בלאט 5 פון 8

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 11:56 am
דורך ידיד
derech eretz האט געשריבן:קורצע גראמען צו צולייגן צו א דורן בר מצוה האט אפשר עמיצער?

viewtopic.php?p=688121#p688121

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 2:51 pm
דורך וואטיצעך
...און
יהושע בן נון
האט אפגעשטעלט די זון
אין מדבר צין
נאך ביטע?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 4:12 pm
דורך וואסערפאל
לייג אריין מח דערין
פיל אן דיין אייגן ברין
נעם דאס גוט אין זין
און האב הנאה דערפון
אין ענגליש איז דא א ווארט bin (שאכטל)
נאך גראמען פאר יעדן כ'פארגין
דעם לאטערי געווין
והנה, און נון
והיה אם בן וכו., יודעי בין שעות
השפעות זאל געבן א רין
זיך האלטן צום דין
דעם שיינעם קייט צו געבן א שפין
און אצונד, נאך ווערטער געפון

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 2:54 pm
דורך שאץ מאץ
העי פארגעסן דער עיקר...
כיצד מרקדין,
אני מאמין,
מבין ומאזין,
שירין ורחשין,
(און האלב זמירות פון) אזמר בשבחין...
כתיש כתישין,
קודש קדשין,
אתר די בי יחדון
גאנץ ארמיש איז די כלל דארט ווי מ'זאגט לשון קודם א ענדע ם' קומט אין אראמיש א ן', ממילא איז דא א ים מיט ווערטער וואס ענדיכן זיך מיט א ין, וד"ל

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 4:18 pm
דורך וואטיצעך
ווי קומט אריין דא דער וד"ל
גיי דיר ארויס פון זאל
און הער מיר אויף צו עסן דאס גאל
דער רבי זצ"ל
אזוי האב איך געזאגט ווייל
ער איז נעבעך א גרויסער דל
זונטאג קענישט ר"ה זיין חל
פארטאגס פאלט טל
מען טאר נישט פארן מיט עלאל
דעם 8'טען טאג איז מען א קינד מל
שוין געשריבן כנ"ל
אמאל האט מען איינגעקויפט מיט א סל
אשר קדשנו במצותיו וצונו על...
די טריפה'נה צה"ל
זיי נישט אזא גרויסער קל
די טיר האט זיך געגעבן א אויף פראל
א שיינע וואסער פאל
טוה דיר אן א שאל
די אמאליגע פריצים פלעגן מאכן אזא גרויסע באל

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:45 pm
דורך וואסערפאל
שאץ האט געמאכט א גוטן ספין
און וואטיצעך, געדענק דעם כלל
אז שאץ'ס גראמען רינט אים ארויס פון טשין
שוין יארן וואס ער ביילאכט מיט זיין שטראל
אם לאו בשבילי, צא בגין
שמ'ט ביי אדמורי"ם, אין איבעראל
סאטמאר ספינקא מונקאטש קארלין
גיב נאר דעם סיגנאל,
אז דער אויבערשטער העלפט, און מ' איז נושא חין
פארשיינט מען מיט א שטראל,
צדיקים האבן געזאגט פה-לין
ווייל די תורה האט גענעכטיגט אין פוילן, ביז מ'האט ליידער אומגעברענגט ברוטאל
אבער, ס'איז פארט איבער געבליבן זייערע פתגמין קדישין
און מיר טרינקן ווייטער פון זייער הייליגן קוואל
און אז הרב מייזעלס הייסט עסן פראו-טין
דארף מען אים פאלגן אויף יעדן פאל
דער עיקר איז, גלויבן און מתפלל זיין צום שומע ומאזין
דאס דארף אונז באגלייטן על כל צעד ושעל.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 6:08 pm
דורך שאץ מאץ
פון געלעכער האב איך אויסגעפלאצט ווי א וואסער פאל,
ענק שרייבן אזוי גוט, זאל נישט שאטן קיין עה"ר קיין פגע ומשטין,

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 6:12 pm
דורך וואטיצעך
וואסערפאל פון דיר גראדע מיר רעדין
שאץ מאץ ביזט א דאל

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 6:39 pm
דורך וואסערפאל
כ'מיין, כ'מוז שוין מאכן א פתח שין
ווייל, אז נישט וועט דא ווערן א גאנצע ספעקטאל
די חברים וועלן צו די זאך טוהן
און אונז פארמסר'ן פארן מנהל

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 20, 2013 12:45 am
דורך שאץ מאץ
גראמען אויף די ווארט "שוין"

רבון
אדון
וואוין
מזון
עליון
ממעון
לשון
בית והון
קרוין
לוין,
צאן
פארשוין,
המון
ראשון
זכרון
דין וחשבון
חטא ועון
להון ולכון (האלב קדיש)

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 20, 2013 7:55 am
דורך פלעכטער
עני ואביון
פזמון


דאכצעך אז ס'דא א גאנצע פזמון ביי די סליחות וואס גראמט מיט די אויבנדערמאנטע

מלאכי רחמים משרתי עליון,
... דר ועליון
... לב דויון
דענק איך נישט ווייטער
אולי יחוס עם עני ואביון, אולי ירחם.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 20, 2013 1:01 pm
דורך סביב העולם
שאץ מאץ האט געשריבן:גראמען אויף די ווארט
(האלב קדיש)

כל מקדש
תתבלע ותתחדש
גענאדיש
ספרדיש
גאנץ קדיש
עד-איש (פינקי סטייל, קרעדיט: חילא)
פערדיש
חסידיש
פארנאטיש (חיים מענדל סטייל)

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 20, 2013 2:31 pm
דורך וואסערפאל
אלע קינדער זאגן שיין: מישור א פלוין
די גראמען הער איך מיט צימאון
אין דעם אשכול איך join
ס'זאל זיין לתפארת ולגאון
אום לשמך מקווה חון
פאר די הארסי רייד לייגט מען איין coin
איך כמעט פערטיג שוין
איך טראכט במתון
אפשר וועל איך טרעפן א דבר נכון
אדער עפענען א מכון
מען זאל זיך געבן א צוגעוואוין
משבית צו זיין דעם אף וחרון
מהשם מענה לשון

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 28, 2013 11:13 pm
דורך שאץ מאץ
א באקאנטע ווארט
מחותן
וויפיל שטיק איז דא אויף דעם?

ויתן ויחזור ויתן,
אינמיטן לחלוטין,
צום גוטן,
דריטן,
געליטן,
פארשינטן,
ביטן,
געריטן,

נאך ביטע?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 28, 2013 11:15 pm
דורך לכאורה
איך וואלט צוגעלייגט נאך גראמען אבער איך ווייס נישט אויב עס וועט פיטן

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 28, 2013 11:48 pm
דורך וואסערפאל
געהערט פון א בדחן: הראנו השם חסדיך וישעך תתן
מחותן
אין די יעצטיגע מינוטן
הצלחה אלע אייערע טריטן
מיט אזלעכע גיטע זיטן
השפעות א גאנצע קיתון
די קשר זאל זיך קיינמאל ספליטן
פון טון א טובה האט ער זיך קיינמאל פארמיטן
אים מכבד זיין טוט מען מיר פערמיטן
ווייל ער טוט נישט טוויטן
יקיר זאגט: גיבט צו אפעטיטן-אריינפיטן-לחלוטין
נאך גראמען זאל ווערן דא אריינגעריטן
אים קאן מען באשרייבן אין יעדע צייטונג, און יעדע עיתון
נעמען די ריכטיגע שריטן
כבר יצא לו מוניטין (ווארעווער דעט מינס)
דינט דעם בורא מיט שווייס און בלוטן
זאל ער יעצט אויך נישט קוויטן
איך זיך, כדרכי, א פרישע פסוק, דערווייל נישט געטראפן, כ'מוז אדמיטן.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 9:55 am
דורך ענדע צדיק!
איך זוך א גראם אויף "מוסיף והולך"
פאר א חנוכה פאום

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 1:58 pm
דורך וואסערפאל
השמעיני את קולך

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 2:23 pm
דורך לכתחילה אריבער
וואסערפאל האט געשריבן:השמעיני את קולך

און אויב זוכט ער א צו געבן א מתנה דוקא יענער זאל זיך בארואיגען, און "נישט לאזען הערן דעם קול"?........

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 6:39 pm
דורך וואסערפאל
פיין, מ'קען זאגן:
די נחת איז מוסיף והולך
ווייל דער רבוש"ע זאגט השמעיני את קולך
און ער איז משגיח כביכול מיט זיין עין הבדולח
ביי אים אלעס גוטס אויס פויעל-איך

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 6:50 pm
דורך לכתחילה אריבער
וואסערפאל האט געשריבן:פיין, מ'קען זאגן:
די נחת איז מוסיף והולך
ווייל דער רבוש"ע זאגט השמעיני את קולך
און ער איז משגיח כביכול מיט זיין עין הבדולח
ביי אים אלעס גוטס אויס פויעל-איך

זייער שיין! מיטן פינקי-סטייל צום סוף!

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 7:23 pm
דורך ענדע צדיק!
דאס איז גאר גוט פאר א גראמער וכדו'
איינער האט נאך?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 11, 2013 3:37 pm
דורך אויסדריקליך
ווער קען ביטע אריינווארפן עטליכע גראמען אויף די ווארט "בנאמנות"?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 11, 2013 3:41 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
בדחנות
ליצנות
משלוח מנות
רבות בנות
מגדנות
פשטנות
עסקנות
תָּענוֹת (פאר די וואס רופן אזוי א תענית)

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 11, 2013 5:55 pm
דורך אויסדריקליך
א דאנק אייך.

נעקסט, וואס גראמט מיט 'אנערקענונג'?

און וואס גראמט מיט 'דאנקבארקייט'?

שכוח פון פאראויס