבודם, זאלן פאראכטן ווערן במקום המיוחד להם,
קומט אחת ואחת און מאכט צורינען אלע זייערע זיסע חלומות.
1x1 האט געשריבן:• כשנפגשים בכל מיני אלטע מכתבים, כתבים, תמונות וכיו"ב אין עתה הזמן לעבור עליהם ולקראם או לבררם, כי אם להניחם כמות שהם ולסיים.
אוי ווען דען אויב נישט קודם הפסח!
מ'דערמאנט זיך מיט נאסטאלגיע פון די געשמאקע צייטן ביים פסח'דיג מאכן די ספרים און מ'טרעפט כל מיני צעטליך, וכתבים, וכזבים, פאשקעווילן, חידושי תורה, פון אלס בחור אין ישיבה, אלס אינגערמאן אין כולל, מ'גיט זיך א רוה אפ פון די שווערע אנגעצויגענע ערב פסח'דיגע אטמאספערע, און פאר א קורצע וויילע פליהט מען צוריק צו אן אנדערע מקום, מ'געפונט זיך אין אן אנדערע פלאנעט, מחשבות ווירבלען, זכרונות גריבלען, ס'פליהען אדורך אין די מוח קעמערלעך די אלע פארשידענע זמנים, מצבים, עליות, וירידות, ידידים, אהובים, שונאים, קרובים שנתרחקו, רחוקים שנתקרבו, וכו' וכו' וכו' וכו' וכו' וכו' וכו' וכו' וכו' וכו' וכו' וכו'
קומט אחת ואחת און מאכט צורינען אלע אונזערע\זייערע זיסע חלומות.
1x1 האט געשריבן:ואידך פירושא זיל גמור....
ואידך פירושא זיל גמור....