בלאט 1 פון 4

ארויפדרייען די בארד

געשריבן: זונטאג ינואר 24, 2010 11:27 am
דורך גרויזאמער
איינער קען געבן אביסל מער אינפארמאציע איבער דעם פראצעדור? ווען לוינט זיך אנצוהייבן? וואס זענען די נאכווייען? וויאזוי טוט מען עס?

געשריבן: זונטאג ינואר 24, 2010 11:29 am
דורך דארפסמאן
איינער האט מיר געזאגט אז איך זאל נישט אונהייבען ווייל עס וואקסט שנעלער (ער רעדט פון עספיריענס)

געשריבן: זונטאג ינואר 24, 2010 11:31 am
דורך קראצער
די ראבערס פארלירן זיך שנעל

געשריבן: זונטאג ינואר 24, 2010 11:32 am
דורך דארפסמאן
קענסט נעמען פון די זייט פון די מקוה נעבען די זייער פון די האר דארט איז דא אסאך

געשריבן: זונטאג ינואר 24, 2010 11:37 am
דורך ביקסאד
בזכרוני שבשו"ת תורה לשמה להארי מבבל במ"ס הבן איש חי, מורה שלא נכון לעשות ככה.

געשריבן: זונטאג ינואר 24, 2010 11:42 am
דורך מי יודע
אוי גרויזי, איך רייס מיר פאר געלעכטער, דו דריי נאר, וועסט האבן אזא לאנגע ווי מיין.... נו גילוי

וויצן אין א זייט געלייגט, אויב ביסטו א קעכער, לאז עס וואקסן....

אין סקווירא (טשערנאבל) האט מען מקפיד געווען אויף קליינע בערד
(ווי איז דער מקור? כך שמעתי)

געשריבן: זונטאג ינואר 24, 2010 11:45 am
דורך צום זאך
יש כמה מהלכים בזה, והדרך המקובל הוא לשלשו במחט הזקנה (באבי פין בלע"ז) כי זה מחזיק הזקן באופן היותר מועיל.
---
ביקסאד, האם נתקבלו כל פסקיו אצל האשכנזים, או רק הספרדים התנהגו ככה?

געשריבן: זונטאג ינואר 24, 2010 11:59 am
דורך ארעסטאנט
ברוך שלא השבית לנו גרויזאמער!
הגם דאס איז א נושא וואס רייסט מיר ביים בארד שוין א לענגערע צייט האב איך דאך נישט געהאט די מאס גרויזאמקייט ארויף צוברענגן דעם האקעלן נושא אויף די אגענדע..

--
צום זאך: הא תינח ביי אזא בארד ווי דיינס, אבער למשל ביי גרויזי'ס בארד וואס ער דארף מאכן אזא שטיקל קיבוץ ד' כנפות ווייל ס'מער ברייטליך העט דאס נישט טויגן. כאפסט?

געשריבן: זונטאג ינואר 24, 2010 12:18 pm
דורך תו השמיני
כי מציון תצא

געשריבן: זונטאג ינואר 24, 2010 12:28 pm
דורך וויכטיג מאכער
גרויזי, איך מוז הערן די אנדערע זייט פון די מעשה.

געשריבן: זונטאג ינואר 24, 2010 1:54 pm
דורך מאנאגרעמס
אסע ליצים, אסע ליצים...

איך וואלט דיר נישט געראטן אנצוהייבן ארויפדרייען דעם בארד נאר אויב דו פרובירסט אויס דאס פאלגענדע:
נעקסטע מאל דו ביזט אין מקוה, זעץ דיך נעבן אן עקספיריענסד בארד דרייער [ווען ער דרייט זיין בארד] און נעם דו אויך א ראבער און הייב זיך אן צו דרייען דעם בארד. נאך צוויי מינוט געב א קוק, אויב איז דיר געלונגען צו האלטן דיין מויל אינגאנצן צוגעמאכט און דו האסט נישט געמאכט קיין שום פאקסן מיטן מויל במשך דאס גאנצע פראצעדור, איז עס נישט פאר דיר.

געשריבן: זונטאג ינואר 24, 2010 2:18 pm
דורך ארעסטאנט
יאפס! גרויזי איך האב שוין דערווישט עפעס א טיפ פאר דיינעוועגן, אזוי אז שטאפלווייז וועמיר אויסוואקסן פראפעסיאנאלע בארד דרייער..
בעיני ראיתי היינט אין די מקוה א געוואלדיגע איידיע, הלמאי אזויפיל ווייס מיר דאך אז צו דרייען דעם בארדע פעלט אויס מינומים 2 הענט, טא ווען דער בינטל איז שוין רעדי אריינצוגיין אין ראבער וואזשע טוט מען אז ס'זאל זיך נישט אויפלעזן בשעת ווען מ'שטרעקט אויס די האנט צו נעמען דעם ראבער???
האב איך געזעהן היינט -כמדומני אז כ'האב עס שוין געזעהן ביי די פריערדיגע- מ'לייגט דעם ראבער אויף א צאן, אזוי אז ווען דער בינטל איז גרייט דארף די האנט נישט גיין קיין ווייטע שטרעקעס, נאר מ'נעמט עס גלייך פון די ציין וואס איז ממש בין תנור לחיים, אויפן בארד ארויף!

געשריבן: זונטאג ינואר 24, 2010 2:21 pm
דורך קרעמער
איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך רייס מיך פאר געלעכטער פון יעדע תגובה דא.

געשריבן: זונטאג ינואר 24, 2010 2:24 pm
דורך ארעסטאנט
ו-ו-א-ס??? דו רייסט דיין בארד?
א וואונדער דו מיטשעסטיך נישט ארויפצודרייען?!

געשריבן: זונטאג ינואר 24, 2010 2:26 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פאר א בארד וואס סאיז נישט געהעריג געלעוועלט [אזא איינער וואס איז נישט אזוי באקוועם מיט דעם] וואלט איך געראטען אז ס'איז נישט א שלעכטע עצה זיך ארויפצודרייען די בארד אבער ס'איז בעסער ס'זאל זיין מיט א שווארצע ראבבער פאר שווארצע בערד אדער רויטע פאר רויטע בערד אדער דורך זיכטיג פאר אלע ווייל א שוורצע פאר א רויטע אדער פארקערט וועט מען דורך זען אבער פאר א צווייטען וואס איז דען שלעכט צו האבען א בארד מלא על כל גדותיו

אגב איך ווייס א יוד [איך מיין את אמתדיג] וואס באהאלט זיין בארד אין ביזעם טאש נא דאס אויך א נישקשה'דיגע עצה
איטס ען איידיע אף ען אשכול

געשריבן: זונטאג ינואר 24, 2010 7:32 pm
דורך קאר אינשורענס
נאדיר אביסל פון מיין עקספיריענס,
1) נעם ארום די בארד מיט איין האנט אין מאך זיכער אז יעדע הארל איז דערינען, נישט צאם דרייען ווייל ס'וועט וויי טוען.

2) בשעת די האלסט אן די בארד מיט איין האנט נעם די ראבער אין די צווייטע האנט לייג אריין די ערשטע צוויי פינגערס אין די ראבער (די ווייסט וועלעכע... די גראבע אין די אנדערע וואס מ'ווייזט נאנא ווען מ'וויל זיין שטרענג) לייג עס צו צום בארד אין מיט די צוויי פינגערס נעם ארום די האר וואס די האלטסט אן מיט די ערשטע האנט, יעצט קענסטו אויסלאזן די בארד מיט די ערשטע האנט ווייל די האלסט עס אן מיט די צווייטע, סא מיט די ערשטע האנט שלעפ אראפ די ראבער פון די צוויי פינגערס אזוי אריין אין די בארד אריין אין שלעפ ארויס די האר פון די ראבער אין יא די ראבער האלט צונאזאם די בארד,

יעצט דארף מען באהאלטען די אינטערשטע חלק פון די בארד אין אריין שטעקען צווישן די אויבערשטע וואס איז שוין צאם גענימען מיט די ראבער.

3) נעם די בארד אין ציטייל עס אין צוויי אחד לימין ואחד לשמאל, נעם די רעכטע זייט אין דריי עס צוזאם מאך א קנאפ, אין דערנאך גיי צום לינקע זייט אין מאך די זעלבע כאשר עשה לימין עשה לשמאל, יעצט ווען די האסט שוין ביידע קנאפן דארף עס אויסקיקען ווי א פרשת דרכים פון איינס ווערט צוויי.

4) יעצט קומט די לעצטע אין די שווערסטע חלק,
נעם א פינגער אין גראב צוויי טאנעל'ס אין די אויבערשטע חלק פון די בארד איינס אויף די רעכטע זייט אין איינס אויף די לינקע זייט, נעם די צוויי קנעפ אין פלאציר יעדעם אריין אויף זיין זייט אינעם פריער באשטימטען טאנעל, שטופ עס אריין אויף אזוי ווייט אז ס'זאל זיך האלטן אבער ס'זאל זיך נישט ארויס שטעקן פון פראנט.

להוי יודיע אז די בארד גייט וואקסן זייער לאנג אין שנעל אין זאלסט קיין טענות האבן.

געשריבן: זונטאג ינואר 24, 2010 8:06 pm
דורך חידוש נפלא
וויכטיגע מעלדונג לשוחרי וזקני עירינו
איך נעם אן צו דרייען בערד פאר גאר ביליג, ספעציעלע דיסקאונט פאר כולל אינגעלייט, מיט א ראבער אדער גומי גייט ארויף די פרייז מיט צוויי קראנען, פאר יעדע צען בערד באקומט איר פינף אומזינסט
רופטס דעם פראפעשענאל און געניסט פון די גיטע בערדישע סערוויס

כאפטס אריין ווילאנג די סעיל גייט אהן

געשריבן: זונטאג ינואר 24, 2010 8:24 pm
דורך טראק דרייווער
א חידוש נפלא פון א עד ;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: מאנטאג ינואר 25, 2010 8:14 am
דורך פריילאך
רבותי, איך ווארף מיך אזוי פאר געלעכטער אז מיין ראבער איז אראפגעפלויגן.

שוין עמער פרובירן מיט "קאר אינשורענס" אינסטראקשענס.

אבער פארוואס דארף מען צוטיילן אויף צוויי? ווארום איך טוה עס אלע יארן מיט איינס, אפשר איז דאס נאר ווער עס האט שוין גרעסער און לענגער בארד?

געשריבן: מאנטאג ינואר 25, 2010 8:35 am
דורך שאינו יודע לשאול
מסתמא זעט זיך ארויס א קנאבעל פון דיין בארד אבער לויט קאר אינשארענס האסטו דאס איינגעשפארט

געשריבן: מאנטאג ינואר 25, 2010 9:05 am
דורך קאר אינשורענס
פרייליך וועגען צוויי ריזענס, איינס ווייל ס'איז צו גראב אין ס'ציט נאכדעם זייער שטארק, און צוויי ווייל ס'זאל זיין איווען (אייניג בלע"ז) אויף ביידע זייטן נישט אז איין זייט זאל זיין דיקער

געשריבן: מאנטאג ינואר 25, 2010 12:01 pm
דורך חידוש נפלא
איך וויל מיך באדאנקען פאר די הונדערטער קאסטומערס וואס האבן שוין געניסט פון אונזער געפארפולע סערוויס, צענדליגע בערד זענען שוין צושטופט געווארן ארום די באקן אדאנק אונזער ביזנעס

צענדליגע אריינרופערס האבן שוין אריינגערופן זיך צו באדאנקען פאר די הויכע קוואליטעיט ראבערס וואס זיי האבן באקומען, די מנוחת הנפש וואס זיי האבן באקומען איז אין לשער, איך האב געהאט די זכי' צו באדינען ממש זקני זקנים נאך פון פארצייטישען סטיל

פארגעסטס נישט איין זאך: איסור השגת גבול, עס איז אויסשליסלעך מיין ביזנעס קיינער האט נישט קיין רעכט דאס צוצוכאפן

געשריבן: מאנטאג ינואר 25, 2010 7:02 pm
דורך צווענגל
רבותי גרויזאמער איז א פרוי............

ער שרייבט מיר דא איין שורה און די דרייעט מיר איבער די גאנצע קרעטשמע און גארנישט קיין ווארט הערט מען נישט פון אים

איז דאס נישט פישי :?: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

געשריבן: מאנטאג ינואר 25, 2010 8:18 pm
דורך קרעמער
צווענגל האט געשריבן:רבותי גרויזאמער איז א פרוי............

ער שרייבט מיר דא איין שורה און די דרייעט מיר איבער די גאנצע קרעטשמע און גארנישט קיין ווארט הערט מען נישט פון אים

איז דאס נישט פישי :?: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

וואס מאכט דיך טראכטן אז גרויזאמער איז פישל?
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... memberlist

געשריבן: מאנטאג ינואר 25, 2010 9:19 pm
דורך משיח
גרויזי, איך ווייס נישט וואס דו ווילסט דא, אין דיין בילד זעט מען קלאר אז דו דרייסט דיין בארד...