בלאט 3 פון 3

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 10, 2013 3:05 pm
דורך בלעקבערי פען
היימישער : עמביט זאגט צו איין פערסענט ביליגער פון קאן עד

אויב סויף יאר האט מען איבער געצאלט ביי זיי שיקען זיי א שטעק אויף די פאסט מיט די דיפרענס

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 10, 2013 3:16 pm
דורך שנאפס
בב, האסט שוין געלייענט דער גאנצן אשכול?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 10, 2013 3:30 pm
דורך היימישער איד
בלעקבערי פען האט געשריבן:היימישער : עמביט זאגט צו איין פערסענט ביליגער פון קאן עד

אויב סויף יאר האט מען איבער געצאלט ביי זיי שיקען זיי א שטעק אויף די פאסט מיט די דיפרענס


כ'וויל נאר וויסן אויב כ'ליין גוט... כ'בין שוין מער ווי א יאר מיט זיי קיינמאל געקריגן קיין טשעק. אגב אויב איז וואר אז זיי זענען אזויפיל טייערער קענסל איך היינט. זאלן זיי האלטן זייערע טשעק'ס ביי זיך. כ'האלט נישט ביים צאלן א גאנץ יאר מער ווייל סוף יאר וועליך מעגליך קריגן א ריפאנד ח ח ח

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 10, 2013 3:32 pm
דורך בלעקבערי פען
יעצט האבען זיי אן אפפער פון א געלאקטע רעיט פון 7 סענט פער קילא פאר 6 חדשים

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 10, 2013 3:41 pm
דורך מייקראסאפט
בלעקבערי פען האט געשריבן:יעצט האבען זיי אן אפפער פון א געלאקטע רעיט פון 7 סענט פער קילא פאר 6 חדשים

ווער עמבעט? זיכער? ווייל מיר האט עס איינער געזאגט אויף ווערידיען, אין אויף 7.9.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 10, 2013 8:54 pm
דורך דער קוטשער
אה, מ'לעבט נאך דא?

קודם מייקראסאפט און בלעקבערי, אויב גייט איר צו א קאמפעני מיט די צוזאג, ביטע מאכט אייך א רימיינדער אויף אלע אייערע כלים, עס זאל אייך קלינגען ווען די צוזאג פון 6 חדשים לויפט אפ, ווייל לויט פאקטן וואס איך האב שוין בייגעוואוינט וועט איר איבערצאלן טויזענט מאל נאך די צייט, אויב נעמט איר נישט קער דערפון.
-
היימישער, אויב זעהטסו וואס די זעהסט, זעסטע דאך, ניין?

אגב דאכט זיך מיר אז די חודש דארף צו זיין זייערע הויכע ביל'ס, ווייל די סופליי איז זייער ארויף די חודש, איך האב נאכנישט באקומען מיין ביל די חודש, ווייס איך נישט די באדעם ליין.

איך האב אבער א מורא'דיגע מעשה געהאט מיט "קאסטומער רידינג" פארגאנגענעם חודש, וואס דאס דארף וועין אן אלערט און אלע צייטונגען, העמיר מוזען מאכן צייט, כאטש דא עס פרובירן מסביר צו זיין.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 11, 2013 6:34 pm
דורך אייער_קיכל
דערצייל ביטע קוטשער לעבן

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 11, 2013 6:54 pm
דורך שנאפס
מיר ווארטן

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 11, 2013 7:24 pm
דורך מייקראסאפט
וויפעל איז קאנ עדיסען? דעי חודש האב איך נאך פין עמבעט אין עס איז געווען 16.21 פעיר קילא...

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 11, 2013 9:33 pm
דורך היימישער איד
אויפן קאנעדיסאן סייט קען מען זעהן נאכן אריינלאגן וויפיל זייער ראטע איז.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 12, 2013 10:01 am
דורך שנאפס
מיינס איז געווען 9.06 א קילאוואט פון Just Energy

דעם חודש איז געווען די ערשטע

קאן עדיסאן קאסטומער רידינג, גוט אדער נישט?!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 6:35 pm
דורך דער קוטשער
די מעשה גייט אזוי, (וואס האט עס צו טוען מיט'ן קעפל? שוין וואס א חילוק)

קאסטומער רידינג האב איך געוויסט אז א גוטע זאך, אזוי זאל נישט זיין א גרויסע געשוואלענע ביל נאך אפאר חדשים, אבער מ'דארף אכטונג געבן דערויף, ווי עס זעהט אויס האט עס חסרונות אויך. כ'אף איך וועל מיך קענען מסביר זיין.

פאריגע חודש האב איך באקומען א ביל וואס איז געווען עסטימעט, נא, נישט געפערליך איין מאל, וואס איז שוין.
אבער די פראבלעם האט זיך אנגעהויבן אז צוויי טאג שפעטער באקום איך נאך א ביל וואס איז געווען קאסטומער רידינג, וואס מיין גוטהארציגע לענדלארד האט אריינגערופן, מיינענדיג נאר גוט'ס, אבער איך האב געצאלט 60 דולר מער ווי א נארמאלע ווינטער חודש.

נאכ'ן רופן קאן עד, שטעלט זיך ארויס אזוי.

קודם כל איז פאריגע חודש סתם אזוי געווען אביסל העכער די רעיט ווי געווענליך, איז די ערשטע עסטימעטעד ביל געווען עטוואס העכער ווי נארמאל, (עפעס 12 סענט פער קילאוואד).
די צווייטע ביל פון בלויז 2 טאג, איז געווען א נישטיגע 50 דולר, נאכאמאל פאר נאר 2 טאג.

פשט איז אזוי. ווען זיי מאכן די ביל'ס איינמאל א חודש, רעכנען זיי נישט די רעיט פאר'ן קאסטומער וויפיל עס קאסט יענע טאג, נאר זיי נעמען אלע רעיט'ס וואס זיי האבן געצאלט א גאנץ חודש פאר'ן קאסטומער, און עוורידזשען עס פאר לאמיר זאגן 30 טאג, אדער וויפיל טעג די ביל איז, און דער עוורידזש ווערט געשריבן אויפ'ן ביל פער קילאוואד, פאר אלע קילאוואד'ס פון א גאנץ חודש, אפילו זיי האבן דורכ'ן חודש געצאלט מער אדער ווייניגער פער קילאוואד קען מען אבער נישט שטיין און רעכנען יעדע רגע אנדערש לויט ווי די מארקעט לויפט, מאכן זיי א עוורידזש.

יעצט ווען זיי האבן געמאכט די ערשטע ביל, כאטש ס'איז טאקע געווען א עסטימעט, דאס הייסט זיי האבן נישט געוויסט וויפיל קילאוואט'ס איך האב במציאות גענוצט יענע 30 טאג, האבן זיי מיר אבער געמאכט דעם עוורידזש פאר'ן גאנצן חודש לויט וויפיל זיי האבן געשאצט איך האב גענוצט און פאר די טעג געמאכט א ביל, מיט די עוורידזש פון די גאנצע 30 טעג.
דערנאך צוויי טאג שפעטער ווען זיי האבן באקומען קאסטומער רידינג, און זעהט אויס איך האב טאקע עפעס א פיצי פונקט גענוצט מער קילאוואט'ס יענע חודש פאר סיי וואס א סיבה, און כאטש עס קען גאר זיין אז די ביסל מער איז געווען דורך די 32 טאג פון די פאריגע ביל ביז די קאסטומער רידינג ביל, ווייסן זיי אבער נישט פון דעם, ווייל זיי האבן שוין געמאכט אן אפשאצונג וויפיל איך האב גענוצט 2 טאג פריער, איז ביי זיי האב איך גענוצט די טראפקעלע מער און בלויז די 2 טאג, און צו מיין מזל און די צוויי טאג געווען די רעיט נישט נארמאל הויך, איבער 16 צענט א קילאוואט. יעצט ווען זיי עוורידזשן אלע טעג פונעם ביל צו וויסן וואסערע רעיט צו לייגן, האבן זיי נאר געהאט 2 טאג, וואס איז פונקט געווען הויך.
האב איך געצאלט יענעם חודש הונדערט זעקס און פופציג דולר, אנשטאט די געווענליכע ווינטער ביל פון בערך 90 דולר.

איינער האט פארשטאנען? ווער נישט זאל אויפהייבן די הענט.

אקעי, מ'קען שוין אראפלייגן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 9:54 pm
דורך מאנ-יימער
מיט אזא קלארע הסבר נעוואדע פארשטייט מען

האסט טאקע אפשר איבערגעצאלט אבער א שטיקל נחמה קענסטו האבן אז יעצט אז דו האסט געהאט א רידינג צוויי טעג שפעטער וועט די רעיט פון 16 סענט וואס איז געווען די פאר טעג נישט ווערן ג'עוורידזשט אויפן קומענדיגן חודש.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 15, 2013 12:43 pm
דורך דער קוטשער
איך הער וואס די זאגסט, קאן זיין.