בלאט 1 פון 1

ביהמ''ד מיט מקוה אין נארט מיאמי ביטש

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 10, 2010 12:03 pm
דורך עפל קוגעל
פלאנענדיג צו זיין אין מיאמי און די קומענדיגע טעג וואלט איך געוואלט וויסן
ווי מ'געפונט א געשמאקע שול מיט א מקוה ווי ס'איז דא מנינים נאך ניין אזייגער אויך?
בעסער וואלט געווען אין נארט מיאמי ביטש אבער ס'איז גוט אין די ארומיגע געגנט אויך.
מיט דאנק פון פאראויס.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 10, 2010 12:06 pm
דורך דארפסמאן
איך מיין אז קהל חסידים איז דאס וואס די זוכסט, איך געדענק שוין נישט די אדרעס, איך וועל עס נאכזוכען אין דיר עס בל"נ געבן

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 10, 2010 12:15 pm
דורך יוד איינער
יא אבער קהל חסידים, האט נישט קיין מנין נאך ניין אזייגער, זיי האבן א בעטעמטע מקוה, דער רב ראביי גרונער איז א פיינע איד, און פאר מער אינפארמאציע קען מען זיך מעלדן צו ר' חיים רייך הי"ו, וואס וואינט דארט אלל יער ראונד, און ווייסט אלעס וועגן די געגנט מיט איהרע צוגעהערן, סא אביסל א שווערצע געגנט, אבער זייער רואיג, און מער מאנסי סטייל, כלפי דעם רוישיגן מיאמי ביטש,

אויך דארט אויף די אנדערע זייט לעיק, געפונט זיך א גרויסע ישיבה חפץ חיים קען זיין אז דארט קענסטו געפונען וואס דו זוכסט,

אין די מין טיים, רוה דיך אויס,

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 10, 2010 12:17 pm
דורך גרויזאמער
http://www.tinyurl.com/NMBshul

יענץ איז טאקע די בעסטע, אבער סנאר דא 3 מנינים (וועסט סייווי נישט טרעפן מער דארט), און אויך נישט צו שפעט.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 10, 2010 12:17 pm
דורך דארפסמאן
ווען איך בין דארט געווען איז געווען יעדן טאג א מנין 10:00 טאקע נישט אפעציעל אבער איינער האט מיר געזאגט אז עס מאכט זיך אפט איבערהויבט אימיטן ווינטער אדער אימיטן זומער

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 10, 2010 1:32 pm
דורך עפל קוגעל
ישר כח פאר די אינפארמעישן
קהל חסידים קוקט אויס זייער גוט איבערהויפט אז ס'איז וואלקינג דיסטענס פון מיין דירה'לע
און אויב איינער האט מער אינפארמעישן איי וויל אפרישיעיט איט ווערי מאטש