בלאט 1 פון 1

פרייזן פאר בעל קורא

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 27, 2010 9:04 am
דורך 1x1
איינער ווייסט אפשר וויפיל איז נארמאל פאר א בעל קורא צו נעמען, וואס הייסט ביליג, וואס הייסט טייער?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 27, 2010 10:36 am
דורך ביקסאד
$25-50 לשב"ק.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 27, 2010 10:37 am
דורך farshlufen
ווי אזוי צאלט מען, פער גרייז?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 27, 2010 3:51 pm
דורך DONE
וואס טיט זיך מיט שכר שבת?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 27, 2010 4:18 pm
דורך דארפסמאן
ער טיעט עפעס אויך אימיטן די וואך

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 27, 2010 5:26 pm
דורך פנים חדשות
$50-$75 לשב"ק.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 27, 2010 5:50 pm
דורך ראמני 08
ביקסאד האט געשריבן:$25-50 לשב"ק.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 27, 2010 7:21 pm
דורך leiby
ביי אונז צאלט מען $30

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 01, 2010 12:08 pm
דורך 1x1
איך נעם $65 דאלער. זעט אויס ס'ווענצעך ווי גוט מ'ליינט... :wink: :roll:

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 2:41 pm
דורך 1x1
1x1 האט געשריבן: 193- א פרישע אינטערוויו מיט דער גבאי פון שומרי שבת ביהמ"ד ר' משה מצגר.


אויף דעם אינטערוויו זאגט די גבאי ר' משה אז שבת ליינט ער דארט ביי אלע מנינים, 6-7 מאל!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 3:42 pm
דורך ליסקא
אינטערעסאנט!!!!!!!!!!! איך האב געקענט אסאך צדיקים גרויסע רבי'ס וואס פלעגן ליינען א יעדע שבת אפילו זיי זענען נישט געווען די בעסטע בעל קורא'ס. איך גלייב נישט אז זיי האבן באקומען באצאלט פארן ליינען נאר צוליב דעם גרויסען ענין פון זיין א בעל קורא האבן זיי געליינט. זעט אויס אז די חברים פון קרעטשמע רעדן פון ליינען פאר געלט פארשטייען זיי נישט די כוונות. איך ליין אויך א יעדע וואך אן קיין געלט. ליתר שאת באקום איך אמאל א שיינע עלי'

אין שערי אפרים ווערט געברענגט אז די בעל קורא איז דוגמת משה רבינו וכו' ............. עיין שם

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 19, 2010 9:55 am
דורך 1x1
ליסקא האט געשריבן:אינטערעסאנט!!!!!!!!!!! איך האב געקענט אסאך צדיקים גרויסע רבי'ס וואס פלעגן ליינען א יעדע שבת אפילו זיי זענען נישט געווען די בעסטע בעל קורא'ס. איך גלייב נישט אז זיי האבן באקומען באצאלט פארן ליינען נאר צוליב דעם גרויסען ענין פון זיין א בעל קורא האבן זיי געליינט. זעט אויס אז די חברים פון קרעטשמע רעדן פון ליינען פאר געלט פארשטייען זיי נישט די כוונות. איך ליין אויך א יעדע וואך אן קיין געלט. ליתר שאת באקום איך אמאל א שיינע עלי'

אין שערי אפרים ווערט געברענגט אז די בעל קורא איז דוגמת משה רבינו וכו' ............. עיין שם


רב ליסקא,
3-4 שעה ארבעט איז גארנישט?!

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 26, 2010 9:51 am
דורך 1x1
גרייטס אייך אן פאר'ן שלשלת דעם שבת...

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 11, 2010 8:40 am
דורך רב טקסט
דאן האט געפרעגט:
וואס טיט זיך מיט שכר שבת?


זייענדיג אליין א בעל קורא זאג איך אלעמאל אז כ'האב א היתר צו נעמען בהבלעה אויף די אותיות וואס כ'בין מבליע חס וחלילה.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 11, 2010 9:04 am
דורך באנקיר
ווי אזוי איז געלונגען די מרכא כפולה?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 11, 2010 9:29 am
דורך טהור-עיניים
דאס איז נאך געלונגען בעססער ווי סיי ועלכע אנדערע טראפ

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 15, 2010 11:33 am
דורך 1x1
אין די היינטיגען 'לוח הציבור' איז דא א קלאסיפייד וואס ליינצעך ווי פאלגענד:

עס ווערט געזוכט

מיר זוכן א בעל קורא פאר די וואך
שבת פרשת תז"מ. שיין באצאלט!

רופט: 347-432-2843