איך זוך א גראם...

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג יולי 14, 2011 6:12 pm

כ'טו מיך שעמען
זיך אונטערצונעמען
אז מען קען, קען מען
אז נישט לאזט מען יענעם

וועל איך לאזן דעם פלאץ
פאר אזוינע ווי שאץ
צו פארענדיגן די זאץ

אדער פאר וואס פארשטייען
אדער די וואס ווילן טרייען
זייער מיינונג אויסצושרייען
וועל אנדערע זיך פרייען

און פאר איך בין מסיים
לאז איך איבער אביסל שיריים
פאר פעדער'ן וואונטשן לחיים

דיינע ווערטער זענען געשמאק
פול אן דערמיט א גאנצער סטאק
דערשרעק דיך נישט פון קיין פסק
וואס מען ווארפט דיר אויפן גענאק

איך בין שוין פארטיג דא פאר היינט
העמיר זען וואס פארן עולם איז אונטערסאנט
אדער רעדט איך דא צו א וואנט

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » דאנארשטאג יולי 14, 2011 7:13 pm

בניגון: יו"ט עהרליך - ווילאמסבורג


ס'געוועהן אמאהל א גרויסער עם הארץ
א גביר אדיר געלעבט ווי א פריץ
שווערע מיליאנען האבן פון אים גערינען
געהאט האט ער אן איינציג טאכטער
ארומגעלאפן ווי א צוקאכטער
די בעסטע בחור פאר איר געפינען

צוגעזאגט צוגעבן אייביג קעסט
עסן און שלאפן, און אויך א רעסט
מיט'ן איידעם אבער ער קען זיך נישט פארטראגן
זיי האבן זיך געריסן ביי די קעפ
קארטאפל, אייער, ס'געפלויגן טעפ
זיי האבן זיך אבער נאכנישט, ערנסט זיך צושלאגן

ביז אמאהל האט דער שווער אנגענומען
זיין טייערע איידעם ביי די ביינער
און געווארפן אויף אים אפאר שווער שטיינער
אים אנגעריסן מכות רצח
דער איידעם געווארן א שונא נצח
האט געקלערט יבא יומו, וועט ער אנלערנען דעם עזות מצח

דער שווער האט געהאקט, געקלאפט און געקנאקט
א ת"ח מיט אן עם הארץ, האט נישט קיין דערהער
דער איידעם צו זיך לאכט. א נקמה טראכט.
וויאזוי דעם שווער אים אנצולערנען ס'זאל זיך אים נישט גליסטן מער.

די ימים נוראים זענען געקומען צו לויפן
ס'געוועזן א מנהג מ'פלעגט פאראויס פארקויפן
אלע כיבודים הקטנים עם הגדולים.
ס'געווען א כיבוד פון די העכסטע פרייזן
אנהייבעכץ האט עס געהייסן
יו"כ אינדערפרי ווער ס'זאל אנהייבן אדון עולם.

ער לויפט צום שווער אזוי גיך
טייערע שווער איך קויף עס פאר דיך
אנהייהעכץ, פאסט נאר פאר די חשובים
דער איידעם האט, ווי א בר דעת
ארויפגעצויגן, גאר הויך דעם פרייז
אויף גרינע שמונה מאות אלף זהובים.

דעם שווער ווערט רויט דאס בעקל
ס'קאסט אים א פולע זעקל
אבער אלעס לוינט זיך, דאס הארץ אים שטאטער קלאפט .
גארנישט גייט לאיבוד, אבי שוין עפעס א כיבוד
יא דער איידעם איז עפעס ווערט, א מזל ער האט אים געכאפט

זאגט דער שווער פארן איידעם
האסט מיר טאקע געעצה'ט,
איך פרעג דיר א שאלה אבער כיצד,
וויאזוי גייט עס צו כ'האב עס נאך קיינמאל נישט געהאט.
כ'ווייס נישט וויאזוי אנהייבעכץ גיייט צו
כ'בין נאך קיינמאל אין שוהל נישט, אזוי פרי
כ'דריי מיך נאך דעמאלטס אויפן צווייטן זייט

דער איידעם געט ארויס א באפעהל
איינצוקויפן, א ריזיגע, פעקל מעהל
כאטשיג וועגן, צוואנציג פונט אויפן סקעיל
הייסן די שווייגער א חלה אויפבאקן,
א טעם א געשמאקן, אזוי אז ס'זאל קנאקן,
א גרויסן קויליטש ס'זאל זיין וואס צו האקן

אנטוהן א קיטל מיט א גרויסן פראק
אריינפאקן דעם חלה אין א גרויסן זאק
יו"כ אינדערפרי עס שלעפן אין שוהל
ווען די גבאי וועט אנהייבעכץ אויסקלאפן
זאל דער שווער, דעם חלה, פון זאק ארויסכאפן
און צום באלעמער צוטאנצן מיט א הייליגע ציהל.

פאס אויף זיך נישט אויסצוגליטשן
און קיינעם נישט אריינצומישן
דעם חלה זאלסט לייגן אויפן בימה, און מאכן א לשם יחוד הויך
קוק נישט אויף קיינעם לאך פון יעדעם איינעם
פון קנאה אלע ווען שרייען אפי' אויך דער דיין

זאלסט מאכן המוציא מיטן גאנצן כח
אנהייבן צו עסן ס'זאל גיין א רויעך
מ'דארף דעמאלטס זיין א גרויסער זריז
יום כיפור צו עסן איז טאקע כרת
אבער ווער ס'האט שכל מאכט נישט קיין פשרות
דעם גאנצן חלה אריינהאקן אהן רחמנות (הסברות)

מצווה בו יותר ס'איז א ענין א גרויסער
חלילה נישט איבערצולאזן קיין נותר
פאר א צווייטן נישט איבערלאזן קיין ברעקל
די גאנצע חלה אריינצורייבן
קיין זכר דערפון זאל נישט בלייבן
פסח'דיג מאכן מיטן גאנצן זעקל

מ'דארף דעם שווער שטארק אנזאגן
ס'איז דא מענטשן וואס פארגינען נישט, און וועלן נישט פארטראגן
אז זיי מוזן נעבעך בלייבן, מיט א ליידיגע מאגן
זיי וועלן שרייען, און פארפירן
דעם שווער זאל עס זיכער נישט, אינטרעסירן
נאר ער זאל אלעס אליין, אריינשמירן

געזאגט און געטוהן, געברענגט דעם מאשין
זאלץ און מארגארין, אייער און צוקער,
מעל און וואסער דאס איז דאך דער עיקר.
געבאקן א דיקע גרויסע בארכעס, מיט אלע זיינע הצטרכות,
ס'האט אויסגעקוקט פונקט ווי א מפרכס

יום כיפור אינדערפרי פול מיט פרייד,
אלעס שטייט שוין דארט גרייט
דער שווער שטארק הונגעריג האט זיך געדרייט.
דער שמש ביים בימה אויפן טאקט
"אנהייבעכץ", גיט ער א גוטן קלאפ
דעם גראבן חלה, פון זאק, געט ער א כאפ.

דער איידעם שטייט אין זייט
ער האלט שוין זייער ווייט
ער קייקלט זיך פון געלעכטער, דעם אטעם האט ער נישט געהאט
ער זעהט ווי זיין שווער, סאפעט ווי א בער,
גרויסער טריט ער, מאכט צום באלעמער, ער שטופט יעדעם אין זייט.

צום באלעמער גייט ער צו
און מאכט א פלאמעדיגע המוציא
פארשטייט זיך אז מען האט נישט געמאכט קיין שווייג.
קוים די חלה ער צורייסט,
לויפט צו דער שמש מיט איין כעס,
טייער שמש זאגט ער כ'זעה אז איר דארפט א בייס.

דער שמש מיט רשות פון דיינים,
דערלאנגט אים א קלונגעדיגן פראסק אין פנים,
דער שווער האט גענימען מאכן קולי קולות.
די ראשי הקהילה פונעם צווייטן זייט,
אים אויך דערלאנגט א מתנת יד,
מיט רויטע באקן געבליבן שוין אויף דורות.

דער שווער איז געווארן רייפער,
צוריק געפראסקעט מיט א אייפער,
און מיט די אנדערע האנט נאך געצויגן חלה, אין האלז אריינגעדריקט
ער האט זיך שטארק געמיטשעט,
דער עולם האט געקוויטשעט,
יעדע זאך וואס איז נישט מחובר האט זיך דארט געריקט.

די עולם האט גערעגנט פעטש
אלע שטריימלעך גיט צוקוועטשט
ס'איז געווען מצאנו בביהמ"ד ידים ורגלים,
דער שווער געוועזן א געזינטער פערד
ארויסגעריסן אפאר ווייסע בערד
און צו אנדערע, צוגעלייגט א נייעם.

ס'איז געקומען צו לויפן די פאליציי
פייער לעשער און הצלה צוויי
מיט די בליצערס, מיט די הויכע קלאנגען,
פאליציי האט געפרעגט "ווער איז געווען די ערשטע צו דערלאנגען"
דער שווער אין א געוויין איז זיך פארגאנגען
"איך האב היינט אנהייבעכץ אנגעפאנגען"

דער איידעם האט דערלעבט א נקמה א זיסע
מ'האט דעם שווער געלייגט אין תפיסה
פון אים ס'הערט זיך פרייליכע געזאנגען
כ'בעט אייך אבער טוהט אויסהערן
איין נקודה כ'האב פארגעסן צו פארמערן
די מעשה האט זיך קיינמאהל נישט אנגעפאנגען
לעצט פאראכטן דורך פעדער אום מאנטאג יולי 18, 2011 8:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יולי 14, 2011 7:20 pm

איך וואקל מיך פאר געלעכטער

איך האף אז אין ריעל-לייף ביסטו א בדחן און האסט טאקע די זכיה משמח צו זיין אלקים ואנשים

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » דאנארשטאג יולי 14, 2011 7:27 pm

האלא! דאס איז ריעל לייף. מאכן מענטשן זיך צאפלען פאר קייקלעריי
און זיך קניידלען פאר געלעכטער דאס איז די גרעסטע הנאה.
פארשטייט זיך ביז בויך ווייטאג!
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
מאטראצן קלאפער
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2011 4:50 am

תגובהדורך מאטראצן קלאפער » דאנארשטאג יולי 14, 2011 8:50 pm

דאס איז די גאנצע וואס די יכול'סט
נע מעק'ן שוין מיינען,
דאס קען יעדעס קינד.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יולי 14, 2011 8:52 pm

שלום עליכם מאטראצן קלאפער

אויסער אויב דו ביסט א צווייטע ניק פאר "פעדער", אדער איינער וואס רייצט זיך מיט אים מיטן ציהל ארויסצובאקומען א פרישע ארטיקל אויפן גראם, וואלט איך דיר געראטן אויסצומעקן דיין תגובה און אריינקומען אינעם ערשטן תגובה דיינעם אביסל פאזיטיווער.

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2242
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג יולי 14, 2011 8:59 pm

ס'זאגסטו ביז בויך ווייטאג?, איך זיץ איינגעקורטשעט פאר יסורים און דאס גאנצע עפל שטרודל ליגט אויסגעבראכן אין פארנט פון טיש
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
מאטראצן קלאפער
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2011 4:50 am

תגובהדורך מאטראצן קלאפער » דאנארשטאג יולי 14, 2011 9:01 pm

אוקיי עם סארי
עך האב נישט געוויסט. אז סאיז א העבי שטרענגע סייט

אוועטאר
מאטראצן קלאפער
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2011 4:50 am

תגובהדורך מאטראצן קלאפער » דאנארשטאג יולי 14, 2011 9:05 pm

איך זאג עס ווייל יעדער קען ס' נישט קאן קונץ
ווען איך קלאפ אויס א מאטראץ
און איך הער שאץ מאץ
קען איך אויך זאגן מיינץ
געטס מיך נאר איין טשאנס
אין כעל שוין ווייזן מיינץ
נישט נאר ביי דיך איז די טאלאנט דיינץ
דאס גראמט פעסט אריינ'ס

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2242
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג יולי 14, 2011 9:38 pm

איין גראם האסטו אויסגעלאזט:
זיי נישט קיין שוואנץ
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » פרייטאג יולי 15, 2011 1:23 am

חח פעדער, יעדע שורה א גוטס פאר זיך
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מאנטאג יולי 18, 2011 7:37 pm

געווען אמאהל פארצייטן
צוויי בחורים בשעתם
חתנים געווארן אין די מרחקים אין די ווייטן.
געדארפט דורכגיין א וואסער, נישט רייטן.
נישט געטראכט צופיהל
זיך איינגעהאנדלט א קליין שיפן
חפצים וואס מ'דארף, און וויפיל

מה עשה הקב"ה
ימים לא ארכה
דער יוצר כל היצורים
ברא בו נקבים חלולים
די שיפל געלעכערט
און די וואסער האט אריינגעדרינגען, און זיך אלף געהעכערט
די לעבן איז זיי מער נישט געווען פארזעכערט.
די צוויי האבן אינמיטן
א סוגיא, א גוטן
געהאלטן
און נישט געזעהן די שפאלטן,
נישט געשפירט די וואסער, דעם קאלטן
די שיפל האט זיך געווארפן,
די פאר ברעטער און שרויפן
יעלו הרים ירדו בקעות
עס האט געגאסן פלייצנדע השפעות

ווי מען האט עס נאר געכאפט,
איז מען באלד געפאלן אויף גלייכע המצאות.
מען קען דא דורכטוהן גאנץ הל' מקוואות.
נישט מערקנדיג דעם נאס
האבן זיי גענימען דארכטוהן גאנץ ש"ס.
ס'איז דאך א לומדות
אז דאס שיפל אלס מקווה מען באטראכט.
דער צווייטער האט איהם תיכף אוועקגעמאכט.
עס איז דאך נישט כשר לכתחילה
עס איז אפשר נישט מ' סאה אפילו.

דער אנדערע זאגט, קיין פראבלעם.
מען וועט נעמען דעם שטעקן דעם גרעסטן
און מען וועט דאס וואסער מעסטן
מכשיר זיין דעם מקווה, אלס אמבעסטן
אבער: וויל דער צווייטער שטערן פרואוון
עס איז דאך וואסער, וואס רינט דורך די נקובים,
ווערט עס גלייך מים שאובין.
און אז ס'ווערט העכער איז נוטפין מרובים על הזוחלים
ואידך מכשיר לטמא אוכלין
ומסקנא אז נוטפין מרובין
און די מים שטופין
איז פסול אלס נוטפין

דער צווייטער שקיל בדקא,
און ווי א געניטער בעל פלוגתא
געברענגט שנעל געשיקטע
מראה מקומות מיט פולפולים
סברות פון מים צלולים.
און אזוי טענה'ט ער דער חריף
אז מען קען באמת דורך השקה זיין מצרף
איז דער צווייטער מסרב,
וואס רעדסטו שטותים
בניני רעמסס ופיתום.
די שיף איז א רה"י, מאך נישט קיין טעותים
און אז די ים איז א רה"ר, זעהט דאך אפי' דער פחות שבפחותים.
און מען קען נישט מצרף זיין ב' רשותים.

אויב אזוי פארשטיין מ'מוז
אז די וואסער קומט אריין אהן רשות
און דאס וואס ער קומט אריין און די תיבה
דאדורך א מחתרת בגניבה,
איז דאך א טענה
אז אי עביד לא מהני,
און ס'אידאך דא א דעה
אז עס ווערט נפקא למפרע.
נישט קיין וואסער,
ממש א מחיה.

שפארט זיך דער צוייטער אהן הקדמות
עס איז דאך א פסיק רישא ולא ימות.
די שיפל איז א צובראכענע כלי,
און דאס וואסער שטראמט במילא,
זאגט דער צווייטער אבער תוך כדי
צייל נישט קיין דריי
מען קען גיבן דא א שטיקל דריי
עס איז אפשר א פסיק רישא דלא ניחא ליה
ווייל נוח לו שלא נברא מ'שלא נברא,
און די גמרא בפירוש א מימרא.

ביני לביני האט זיך דאס שיפל איבערגעקערט
איינער איז נעבעך אומגעקומען
איז געווארן א ישיבה על קברו
דער צווייטער האט מיט כוחות זיך גענימען
און צום בארטן צוגעשווימען
דארטן ביים בארטן
טועהן אים אפווארטן
צוויי שוויגערס, צוויי סארטן.

זיי זעהן נאר איינער געקומען,
האבן זיי זעך שלאגן גענומען.
התחילו מריבות זו עם זו.
זי טענה'ט כולה שלי,
"די לעבעדיגע מיינע"!
"די טויטע דיינע".!
זאגט די צווייטע. "קוויטשעט נישט אזוי"
לא, כי בניך המת ובני החי.

זיי טוען קריגן און פייטן
איינער מיטן צווייטן
א פחד נורא נוראות.
און ווי אידישע פרויען וואס גייען נישט צו ערכאות,
דערום, זענען זענען זיי געגאנגען צום דין תורה,
ווי יוסטיץ איז שורה.
קולות און געשרייען,
אין קאפ פונעם דיין,
די גאנצע שטעטל, געדראהעט איבערצודרייען

דער דיין , אובד עצות
ציהט מיט די פלייצעס
לא נדע מה נעשה
ראה המצב, ונזכר מעשה
וואס ביי שלמה המלך האט פאסירט
ווען צוויי אידענעס האבן אזוי פארפירט
איינער אין האנט א קינד
פריש און געזינט
ממש געשוואוירן
אז זי האט דאס קינד געבוירן
די געשרייען, האבן געלעכערט אויערן
די צווייטע האט געשריגן
אז ס'איז פשוט ליגן
יענעמס קינד איז געשטארבן
און זי האט מיר גענימען פאר די קרבן.
אינמיטן נאכט געקומען
און מיינע צוגענומען
כ'וועל איר געבן אזעלכעס און אזאנס
דאס לעבעדיגע איז מיינס, און די טויטע דיינס.

טוהט שלמה המלך אזוי באפעהלן
און אורטייֵלן
מ'זאל אהער דערלאנגען א האק,
דאס קינד געבן א צוקנאק,
יעדן געבן האלב כדין חלוקו,
און גענדיגט מיט די מחלוקה.

זאגט דער דיין
אזוי זאל מען טוהן דא
אין די יעצטיגע שעה
מען זאל ברענגן א מעסער
וואס גרעסער אלס בעסער
דעם חתן אויפן טיש איבערדרייען
און צושניידן אין צווייען

נעמט זיך איינער שרייען
כ'בין נישט מסכים, אפי' צו טרייען.
כ'קען נישט דערליידן,
אז א חתן פון זיידן ,
זאל מען אויף שטיקער צושניידן.

און דער אנדערע זאגט פרעך
יא זיכער שטעך.
איך זעה נישט דערין קיין שום פארברעך.
אן אויפגעברויזטער זאגט דער דיין
א שאד אויף אלע הארצווייען
מען דארף זיין א בלינדער חיגר
צו זעהן אז דער וואס זאגט מען זאל זיך נישט פארמיידן
דעם חתן צו צושניידן
איז זיכער דער ריכטיגער שוויגער...
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג יולי 18, 2011 8:04 pm

צוקער זיס, איך מיין אז די לעצטערע פאר מעשיות פארדינען א באזונדערע אשכול, דער אשכול איז בעיקר נאר פאר ווער עס זיכט א גראם, מעשיות אין גראמען דארף זיין אפגעטיילט,
זוי ווי זוי איז דאס מיינסטער ווערק (פארגעסט נישט דא רעדט דער מבין)
אסאך שורות זענען נאר כמו גראמען, ס'גראמט נאר 75 פראצענט, דער עיקר איז אז דער עולם דא איז זיך מחי',
מ'שמייכלט,
:grin:

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מאנטאג יולי 18, 2011 8:08 pm

דאן, ווי דען קומט עס?
אדרבה איך וועל עס דארט אריבער קאפירן...
און באמת האב איך שוין אין אלע ענליכע קעפלען, געלאזט מיינע פינגער אפדריקן.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2242
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג יולי 18, 2011 8:50 pm

שאצי, מעשמייכלט זאגסטע?
שעיקער!
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יולי 18, 2011 8:57 pm

איך קען בלויז ווידערהוילן מיינע רייד פונעם פארגאנגנהייט צו פעדער: אויב טוהסטו נישט זיין א משמח אלקים ואנשים בעידן חדוותא, ביסטו לכאורה אין די אומריכטיגע פרנסה

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג יולי 18, 2011 9:21 pm

קומט מיר צוויי גוטע פעטש. נאכנישט באדאנקט דעם נייעם כוכב "פעדער"... שעמען מעג איך מיך.

דער האט א 'פעדער' איינס אין די וועלט. דער מאכט מיך שמייכלן יעדעס מאל עקסטער. גיי אן ווייל די ביסט מיך מהנה

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1932
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » דינסטאג יולי 19, 2011 3:44 am

געוואלדיג, א בקשה צו די מנהלים ווי שאץ האט שוין דערמאנט וואלט געווען ראטזאם צו מאכ'ן עפעס א עקסטערע אשכול פאר "פעדער'ס" גראמען מעשות
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג יולי 19, 2011 3:12 pm

איך זיך א גראם אויף דאס ווארט חמלה,
אויסער א לעמעלע, מיט אליעזר און די קעמעלע,

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » דינסטאג יולי 19, 2011 6:06 pm

חמְלה
תמ'לְע
זעמל'ה
טעמא'לה
שוועמל'ה
און אזוי אלעס וואס ענדיגט זיך מיט א מ' און מ'קען צולייגן לבסוף א 'לע.
אבער יא! עס איז שווערליך .
איבערהויפט אין לשה"ק. פאדערט מער ישוב הדעת.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
קרעפלקאפ
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 3:31 pm

תגובהדורך קרעפלקאפ » דינסטאג יולי 19, 2011 6:25 pm

געלעגער האט געשריבן:קומט מיר צוויי גוטע פעטש. נאכנישט באדאנקט דעם נייעם כוכב "פעדער"... שעמען מעג איך מיך.


נישטא 'צוויי גוטע' איז דעריבער,
געליבן בלויז מיט א שמוץ אריבער...
:i"

דער האט א 'פעדער' איינס אין די וועלט. דער מאכט מיך שמייכלן יעדעס מאל עקסטער. גיי אן ווייל די ביסט מיך מהנה

;l;p-

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג נובעמבער 20, 2011 3:08 pm

איך זיך ווי מער ווערטער אויף טוב, אבער ס'זאל זיין ווערטער מיט א חולם נישט מיט א קמץ, למשל טוב, הויף, נישט טוב, סוף, דערויף, ר' ישכר דוב, וואס הערט זיך מיט א קמץ, אָה,

אט איז וואס איך האב שוין ווער עס קען זאל ביטע מוסיף זיין,

הנה מה טוב,
ברכות לרוב,
שיינע הויף,
רצוא ושוב,
רבי פון זדטושוב,
באצאלן דעם חוב,
איך קויף,
אנטלויף,
קומט זיך צונויף,
יפה נוף,
במחול ובתוף,
בימינו בקרוב,

נאך ביטע???...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג נובעמבער 20, 2011 3:12 pm

ס'פליעט אן עוף
אין עיר הכהנים נוב
נישט געווען אויבן אויף
נאר עד כי יזוב זוב...

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

טשאלנט

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג נובעמבער 21, 2011 10:40 am

איינער האט א גראם אויף די מלך מאכלי שבת?
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מאנטאג נובעמבער 21, 2011 10:59 am

געמאלנט


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט