בלאט 1 פון 1

מנוחת הנפש, סיגעיט

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 11, 2010 7:39 pm
דורך טהור-עיניים
איך זוך אינפארמאציע איבער דעם פלאץ מנוחת הנפש אין סיגעיט. וויאזוי זעט דאס אויס, וואו פונקטליך איז דאס, ווער איז דער בעל הבית.

און בעיקר, וויאזוי איז זיין עסן, גוט, אדער זייער גוט, אדער.....

און סיי וועלכע נאך אינפארמאציע וועגן דאס פלאץ.

א גרויסן דאנק פון פראנויס
טהור עיניים

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 14, 2010 2:59 pm
דורך טהור-עיניים
דערווייל זעט מיר אויס אז דאס איז דאס ערשטע מאל וואס איך בין אדורך געפאלן, ביז היינט, יעדעס מאל וואס איך האב עפעס געזוכט, און געבעטן הילף דערוועגן אין קרעטשמע ביי ולאחיו יאמר חזק, האב איך אלעמאל באקומען תשובות, דא האב איך דערווייל גארנישט באקומען, כאטש עס איז שוין באלד א וואך זינט איך האב געבעטן עפעס אינפארמאציע וועגן דעם.

נאכאמאל, פליז ווער עס ווייסט עפעס דערוועגן, פליז לאזט מיך וויסן, עס איז מיר נוגע.

יישר כח למפרע
הק' טהור עיניים

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 16, 2010 8:32 am
דורך פריילאך
איז דאס די זעלבע ווי די קימפעטארינס גייען?

לפי השמועה איז דארט די עס זייער נארהאפטיג און געשמאק.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 16, 2010 9:14 am
דורך אינגערמאן
טהור-עיניים האט געשריבן:דערווייל זעט מיר אויס אז דאס איז דאס ערשטע מאל וואס איך בין אדורך געפאלן, ביז היינט, יעדעס מאל וואס איך האב עפעס געזוכט, און געבעטן הילף דערוועגן אין קרעטשמע ביי ולאחיו יאמר חזק, האב איך אלעמאל באקומען תשובות, דא האב איך דערווייל גארנישט באקומען, כאטש עס איז שוין באלד א וואך זינט איך האב געבעטן עפעס אינפארמאציע וועגן דעם.

נאכאמאל, פליז ווער עס ווייסט עפעס דערוועגן, פליז לאזט מיך וויסן, עס איז מיר נוגע.

יישר כח למפרע
הק' טהור עיניים


ניין... ביסט נישט דורכגעפאלן.
איז אזוי, די שאלה איז וואס די זוכסט. אויב זוכסטו א שיינע פלאץ, צו אפילו נישט שיין נאר פלעין "בעל'בתיש" איז די פלאץ נישט דארט.

די פלאץ בעצם איז זייער נאכגעלאזט, א שטייגער ווי די גויאישע מאטעלס אין די מאונטעינס, (אפי' אונזער אלעמען באקנטע מייזן זענען דארט געווען צו געפינען אין מיין צימער... אבער פון דיר וועלן זיי זיכער מורא האבן... פון קעץ אנטלויפן זיי...) אויף די עסן אבער קען מען זיך נישט אפרעדן. פיינע ב'טעמ'טע עסן. איין זאך דערמאן איך מיר יעצט אז ווען איך בין אהיימגעקומען פון של"ס צו מאכן הבדלה נאך שבת האט די גויטע דארט אריינגעברענגט פאר'ן בני בית א ברייטן שלש סעודות... טענה'נדיג דערביי אז זי ווייסט אז מען דארף ברענגען 6:00 שארף של"ס.... (מן הסתם בין איך אריינגעפאלן די ערשטע וואך אין די ווינטער וואכן).

אבער... די וואסער דארט קען מען פאר קיין געלד אין די וועלט נישט פארקויפן.... די מין רואיגקייט... שטילקייט... גיין צוזאמנעמען שעלס ביים וואסער... דערפאר איז די שאלה וואס די זוכסט. (פארשטייט זיך אז די וועטער מוז מיטשפילן).

מיך פערזענליך ציט אהינצוגיין נאכאמאל פאר א שבת... זיך אויסצופלאגן פון די וועלט... אבער געראטן פאר א צווייטן ווייס איך נישט.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 16, 2010 9:30 am
דורך טהור-עיניים
סישוין סייווי נישט נוגע, עכ"פ פאר היי יאר זיכער נישט. חוץ מזה וואס דער בעה"ב זעהט מיר אויס ווי א איד ביי וועמען סיז פורים א גאנץ יאר וד"ל.