עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
זונטאג פבואר 14, 2010 11:18 am
איך צאל הויכע געז בילס פון ארום 300 דאלער א מאנאט אום ווינטער.
איז זע אז אויב גיי איך צו א ESCO (נישט דירעקט ביי נעשאנאל גריד) קען איך מיר שפארן עפעס.
איך בין אבער פארצווייפלט ווייל זיי קענען רעכענען אנדערע הידדען פיס וכדומה.
האט איינער עקספיריענס דערמיט?
שפארט מען זיך טאקע?
דוכט זיך די זעלבע איידיע איז פארהאן ביי קאן עדיסאן אויכעט.
א דאנק למפרע
Advertisement
זונטאג פבואר 14, 2010 12:25 pm
איך האב "עמביט ענערדזשי" פאר אילעקטאריק, זיי גיבן מיט א גאראנטי, אז אויב זענען זיי טייערער ווי איין פראצענט ווייניגער פון קאן עדיסאן, גיבן זיי מיר די דיפרענס, נאך א יאר, האבן זיי מיר געשיקט א טשעק פון זיבן דאללער מיט טשעינדזש, ווייל זיי זענען נאר געווען מיט א דריי/פערטל פראצענט ביליגער, האבן זיי מיר געגעבן די דיפרענס.
די סערוויס איז די געהעריגע קאן עדיסאן, די בילל איז אויך די זעלבע.
דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 2:44 pm
רב וויכטיג איר זענט נאך דא?
וואס הייסט אויב זיי זענען טייערער, וויאזוי טשעקסטו דאס? וויאזוי ווייזן זיי דיך עס אויף?
דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 2:50 pm
לאדיך אפ פון עמביט, ביז 12 חדשים איז נישטא צו וועם צורעדן איבער א חשבון און נאך 12 חדשים קענען זיי די זאגן אז זיי האבן איבערגעטשארדשד 50 דאללער ווען און פאקט איז עס געוועהן כמה מאות (בדידי הוה עובדא, כ'האב יעדן חודש צוגעשטעלט די פרייזן און אראפגעשריבן)
דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 2:54 pm
איך האלט סאך ווייטער פון דעם, לויט מיין שטודיע, זענען די אלע עסקאו קאמפעניס לויטערע ג.... און איך האב פראף דערויף, איך וויל נאר הערן קודם פון די וואס זאגן אז זיי באקומען צוריק, וואס דאס דארף מען נאך פארשטיין.
דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 3:04 pm
נישט לאנג צוריק בין איך געוואר געווארן פון א צווייטע קאמפאני פאר געז וואס איז ביליגער
אן א קאנטראקט אבער נישט אז די דארפסט ווארטן 12 חדשים אויף די סעיווינגס נאר יעדע חודש זענען זיי סך ביליגער
אינמיטן ווינטער קען עס זיין ביליגער מיט 30 פראצענט!
לויט די היסטערי פון די לעצטע צוויי און א האלב יאר איז עס צוויי מאל אינמיטן זימער געוועהן מיט 2 ביז 5 פראצענט טייערער אבער די סעווינגס פון אינמיטן ווינטער איז כפלי כפלים
די קאמפעני הייסט Great Eastern energy
718-648-0900
נ.ב. נישט געזארגט, איך מאך נישט קיין געלט דערויף
דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 3:06 pm
קענסט אפשר מער מסביר זיין וואס הייסט זיי זענען געווען ביליגער, וויפיל האסטע געצאלט פאר א קילאוואט ביי זיי די לעצטע דריי חדשים?
דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 3:12 pm
איך רעד פון געז וואס דאס גייט פער 'THERM'
אין יולי האט ביי NG געקאסט 0.828 און ביי זיי 0.731 , געשפאָרט 0.115 , דאס איז 14 פראצענט ביליגער (אויף טויזנט טערמ'ס שפארט מען זיך .$115)
דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 3:15 pm
אנטשולדיגט, איך רעד נישט פון געז, איך פון עלעקטאריק, אפשר רעד וויכטיג אויך פון געז?
דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 3:17 pm
פארדעם האב איך געשריבן אויבן געז אין באָלד אותיות
דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 3:55 pm
איך האב גערעדט פון לעקטער, איי וועסטו פרעגן ווער זאגט אז זיי שרייבן אמת, די תירוץ איז, אז היינט צוטאגס איז שווער צו גלייבן אז א קאמפאני וואס טוט די מין ביזנעס זאל שרייבן אזא ליגנט, זיי ווערן צו שנעל גע'סו'ט.
און נאך מער, די עסקאו'ס ווערן רעקאמענדעד ביי קאן עדיסאן און קי-ספען, סאו איך גלייב אז זיי זענען לעדזשיד.
דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 3:56 pm
גוט, טו מיר א טובה און קוק נאך וויפיל זיי האבן דיר גערעכנט פער קילאוואט, א שווערע זאך?
דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 3:57 pm
דער קוטשער האט געשריבן:איך האלט סאך ווייטער פון דעם, לויט מיין שטודיע, זענען די אלע עסקאו קאמפעניס לויטערע ג.... און איך האב פראף דערויף, איך וויל נאר הערן קודם פון די וואס זאגן אז זיי באקומען צוריק, וואס דאס דארף מען נאך פארשטיין.
לאמיר טאקע הערן האט מיר איינער אריינגענארט מיט עמביט? זאל איך קענסעלען?
דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 4:02 pm
פאר די קענסילס'ט, וויפיל רעכנען זיי די לעצטע 3 חדשים פאר א קילאוואט? ווייסט ווי צו קוקען?
דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 4:08 pm
קהת האט געשריבן:דער קוטשער האט געשריבן:איך האלט סאך ווייטער פון דעם, לויט מיין שטודיע, זענען די אלע עסקאו קאמפעניס לויטערע ג.... און איך האב פראף דערויף, איך וויל נאר הערן קודם פון די וואס זאגן אז זיי באקומען צוריק, וואס דאס דארף מען נאך פארשטיין.
לאמיר טאקע הערן האט מיר איינער אריינגענארט מיט עמביט? זאל איך קענסעלען?
צו זיי האבן דיר אריינגענארט צו נישט קענסטו קוקן אויפן ביל וויפיל זיי האבן געדשארדשט און פרעגן קאן עד/נעשינל גריד וויפיל עס האט ביי זיי געקאסט די חודש
די פראבלעם איז אבער ביי עמביט אז אפילו די זעהסט אז אז זיי האבן דיר איבערגעדשארדשט וועלן זיי דיר זאגן אז זיי האבן נישט קיין חשבון נאר נאך 12 חדשים גייען זיי מאכן א חשבון און שיקן א טשעק, דארפסטו זיי יעצט גלייבן אז זיי גייען דיר טאקע שיקן די ריכטיגע סכום
דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 4:09 pm
יעצט געקוקט ביי מיר (עמביט)
די חודש OCT. - 9.1300
SEP. - 11.1200
AUG. - 13.4400
יעצט זאל איינער ביטע לייגן קאן עד'ס פרייז
דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 4:15 pm
וואס מיינסטו מיט "אקטאובער"? ס'דאך נאך אנהייב אקטאובער
דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 4:18 pm
כ'רעד פון די בילל וואס איז געקומען יעצט אום אקטובער
דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 4:22 pm
די חודש - נאכנישט באקומען (נישט ארויסגענומען די פאסט)
סעפ. - 9.0112
אגוס. - 13.5519
דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 4:23 pm
אה, דאס הייסט א מענטש.
יעצט קוקט קאן עד'ס פרייז.
OCT. @8.9763
SEP. @9.1199
אוגוסט האב איך נישט אויף די מינוט, ווער עס האט עס קען ביטע לייגן.
אבער מ'קען שוין זעהן דא
אין אקטובער זענען זיי טאקע נאר 1.6 פערצענט טייערער, אבער אין סעפטעמבער איז שוין 18 פערצענט טייערער.
יעצט דארף מען נאך וויסן וואס הייסט זיי געבן צוריק, און ווי זענען זייערע חשבונות דערויף?
-
אריינגעהאקט.
דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 4:35 pm
כ'פארשטיי מיך נישט! די אלע היימישע אינגעלייט עמביט עידזשענט'ס זענען א באנדע בלאפפער'ס פאר אפאר דאלער??! כ'בין געהעריג אריינגע'נער'ט געווארן!!
אנשטאט צאלן יעדע חודש ביליגער, צאל איך נאך טייערער ווי קאן עדיסאן זעלבסט טארדזש! און וואס האב איך פון די נערישע ריבעיט טשעק וואס זיי מיר יא/אדער נישט שיקן סוף יאר? כ'על קענען קויפן א חנוכה פרעזענט פאר מיינע אייניקלעך?? כ'מיין כ'האב מיך אויפגעסיינט אויף עמביט כ'זאל קענען צאלן ביליגער אויפן "חודש"!
- - - - - -
פונקטליך, וועמען נוצטו?
דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 4:43 pm
וואס דארף איך טוהן אראפצוגיין פון עמביט? וואס איז זייער נומבער?
איינער איז דא א עידזשענט פאר קאן עד?
דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 5:02 pm
שטאטעלעך,
קודם כל איך האב נישט קיין געמיינט דא קיינע עדזשענט'ס חלילה און לו יהא ס'זאל זיך ארויסשטעלן דא, נאכ'ן מאכן דא די שווארץ אויף ווייס ריפארט, אז מיט'ן אוועק גיין פון קאן עדיסאן צאלט מען פשוט מער, זענען זיי זיכער גארנישט שולדיג, די עדזשענט'ס האבן נאר געמיינט גוט'ס, איך האף אז יעדער וועט עס פארשטיין, עכ"פ ביי מיר איז דאס א פשטות.
אבער ביזדערווייל ווארט מען נאך אויף געוויסע פאקטן, וואס דארף נאך אויסגעקלארט ווערן, און אויב מ'רעדט פון עמביט איז נאכנישט גענוג, איך האב נומבער'ס פון נאך 2 קאמפעני'ס וואס איז ממש צום באווינדערן וואס מ'טוט מיט אונז.
קען איינער מסביר זיין וואס הייסט אז א קאמפעני גיבט צוריק סוף יאר געלט, און וויאזוי דאס ארבעט?
-
און פונקטליך, איך וואלט נישט יעצט אריינגעהאקט מיט געז, אבער ווען מ'איז פארטיג מיט עלעקטעריק, וועל איך קענען באשטיין צו פארשטיין וויאזוי די האסט באקומען די נומבער'ס ואס די האסט פריער געשריבן. אבער איין זאך אויפאמאל.
דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 5:12 pm
'אייער קיכל' איך האב קאן עד
כ'האב יעצט ארויסגענומען מיין ביל פון פאסט
די חודש Oct. - 8.7975
דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 8:21 pm
אייער_קיכל האט געשריבן:יעצט געקוקט ביי מיר (עמביט)
AUG. - 13.4400
יעצט זאל איינער ביטע לייגן קאן עד'ס פרייז
פונקטליך האט געשריבן:אגוס. - 13.5519
יעצט נאכגעקוקט, ביי מיר איז אוגוסט טאקע הויך, זעהט אויס אז די פרייזן זענען געווען הויך דעם חודש,
ביי מיר איז עס אבער ווייניגער ווי פונקטליך ברענגט, און ס'איז עטוואס ווייניגער ווי עמביט,
13.3483
אוגוסט 3
די פאר סענט ארויף און אראפ איז נישט קיין ראי' ווייל די זאכן פליען ביי די מינוט'ן,
אבער אזויפיל קען מען זעהן, אז פאר סיי וואסערע סיבה זענען זיי בכלל נישט ביליגער, נאר טייערער און אסאך טייערער, אויב איין חודש זענען זיי ביים זעלבן שטאפל, נעמט נאך בכלל נישט אוועק דאס וואס אנדערע חדשים זענען זיי 20 פערצענט טייערער,
פאר א ביל פון 300 דולר, רעדט מען דא פון 60 דולר א חילוק, און אסאך מאל איז עס מער פון דעם.