בלאט 1 פון 1
זענט איר א טיפע שלאפער? פראבירט דעם וועקן סיסטעם.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 27, 2010 6:58 pm
דורך געלעגער
האט איר א פראבלעם מיט'ן זיך דערוועקן צופרי, פראבירט דאס 718-705-9253
נ.ב. מיר האבן עס נישט פרובירט, אדרבה לאזט וויסן די רעזולטאטן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 28, 2010 7:22 am
דורך עפל קוגעל
נע
נישט אינטערסאנט פאר מיר, ער וועקט נאר ביז 7:30.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 28, 2010 8:54 am
דורך סתם_אזוי
צו דעם געוואוינט מען זיך אויך צו.
די טעלעפאון קלינגט 3 מאל, און ווען די ענסערינג מאשין הייבט אויף, לייגט ער אראפ.
נאכדעם קען מען זיך אויסדרייען אויף די אנדערע זייט, און שלאפן ווייטער....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 28, 2010 9:09 am
דורך עפל קוגעל
סתם_אזוי האט געשריבן:צו דעם געוואוינט מען זיך אויך צו.
די טעלעפאון קלינגט 3 מאל, און ווען די ענסערינג מאשין הייבט אויף, לייגט ער אראפ.
נאכדעם קען מען זיך אויסדרייען אויף די אנדערע זייט, און שלאפן ווייטער....
ניין ניין!!
סאיז דא א אפשען פאר דעי פראבלעים אויך.
קענסט עס אנשטעלן אז די זאלסט דארפן צאמרעכענען אפאר נומבערס וואס די סיסטעם גייט געבן - אין אריינדריקן די טאטעל און טעלפאון - זיכער צומאכן אז ביזט שוין וואך.
אין אז וועסט נישט אריינדריקן די נומבערס וועט ער נישט אויפהערן קאלן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 28, 2010 9:16 am
דורך סתם_אזוי
עפל קוגעל האט געשריבן:סתם_אזוי האט געשריבן:צו דעם געוואוינט מען זיך אויך צו.
די טעלעפאון קלינגט 3 מאל, און ווען די ענסערינג מאשין הייבט אויף, לייגט ער אראפ.
נאכדעם קען מען זיך אויסדרייען אויף די אנדערע זייט, און שלאפן ווייטער....
ניין ניין!!
סאיז דא א אפשען פאר דעי פראבלעים אויך.
קענסט עס אנשטעלן אז די זאלסט דארפן צאמרעכענען אפאר נומבערס וואס די סיסטעם גייט געבן - אין אריינדריקן די טאטעל און טעלפאון - זיכער צומאכן אז ביזט שוין וואך.
אין אז וועסט נישט אריינדריקן די נומבערס וועט ער נישט אויפהערן קאלן.
נישט אמת. ער קאלט נאר 3 מאל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 28, 2010 9:41 am
דורך עפל קוגעל
סתם_אזוי האט געשריבן:עפל קוגעל האט געשריבן:סתם_אזוי האט געשריבן:צו דעם געוואוינט מען זיך אויך צו.
די טעלעפאון קלינגט 3 מאל, און ווען די ענסערינג מאשין הייבט אויף, לייגט ער אראפ.
נאכדעם קען מען זיך אויסדרייען אויף די אנדערע זייט, און שלאפן ווייטער....
ניין ניין!!
סאיז דא א אפשען פאר דעי פראבלעים אויך.
קענסט עס אנשטעלן אז די זאלסט דארפן צאמרעכענען אפאר נומבערס וואס די סיסטעם גייט געבן - אין אריינדריקן די טאטעל און טעלפאון - זיכער צומאכן אז ביזט שוין וואך.
אין אז וועסט נישט אריינדריקן די נומבערס וועט ער נישט אויפהערן קאלן.
נישט אמת. ער קאלט נאר 3 מאל.
ס'קען זיין, איך האב נישט אויסגעהערט די גאנצע זאך.
אבער דריי מאל איז אויך נישט אוועק צימאכן.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 01, 2010 3:32 pm
דורך ברוך
יא יא,איך א יעדן טאג 2 צו 3 וואויס מעילס פון זיי.
געלעכטער און א זייט, מיין חברותא וועקט עס יא. און די עצה איז פשוט ביי מיר האבן זיי דעם סעל, און ביי מיין חברותא האבן זיי דעם היים טעלעפאן נאמבער.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 01, 2010 3:50 pm
דורך ברוך_שמו
ער וועט מיך ערוועקן צופרי - נישט קיין חילוק ווען ביינאכט כ'האב זיך געלייגט?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 01, 2010 4:15 pm
דורך ידען
איך נוץ דאס אלץ א עמטליכע וועקער......
שוין געהאט אז עס האט צוריק געקלינגען א שעה שפעטער פון די צייט וואס איך האב עס אנגעשטעלט
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 02, 2010 8:20 am
דורך 1x1
718
705
WAKE
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 02, 2010 3:18 pm
דורך חידוש נפלא
די סיסטעם האט מיך געוועקט א שעה שפעטער ווען איך האב אים אנגעשטעלט, וויאזוי האט ער געוויסט אז איך האב מיך פונקט געלייגט שפעט יענע נאכט?
ווילאנג עס איז נישט פונקטליך איז די סיסטעם בכלל נישט טויגלעך, עס דארף וועקן ווי א שווייצער זייגער, אז מען שטעלט אים אהן אויף 6:00 זאל ער דעמאלס אויפוועקן און נישט האלב אכט
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 03, 2010 8:31 am
דורך 1x1
חידוש נפלא האט געשריבן:די סיסטעם האט מיך געוועקט א שעה שפעטער ווען איך האב אים אנגעשטעלט, וויאזוי האט ער געוויסט אז איך האב מיך פונקט געלייגט שפעט יענע נאכט?
ווילאנג עס איז נישט פונקטליך איז די סיסטעם בכלל נישט טויגלעך, עס דארף וועקן ווי א שווייצער זייגער, אז מען שטעלט אים אהן אויף 6:00 זאל ער דעמאלס אויפוועקן און נישט האלב אכט
חידוש, ס'איז מיר א חידוש, ווייל מיך האטעס יא געוועקט ווי א שווייצער זייגער. נאר וואס דען, אויב מ'הייבט נישט אויף, רופטעס צוריק שפעטער, און אויך א דריטע מאל אויב מ'הייבט נישט אויף. איז קען זיין, אז דו האסט נישט געהערט די ערשטע מאל וואס ער האט גערופען.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 03, 2010 8:52 am
דורך פאטאקי08
וויאזוי ארבעט די סיסטעם?
קאסט עס געלט?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 03, 2010 8:56 am
דורך 1x1
חינם אין כסף
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 03, 2010 12:10 pm
דורך לוסטיג
וואס זאגט עס ביים אויפוועקן??
איך טראכט אז ער קען לייגן אדווערטייזמענטס אין מיט דעם אויפוועקן,
ווי למשל.
טררר... טררר.... האלא! דא רופט מען פון קויפמאן דריי גוד, היינט לוינט זיך אויפצושטיין פרי, עס איז דא א ריזיגער סעיל אויף אלע פזשאמעס, קומט ווי פריער אין זייט דער גליליכער געווינער פון די באבעבער לאטא.. וכו'..
שוין, איך דארף שוין קאמישן.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 03, 2010 12:37 pm
דורך סתם_אזוי
דאס איז מיין וועקער זייגער יעדע זונטאג צופרי.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 03, 2010 12:40 pm
דורך צום זאך
לוסטיג האט געשריבן:וואס זאגט עס ביים אויפוועקן??
איך טראכט אז ער קען לייגן אדווערטייזמענטס אין מיט דעם אויפוועקן,
ווי למשל.
טררר... טררר.... האלא! דא רופט מען פון קויפמאן דריי גוד, היינט לוינט זיך אויפצושטיין פרי, עס איז דא א ריזיגער סעיל אויף אלע פזשאמעס
און וואס עט זיין נאכדעם? עט ער קויפן די פיזשאמעס און זיך צוריקלייגן אויף די צווייטע זייט מעשה?... וואסא מין געוועקאכץ אידאס?
אה כא'פארגעסן, ביסטעך נאר דא פאר קאמישענער..
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 03, 2010 12:59 pm
דורך חידוש נפלא
1x1 האט געשריבן:חידוש נפלא האט געשריבן:די סיסטעם האט מיך געוועקט א שעה שפעטער ווען איך האב אים אנגעשטעלט, וויאזוי האט ער געוויסט אז איך האב מיך פונקט געלייגט שפעט יענע נאכט?
ווילאנג עס איז נישט פונקטליך איז די סיסטעם בכלל נישט טויגלעך, עס דארף וועקן ווי א שווייצער זייגער, אז מען שטעלט אים אהן אויף 6:00 זאל ער דעמאלס אויפוועקן און נישט האלב אכט
חידוש, ס'איז מיר א חידוש, ווייל מיך האטעס יא געוועקט ווי א שווייצער זייגער. נאר וואס דען, אויב מ'הייבט נישט אויף, רופטעס צוריק שפעטער, און אויך א דריטע מאל אויב מ'הייבט נישט אויף. איז קען זיין, אז דו האסט נישט געהערט די ערשטע מאל וואס ער האט גערופען.
היינט האט עס שוין יא געוועקט מער פונקטליכער אבער אויך 10 מינוט שפעטער, איך האב יא געהערט די טעלעפאון קלינגען ווייל איך בין שוין געווען אויף 10 מינוט פארדעם דורך מיין וועקער זייגער און עס האט גארנישט געקלונגען ביז 10 מינוט נאך די צייט וואס איך האב אנגעשטעלט
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 26, 2010 12:45 pm
דורך חושים בן דן
לוסטיג איז גערעכט, אז ס'וועט זאגן עפעס וועט עס זיין אינטערעסאנט, וועט מען מער ווארטן דערויף, למשל א דשאוק, שטעל דיך פאר יעדן טאג 6:30 הערסטו א דשאוק, קומסט אן אין בהמ"ד האסטו וואס צו זאגן, אזוי האסטו שוין א מילתא דבדיחתא פארן לערנען אויך, ווידער א טאג וואס דו פארשלאפסט, וועסטו מוזן פרעגן דיין חברותא דו דשאוק פון יענעם טאג...
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 01, 2010 6:29 pm
דורך סתם_אזוי
לעצטנס האבן זיי מיר אויפגעהערט קאלן.
נאך איינער האט די פראבלעם?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 01, 2010 8:28 pm
דורך לב טוב
סתם_אזוי האט געשריבן:לעצטנס האבן זיי מיר אויפגעהערט קאלן.
נאך איינער האט די פראבלעם?
אויב הייבסטו נישט אויף די טעלעפאן 10 טעג אין א צי ווען עס רופט צו וועקן, פאלסטע אראפ פונעם סיסטעם, רוף אריין וועסטע הערן דערוועגן