גייען מיר ראטעווען דעם חתונה מצב?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 02, 2010 1:35 pm
עס קוקט אפשר אויס מאדנע אזא קעפל, און אפשר איז עס מאדנע, אבער ההכרח לא יגונה, און איך מוז זיך נעמען דעם פעדער אין די הענט אריין און אפשרייבן די דאזיגע שורות אל כבוד חברי הקרעטשמע. וזה החלי.
איך האב אמאל געהערט א דרשה פון דעם וויענער רב זצ"ל דער בעל עזר מיהודה, ער האט גערעדט פאר זיינע תלמידים איבער אן ענין אין אידישקייט. (איך וויל נישט אריינגיין אין דעם ענין, און איך וועל אפילו נישט דערמאנען דעם ענין פון וואס ער האט גערעדט ווייל איך וויל נישט פארקריכן). אבער בתוך הדברים האט ער דארט געזאגט א מורא'דיגער זאך.
ער האט געפאדערט פון זיינע תלמידים אז זיי זאלן זיך צושטעלן צו א פאדערונג וואס ער האט געהאט בנוגע אידישקייט, וואס דאס האט געפאדערט מען זאל טוישן א געוויסע שלעכטע געוואוינהייט, און ער האט מעורר געווען אז דער ענין, אויב וועט מען עס אזוי לאזן וועט עס ברענגען זייער שלעכטע פאלגן. און ער האט זיך דארט אויסגעדרוקט: "עס איז ביי מיר קיין ספק נישט אז איין קהילה, איין חבורה פון מענטשן וועלכע נעמען זיך צאם צו פאררעכטן די דאזיגע זאך, קען טוישן דאס גאנצע יהדות אין אמעריקא לטובה".
דאס זענען מורא'דיגע ווערטער, און דעריבער ווענד איך מיך טאקע צו די חברי הקרעטשמא, וועלכע איז א פלאץ ווי מען קען שמועסן היימיש, און זיך אדורכרעדן אן ענין לאורכה ולרחבה ולעומקה, און טאקע דערפאר וויל איך דאס דא אויסלופטערן.
איך בין נישט אזא גרויסע מומחה בהיכלי קרעטשמאתינו, און דעריבער געדענק איך נישט צו דער ענין איז שוין אמאל דורכגעשמאסן געווארן, איך גלייב אבער אז מען האט שוין גערעדט דא דעריבער, אבער דאך, גלייב איך נישט אז מען זאל האבן דעם ענין אויסגעשמועסט אויף דעם אופן, און דעריבער טאקע עפן איך א נייער אשכול איבער דעם. און איך בעט, אז מען זאל דא באמת דעבאטירן דעם ענין, און זעהן וואס קענען מיר באמת אויפטוהן. ווייל דאס אז מיר קענען אויפטוהן איז ביי מיר קיין שום ספק נישט, דער שאלה איז נאר וויפיל.
דער פראבלעם
איבער דעם פראבלעם פון חתונה מאכן דארף מען באמת נישט מאריך זיין, דעריבער וועל איך נאר בקצרה ארויסברענגען די פאקטן פון דעם פראבלעם און דער מציאות פון דעם מצב כהיום.
אמעריקא איז היינט מער נישט א אינדוסטריעלע לאנד אזוי ווי זי איז געווען פאר זעכציג יאר צוריק נאכן קריג, און אזוי ווי די היימישע אנשי שלומינו אידן זענען נישט מיטגעגאנגען מיט דעם טויש אין דעם אמעריקאנער סיסטעם, איז געווארן א מצב, אז אפילו אין א תקופה ווען עס איז נישט א ריסעשאן, מוטשעט זיך רוב עולם מיט פרנסה, רוב ציבור ברענגט נישט אהיים גענוג צו דעקן דעם חודש.
יעצט אז עס רוקט זיך אן א עת שמחה און מען דארף חתונה מאכן א קינד, און דער סדר און אופן פון חתונה מאכן איז דאך שוין באשטימט דא אין אמעריקא פון פילע יארן איבער'חזר'ן די זעלבע מיסטעיקס איינמאל און נאכאמאל, ביז עס איז שוין געווארן א מוז, און גאר מנהגי ישראל וכדו', וואס מען טאר שוין אויף זיי נישט מוותר זיין.
למעשה האבן מיר זיך געטראפן אין א מצב אז חתונה מאכן קאסט צענדליגער טויזנטער דאללארן, א סכום וואס א גרויס חלק פון די חתונה מאכערס פארדינען נישט אין א יאר, און אפילו די וואס יא, באטרעפט עס ביי זיי אויך גאר אפט, א האלב יאר, אדער דריי פיר חדשים פרנסה, און עס איז א דבר פשוט מאוד, אז אזא מציאות קען נישט אנהאלטן.
פאר בערך פיר יאר צוריק, האב איך גערעדט באריכות איבער דעם נושא מיט איינעם פון די גרויסע עסקנים ביים יהדות החרדית איבער דעם ענין, דער איד איז א גרויסער גביר, און האט זיך שוין געלאזט קאסטן צענדליגער רבבות אויף צו העלפן אידישע קינדער חתונה מאכן, און ער האט זיך פאר מיר אויסגעדרוקט, אז איבער זיבעציג פראצענט פון דעם היימישן ציבור קען היינט נישט אליינס חתונה מאכן. אפילו אידן וועלכע לעבן בדרך כלל אביסל בעל בית'יש דארפן אנקומען צו הילף ווען זיי מאכן חתונה. און דאס איז געווען אסאך פאר דעם רעסעשאן.
די תוצאות וואס דאס ברענגט, די שווערע נאכפאלגן, ברוחניות, בגשמיות און בפרט אויף דעם נפשיות'דיגן טייל פון דעם געזונט שרייט דאך נישט נאר ביז צום הימל, נאר נאך פיל פיל העכער. אבער פאר סאם ריזען איז נאך נישט געטוען געווארן קיין דראסטישע שריט צו העלפן דעם מצב.
איך האב יארן צוריק געהערט פון א חשוב'ן אלטן איד, אז ווען ער איז געווען יונג האט ער אמאל געטראפן זייער אן אלטן גוי, איבער הונדערט יאר אלט, פריש און געזונט ווי א יונגער מענטש. יענער איז געווען זייער א קלוגער און אנגעזעענער מענטש און ער האט אים אויסגעפרעגט איבער זיין לעבן. און דער גוי האט עפעס געזאגט, וואס איז ווערט איבערצוזאגן:
"דאס לעבן איז פול מיט פראבלעמען, ווי מען דרייט זיך נאר שטרויכלט מען זיך אן אין פראבלעמען וואס מען האט כמעט נישט קיין קאנטראל איבער זיי. אבער וויבאלד מען לעבט, מוז מען זיך מיט זיי ספראווען. דער ווייטאג איז אבער, אז עס זענען דא פראבלעמען, וועלכע מענטשן גייען אריבער, און צומאל צושטערן זיי אפילו דעם לעבן, אבער דאס זענען פראבלעמען וואס דער מענטש האט זיך אליינס גענומען. עס איז דאך ממש א שאד, עס זענען דאך דא גענוג פראבלעמען איבער וועלכע ער האט נישט געהאט קיין ברירה, גייט מען און מען נעמט זיך בידים נאך? אט די פראבלעמען האב איך אלעמאל געזוכט אין מיין לעבן אויסצומיידן" האט דער גוי אויסגעפירט.
רבותי, דער פראבלעם פון חתונה מאכן איז א פראבלעם וואס מיר אידעלעך האבן זיך, אין גרויסן טייל, אליינס גענומען, און נאר מיר קענען עס פארעכטן. אויף דעם איז נישט שייך מתפלל צו זיין אדער בעטן ביים באשעפער, מיר מוזן זיך נעמען אין די הענט אריין און טוען למעשה.
נאך א קליינע נקודה
א וויכטיגע נקודה, וועלכע איז ווערט צו דערמאנען דא, איז דער פאקט אז אזא סארט לעבן, און פראווען שמחות אויף אן אופן וואס מען קען זיך לגמרי נישט ערלויבן, אנלייגנדיג זיך אויף דעם גאנצן ציבור בכלליות און אויף די משפחה און גוטע פריינד בפרטיות, און דערנאך זיך צוגרונד לייגן דאס געזונט פון יעדן שטאנדפונקט, איז אויסדרוקליך נגד התורה.
אמת אז עס איז געווארן דעם סטאנדארט, אדער סטייל, אזוי צו טוהן, יעדער טוט, יעדער מאכט, איך "מעג נישט" זיין אנדערש, איך "טאר דאס נישט טאן" צו מיינע קינדער. די אלע סארט סטעיטמענטס זענען פיינע ווארע דעליווערט צו אונזער קאמיוניטי סטרעיט פון דעם באק אויבן פון דעם בעל דבר אליינס. עס איז דאך זיין אלטע ציל צו צוברעכן אידישע שטובער, אוועקנעמען יעדעס ברעקל ישוב הדעת פון ערליכע אידן, ווייל דאס מאכט אים פשוט אסאך גרינגער די איבריגע ארבעט.
אלס ערליכע אידן, בני תורה, וועלכע פארשטייען צו זיין אנדערש ווי די גאס, ווייל אזוי הייסט די תורה, וועלכע פארשטייען ווען מען דארף אויסגעבן געלט ווייל די תורה הייסט, דארפן מיר אויך פארשטיין ווי נישט אויסצוגעבן געלט, ווייל דאס איז דער רצון ה'. מיר מוזן זיך אויסלערנען איינציען דעם פאסיק. נישט נאר אלס מענטשן, נאר אלס אידן, און נישט נאר אידן נאר אלס מענטשן.
דער לייזונג
צו געפונען א לייזונג, מוז מען קודם אנאליזירן דעם פראבלעם. וואו ליגט דער הונט באגראבן, וואס עסט אויף אזוי פיל געלט ביים חתונה מאכן, און וואס קענען מיר טון, דאס צו שניידן.
אלזא, דאס געלט ווערט פארשווענדעט אויף פילע זאכן, טייל קלענערע, וואס צוזאמען זאמלען זיי זיך אן צו א גרויסן סכום, און טייל טאקע גרעסערע. אנגעהויבן פון דעם שידוך שליסן הייבט זיך אן א מתנה געגעבעכץ, מען קען מיינען אז מען גייט שוין אט אט שטארבן, און מען זוכט פשוט אריינצוכאפן צו געבן מתנות איידער איידער...... מען געט מתנות, דזשולערי, פרעזענטס, שטותים, בלומען, פאלשע, עכטע, זיידענע סחורה'נע, ספרים, בוקס, זילבער, גאלד, דימאנטן, פערל, לעדער, נאך שטותים, געשטריקט, געקניפט, געבונדן, שווארץ, ווייס, שבת'דיג, וואכנדיג, יאמטעפדיג, און אזוי ווייטער, (ווער עס וויל קען ממשיך זיין דעם ליסט). און ווי לענגער מען איז חתן כלה אלס מער מתנות דארף מען געבן.
דערנאך הייבט זיך אן מיט שטאפיר. אנגעהויבן פון מלבישים, און געענדיגט מיט פורנישטער און כלי דירה און אלעס אינצווישן, און אלעס נאר פון ברענד נעימס, און פון טאפ קוואליטי, ווייל אז מען קויפט שוין, זאל שוין זיין. און און ווער רעדט נאך פון די צערעמאניעס. צוערשט א ווארט, און צומאל גאר קודם א לחיים און ערשט דערנאך אן אפיציעלער ווארט, נאך דעם קומט א מסיבת תנאים, נאכדעם קומט דער ליל החתונה, די הכנות, אינוויטעישאנס, שבת אויפרוף, חתונה, שבע ברכות, שבת שבע ברכות.
און במשך די אלע זאכן ווערן געספענדעט טויזנטער דאללארן איבער זאכן וועלכע זענען באמת נישט זייער נויטיג, און צומאל גענצליך אומוויכטיג און איבריג.
א לייזונג צו דעם קען, לדעתי, נאר קומען, ווען די חתונה מאכערס, וועלן זיך באמת באקלערן, און אנהייבן טון צו דער זאך.
די נארישע הויכע סטאנדארטן, וועלכע פאסן מער פאר פריצישע אריסטאקראטן, מוז געבראכן ווערן, און צו דעם מוז לדעתי ווערן א מציאות אז מחותנים זאלן אנהויבן אפשמועסן צווישן זיך פונקטליך וואס און ווען און וויאזוי מען גייט קויפן און אויסגעבן געלט, און דעם וואס עס זאל זיין אזא זאך, אז "יעדער" טוט דאס, און מיר גייען קויפן דאס, אדער מאכן יענץ ווייל "אזוי טוט מען". ווער איז דער "מען" וואס טוט אזוי? פאר וועמען פונקטליך ווילסטו געפעלן?
און דאס וויל איך דא אויפטוהן מיט דעם אשכול, איך וואלט געוואלט בעטן פון כל יושבי קרעשמאתינו הדין בכלל, און די וועלכע דארפן שוין אנהייבן קלערן פון חתונה מאכן בפרט (אפי' נאר אין די קומענדיגע פינף זעקס יאר) מען זאל אנהייבן אפשרייבן זאכן וועלכע וואלטן געקענט און\אדער געדארפט אויפגעהערט ווערן, און וואספארא זאכן מען וואלט אפשר זיך געדארפט איינפירן אויף צו שפארן געלט און אראפברענגען דעם גרויסן בער פון בוים, עס זאל ווערן א דבר השוה לרוב נפש.
(המשך יבוא)