בלאט 1 פון 1
אויל קאמפאני קרעדיט קארטל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 9:12 am
דורך קאמענטאטאר
Exxon Mobil Credit Card
האט עמיצער דא אן Exxon Mobil קארטל?
ווי ווייט איך
זעה דא אויף זייער סייט לערן איך ארויס אז בלויז מיטן נוצן דעם קארטל אויף צו קויפן Exxon גאזאלין קריג איך קרעדיט - אין פארם פון א ריבעיט - אזוי פיל ווי 0.15 פער גאלאן!!! (אייניג אדער נאך ביליגער ווי ניו דזשערסי) לכאורה קלינגט דאס ווי זעהר א גוטער געשעפט, נישטא קיין Annual Fee, מינימום חודש'ליכע באלאנס, און צוגאב איז נאך דא א 2% ראטע פון Rewards אויף טאג טעגליכע איינקויפערייען. אלזא חוץ אויב ס'איז עפעס פארהאן אין די Fine Print וואס איך בין נישט אין די גוסטע דורך צו לייענען איצט, ווייסט עמיצער פארוואס כ'זאל נישט אפלייען דערפאר?
איין זאך יא, אויב כ'הער אויף נוצן מיין ביזנעס קרעדיט קארטל וואס איך נוץ ביז יעצט, ווייס איך נישט צו ס'וועט קוואליפיצירן אלס א ביזנעס אויסגאבע ביים ענדע יאר, ווייל די קארטל איז קלאסיציפירט ווי א פערזענליכע- נישט ביזנעס - קארטל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 9:57 am
דורך קאמענטאטאר
איך זעה אז Shell אפערט גאנץ אן ענליך געשעפט, גערופן
Platinum Card וועלכע אפפערט 5% ריבעיט וועלכע קומט אויס כמעט די זעלבע אויפן דאלער, דהיינו פינף און צוואנציג (גאלאן) מאל 0.15 קומט 3.75 ביי עקסאן. און פינף און צוואנציג מאל 2.45 וואס איז בערך דער פרייז יעצט איז 61.25 איז 5% 3.06
און בעפאר איך פארגעס, shell האט אויך נישט קיין Annual Fee אויב מ'לייגט ארויף לכה"פ 9 גאזאלין טראנזאקציעס פער יאר.
און ביידע סיי Shell און סיי Exxon קארטלעך גייען דורך Citi Bank.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 12:44 pm
דורך הערשי קניהויז
שכוח פארן איינמעלדן דערוועגן.
shell האט נישט אזוי סאך לאקעשאנס ווי Exxon Mobil.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 1:10 pm
דורך קאמענטאטאר
פלוס מ'ברויך שטיצן אן היימישן, עקסאן איז דוכט זיך די איינציגע אמעריקאנע דריל פירמע (בי"ג אוי"ל...) וועמענ'ס פראפיטן (אדער עכ"פ רוב דערפון) גייען נישט צו די שעיכ'ס און אימאמ'ס.
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 25, 2009 9:05 am
דורך קאמענטאטאר
איצט אראפגעלייגט מיט די עקסאן חברה, און דעי האבן מיר קלאר געמאכט אז כ'וועל אבסעלוט נישט קענען אראפ רעכענען מיינע געשעפטליכע רייזעס אלס א ביזנעס אויסגאבע צוליב וואס דאס איז א "פערסאנע"ל קאר"ד.
פארגעט איט, נישט ווערט.
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 25, 2009 10:50 am
דורך וואדקע
קאמאנטאראר איך פארשטיי נישט וואס דיין פארבלעם מיטן ניצען זייער קארטעל איז, אויב ביזטו בארעכטיגט איינצוגעבן דיינע ביזנעס רייזעס אלס אן ביזנעס עקספענס דאן וואס א נפק"מ פון ווי די האסט געצאלט דערפאר?
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 25, 2009 11:08 am
דורך קאמענטאטאר
קען זיין כ'האב א טעות, אבער ווי ווייט כ'פארשטיי קען מען נישט איינקויפן מיט א פערסאנעל קארטל, פערסאנעל טשעק אדער קעש פאר ביזנעס אויסגאבן און ענדע יאר עס אראפרעכענען אלס אויסגאבן, אפילו מיט א רעסיט. עס מוז דייקא געקויפט ווערן פון א ביזנעס אקאונט.
נישט אמת?
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 25, 2009 11:30 am
דורך וואדקע
נאופס, Tax רעכענט מען לויט די אינקאם אין עקספענס אפגעזעהן פון ווי די עקספענס איז געצאלט גיווארען,
עס זיכער בעסער לגבי בוקקיפינג אז אלע טרענזעקשינס זאלען זיין פין די ביזנעס אקאונט אבער לגבי אקאונטינג מאכט עס נישט אויס
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 25, 2009 1:22 pm
דורך קאמענטאטאר
ייש"כ, העלמיר נאכקוקן ס'ענין.
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 26, 2009 11:12 pm
דורך סאכדעס
כ'ווייס נישט וואס ס'איז שייך נאכצוקוקען, דאס וואס וואדקע זאגט, איז א דבר מובן ופשוט מאוד.
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 26, 2009 11:27 pm
דורך יוד איינער
כאב דעם קארטל, זייער גוט מחמת די סאך לאוקעישאנס וואס זע פארמאגן אלל אויבער די פלעיס,
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 27, 2009 12:24 pm
דורך קאמענטאטאר
איך האב ביז היינט פארשטאנען אנדערש, אלזא כ'האב א טעות געהאט.
אלזא דאס וואס די קארד פירמע באצייכענט א קארטל אלס "פערסאנעל" אדער "ביזנעס" מיינט וואס?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 27, 2009 12:29 pm
דורך שוועמל
אויב ס'יז אויך דיין ביזנעס נאמען אדער דיין פערזענליכע נאמען.
די חילוק איז אז א ביזנעס באקומעט נישט אזעלכע גוטע אדווענטעזשעס ווי א פערסאנעל מטעמים מובנים.
ומצטרף אני לוואדקע וסאכדעס וזה דבר מאוד פשוט.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 27, 2009 3:22 pm
דורך 3x0
אז מען רעדט שוין פון נוצן פערסאנעל קארדס פאר ביזנעס, וויל איך צולייגן אז איך ווייס איינער וואס האט פארלוירן 400,000 פוינטס פון זיין פערסאנעל עמעקס קארד ווייל ער האט עס גענוצט פאר ביזנעס.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 27, 2009 5:00 pm
דורך וואדקע
פששש דאס איז אינטרעסאנטע נייעס, וויאזוי האבען זיי דאס געוויסט? לכאורה געסווייפט ריזיגע טראנזעקציעס צו אפט, הא?
קאמענטאטער איך וואלט דיר געראטען אויב די ווילסט ניצען די קארד פאר ביזנעס זאלטו עס באשטעלען אינטער א נייע ניק ווייל דיין ניק קוקען זיי שוין נאך
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 27, 2009 7:32 pm
דורך קאמענטאטאר
וואדקע האט געשריבן:קאמענטאטאר איך וואלט דיר געראטען אויב דו ווילסט נוצען די קארד פאר ביזנעס זאלסטו עס באשטעלען אונטער א נייעם ניק ווייל דיין ניק קוקען זיי שוין נאך
יאפס... כ'האב עס געהאט אין מיינד. כ'האב אפלייעט אונטער דעם ניק וואס כ'נוץ ס'איבריגע חלק פון טאג...
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 06, 2010 1:27 pm
דורך נאטורליך
מענין לענין, אפשר רעדט מען שוין דא ערגעץ ווי אבער איך האב ניט קיין צייט צו זיכן
האט איינער געהערט פון
http://www.energypluscompany.comזיי געבען מיילס פאר יעדען דאללאר ביי עירליינס