בלאט 1 פון 1
איך זוך פעינטונג פון צדיקים
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 11, 2010 4:21 pm
דורך פארצייטישע
איך ווייס נישט אויב דא איז די ריכטיגע פלאץ צו פרעגן.
פאר בערך צען יאר צוריק איז געווען אדווערטייזט הערליכע פעינטינגס ווי דער מאלער האט צאם גענומען אסאך צדיקים וגדולים און געמאכט אזוי ווי זיי שפאצירן צוזאמען, אדער זיצן צוזאמען ביי א טיש, וכדו'.
ווייסט איינער וואו איך קען זעהן די בילדער, אדער איך קען קאנטאקטען דער מאלער.
עני מאר אינפארמעשין?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 11, 2010 5:26 pm
דורך שמערי בערי
איך האב אמאל געזען ביי "מרכז ספרים סטאר" אין מאנסי אויסגעשטעלט אזאלכע פעינטינגס צום פארקויפן, אפשר קענסטו דארט פרעגן איינעם.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 11, 2010 7:18 pm
דורך פארצייטישע
יישר כח
איינער האט מיך געזאגט אז ער פלעגט האבן א וועב זייטל
Allartdirect
אבער יעצט האט ער עס מער נישט
עני מאר אינפא?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 11, 2010 7:35 pm
דורך פאטאקי08
דאס?אדער דאס?דער מעלער האט היבש אסאך פעינטינגס פון צדיקים און קען מאכען לויטן פארלאנג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 11, 2010 7:49 pm
דורך סימקאוויטש
wow די 'ברך משה' איז א ריכטיג פראפעשינעל בילד, עס איז א מורא'דיג ערענסטע שטימונג
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 12, 2010 1:01 am
דורך מוטשע נישט
דאצעך מיר אז דער אייגענטומער הייסט לעוו פון וויען עסטרייך, א לאנדאנע אפשטאמיגע. ער האט געהאט עפעס א רוסישע וואס פלעגט איהם אפמאלן די בילדער.
אין ב"פ אויף 13 צווישן 53-52 איז דא/געווען א געשעפט וואס פארקויפט די בילדער.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 12, 2010 7:45 am
דורך אלף בית
דאס בילד פונעם ברך משה דארף אפצומאלן דעם רבי'ן ז"ל ביים כל נדרי דרשה.
אבער דאס איז ווייט פונעם ווירקליכקייט
דער גרעסטער מעלער קען מיר נישט אראפמאלן דאס ערענסקייט און אימת יום הדין וואס איז געווען אויסגעגאסן אויפן רבי'נס צורה בשעת כל נדרי.
חוץ פון דעם איז דער טלית געווען איבערגעצויגן אויפן פנים בשעת די דרשה.