בלאט 6 פון 8

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 11, 2013 8:02 pm
דורך וואסערפאל
אויב איז אייך גענוג א גראם פאר די צווייטע העלפט ווארט, דאן קאן מען זאגן

אנערקענונג:
שוואונג
פעסטונג
אדער אנדערע ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט ונג, כגון באגלייטונג פארשפרייטונג, באמערקונג, פארשטערקערונג, ארדענונג, שטימונג, וכו.

דאנקבארקייט, אויף קייט אליין קאן מען דאך זאגן אן א שיעור, סיי קורצע, שטייט גרייט וכו., און אויך לענגערע כגון, שטארקייט, ווארימקייט וכו.

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 13, 2013 3:12 am
דורך ווארד
אנערקענונג גראמט מיט ברענונג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 1:26 pm
דורך יהיה כן
איך זוך א גראם פאר נוסח פון א דאנק פאר א לערערין וועלכע האט זיך מטריח געווען אויסצולערנען עברי און אלף בית
שכוח למפרע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 2:36 pm
דורך יהיה כן
ידידינו החשוב והנכבד מטובי הניקים כאן שליט"א האט מיר דאס אריינגעשיקט:

אינזערע געפילע און געדאנקען
און הערצליכע דאנקען
ווילען מיר איבערגעבען
פאר די געטרייע לערערין זאל לעבען
פאר אייער ארבייט און שטרעבין
אז די הייליגע אותיות זאלען לייכטען און שיינען
און אז -- שתחי' זאל קענען פון סידור ליינען

כ'דארף אויך עפעס גראמען זיך צו באדאנקען פאר א ערפארענע מנהלת וועלכע האט ארויסגעהאלפן מיט א געוויסע פראגראם אין סקול

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 2:55 pm
דורך יהיה כן
דאס איז איצטער אריינגעקומען
וכל המוסיף....
אולי
א ברכה מיוחדת פאר די מנהלת
וואס איז געווען די מתחלת
און ציגעשטעלט דעם פראגראם
בטיב דעת וטעם

בונטשעס בונטשעס נחת פון אלע

שטעל עס ארויס אפשר וועט עס
START THE JUICES RUNNING
פאר אנדערע חברים

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 17, 2014 12:03 pm
דורך קיקיון
אביסעל צוגעפיצט

אינזערע געפילע און געדאנקען
קענען ניט גענוג באדאנקען
די חשובע לערערין זאל לעבען
זי איז צו איר ארבייט און שטרעבין
אזוי געטריי און איבערגעגעבען
קיין צייט און כח געשוינט
מאכען הייליגע אותיות שיינען
עס האט זיך בס"ד געלוינט
-- שתחי' קען פון סידור ליינען !!

זאל דער אלוקי המערכה
אייך דאס געדענקען , און שענקען
ענדלאזע ברכה והצלחה

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 12:07 pm
דורך מאנ-יימער
זייער שיין רב קיקיון, נישט געוואוסט איר טויג צו דעם אויך.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 2:56 pm
דורך שאץ מאץ
אקעי א פרישע מערכה,
איך זיך ווי מער גראמען אויפן ווארט "היץ"
אלעס גוטס,
שחוטי חוץ,
א גוטע זיץ,
יושר ומליץ,
ס'קומט צוניץ,
חושן און ציץ,
אונטערן שיץ,
כמו איל ירוץ,
ממש ביים שפיץ,
כאפט א שפריץ,
מעליץ, און קאזניץ, און ראפשיץ,

וואס נאך?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 2:57 pm
דורך והנה און נון
שמוץ

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 2:58 pm
דורך והנה און נון
קריץ

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 3:03 pm
דורך קיקיון
עס מיז שטימען מיט די ליטווישע הברה?
קנה רצוץ

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 3:05 pm
דורך קיקיון
כְּצִיץ הַשָּׁדֶה כֵּן יָצִיץ

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 3:10 pm
דורך אויסדריקליך
האסט פארגעסן די עיקר: וויץ

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 3:17 pm
דורך קיקיון
נאך א ניט ליטוויש
שַׂמְתִּיךְ לְמוֹרַג חָרוּץ

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 3:23 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
בליץ
שוויץ
בהקיץ
קאפיטשניץ

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 3:26 pm
דורך קיקיון
ניט ב'טעמט
רָאִיתִי רָשָׁע עָרִיץ
--
האראוויץ
ליפשיץ
וכ' וכ'

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 4:32 pm
דורך לכאורה
אונטן שמוץ אויבן פוץ

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 10:52 pm
דורך וואסערפאל
ארגמן ובוץ
אנגעהויפנט גאנצעטע סקיטס
פון ענבים די מיץ
כ'מיין נישט קיין טריץ
חזק ואמיץ
ביה אנא רחיץ
בהקיץ
באנוץ
הונטער-שטיץ
אלעמאל אויך איטס
שטיגליץ
גיהוץ (ביגלען)
רעסיטס
שליוואוויץ (בעסטע וויץ)
מיר שיקן נישט גראמען אויף טוויטס
רבותי גיבט צו נאך אפעטיטס

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 3:38 am
דורך שאץ מאץ
אקעי, אט קומט שוין פ' "ויקהל".
ומביא גואל,
לא נכשל,
כי ק'ל פועל,
ורוממו לק'ל,
ישראל,
טייל,
ותגל,
נפשי תנצל,
לד' המלוכה ומושל,
ובידך לגדל,
בדעה ובהשכל,
בזו הליל,
לקרוא את ההלל,
שבחו מי ימלל,
פארצייל,
טיפע הייל,

און עטליכע ענגלישע ווערטער אויף ענגליש,
סטייל,
סמייל,
מייל,
פייל,

וואס נאך???....

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 9:36 am
דורך תמהואומר
א גאסט אויף א ווייל
זעט א מייל
און דיק א אייל
לעב נישט אין דענייל
נאר פליז דערצייל
וויאזוי ישראל
האט געכאפט א בייל
ביים לינקן זייל
דורך דעם ישמעאל
ס'האט געפעלט א ברוכטייל
ממש א קורצע ווייל
אריינצופאלן אין הייל
גיב מיר זיין פראפייל
און שיק אים אויף טרייעל

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 2:39 am
דורך וואסערפאל
תמה, בוזט א גוטע קאמידיאנט, ס'איז מיין אורטייל
האסט מיר גורם געווען א אינערליכן סמייל
דעם ישמעאלי, געבן דעם הויט א אפשייל
ניין איינס איינס, גיב א דייל
זעצט אים איין אין א טיפער הייל
ס'עט זיין א גוטע פארווייל
און מיר וועלן זיך חוסה זיין בצל
די חסדים א גאנצע pile
Meanwhile
זאג איך דאס דערווייל

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 11:11 am
דורך תמהואומר
וואסערפאל
דיינע ווערטער איז פאר מיר א שטראל

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 12, 2014 10:12 pm
דורך שאץ מאץ
אקעי מעניני דיומא
"עמלק"
סטרייק,
מייק,
צייג,
אפטייק,
דערלייג,

וואס נאך?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 12, 2014 10:20 pm
דורך ידיד
בייג,
טייג,
נייג,
א פייג,
לייג,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 13, 2014 3:58 am
דורך ק.נ.א. וועטער
טוירנפייק
דווייק
לייק
נסתלק
געצייג