קינד מיט שרעקעדיגע חלומות

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5012
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

קינד מיט שרעקעדיגע חלומות

תגובהדורך eller » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 1:33 pm

נישט באמערקט אזא אשכול אויב ס'שוין דא ביטע עס צוזאמשמעלצן.
סא די מעשה גייט אזוי מיין 2 א האלב יעריג צדיקל האט זיך איין נאכט אויפגעוועקט מיט א שרעקעדיגע חלום (גראדע שוין געוואר געווארן וואס, עפעס א שווערע איבערלעבעניש וואס ער האט געהאט אין שפיטאל אמאל...) און זייט דעמאלס שוין באלד צוויי וואכן האלט ער בשו"א נישט ביים גיין שלאפן אין זיין בעט. ווען מען לייגט אים אריין טאנצט ער אויף מיט א אמתע פחד...
האט איינער סיי וועלכע עקספעריענס וויאזוי מ'קען אויסהאקן אזוינס ???
תודה רבה
תזכו למצות.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

עושר וכבוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 1:42 pm

לייג אים שלאפן מיט אפענע לעקטער, צוביסלעך מאך עס מער טונקל.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 1:46 pm

איך האב נישט קיין עקספיריענס
אבער איך קען דיר נאר זאגן וואס איך וואלט געטון

איך וואלט גערטרייט פשוט איהם זאגן אז סאיז גארנישט
אויב איז עס א שרעקליכע מצב וואלט איך איהם געלאזט שלאפן אין מיין בעט אן מאכן א עסק
נישט פרעגן וועלכע בעט ווילסטו גיין שלאפן, נאר איהם לאזן גיין אין וועלעכ בעט ער וויל
איך מיין נאכן איגנארירן אפאר טעג וואלט זיך עס געדארפט בארוהיגן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 1:54 pm

האלטעך יעצט ממש אינמיטן די זעלבע פרשה מיט מיין קליינער. ער חלום'ט פון חיות. די שרעק גייט אזוי ווייט אז אפילו ווען ער איז אויף ציטערט ער דערפון מיט ממש פיזישע סימפאטמען.

קודם האבעך אים פראבירט צו מסביר זיין אז עס איז נאר א חלום. אסאך אויפגעטוהן...

איינער האט מיר מסביר געווען אז דאס קען אים נאך מער דערשעקן, וויבאלד ער פילט אז ער האט ניטאמאל ווער עס זאל אים באשיצן פון דעם מיסטריעזע חיה, וויבאלד קיינע זעהט עס נישט אויסער אים. מעיקס סענס טא מי!

לעצטענס ארבעט איך מיט מיט אים, איך שטעל אהן א פנים ווי איך גלייב אים אויפן ווארט אז עס איז טאקע געקומען א חי', איך פרעג אים אויס ווי אזוי עס האט אויסגעזעהן, וועלכע קאליר, ווי איז ער געקומען, ווי האט ער אים געביסן, אה! ב"ה איך זעה אז עס האט זיך שוין אויסגעהיילט. נעקסט טיים ווען די חי' קומט, רוף מיך שנעל, איך וויל אים אויך זעהן, וכו' וכו'. ב"ה נאך אפאר טעג האט זיך די שרעק היבש פארמינערט. ער קען שוין מיטשמייכלען ווען מען רעדט פון די חי'.

אויב דו פראבירסט עס אויס, לעט מי קנאו.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אידיאט
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

תגובהדורך אידיאט » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 2:14 pm

איך האב געהאט די פראבלעם מיט עטליכע קינדר שיחיו. איך האב זיי געקויפט א קליינע רזיאל המלאך צו האלטן אונטר די קישענע כאב געזאגט אז סיז א סגולה. סהאט געהאלפן ביי איינעם אינגטנצן און ביים אנדערן כמעט אינגאנצן. איך ווייס נישט צו די סגולה האט א מקור אבער קען זיין אז סבארואיגט אזוי אויך.
נ.ב. סאיז דא שטיקלך פונעם ספר וואס מקען אביסל פארשטיין. נורא נוראות!!!

שר חצי מיליון
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 16, 2019 4:58 pm

תגובהדורך שר חצי מיליון » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 2:16 pm

i have the same issue with my child

היימישער הייקער i did the same as

it worked very good

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5729
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 2:22 pm

האב די זעלבע, חיות און מלאכים און כווייס נישט וואס נאך... און איך אלס קליינער פלעג עס אויך האבן...

איך האב שיינערהייט מסביר געווען אז עס איז א חלום, וואס מיינט א חלום? עס איז אזוי ווי א פיקטשער מען זעהט עס עכט, אבער עכט איז עס נישט עכט, סאיז א פיקטשער, מען גיבט א עפן די אויגן פליט עס אוועק... וכו׳ וכו׳ ווען עס פאסירט אינמיטן נאכט שפילט מען מיט, א חי׳? וואו? פון די פענסטער? א חיק קען אריינקומען פון א פענסטער? נעעעעע סאיז אזא פאני זאך האהאהאהא, סקען נישט זיין עכט, סמוז זיין סנאר א פיקטשער! וכו׳

אויך האב איך אונטערגעלייגט א רזיא׳ המלאך אונטערן קושן, זיכער בעסער געווארן דערנאך.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

וויווידיזיינער
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 10:53 am

ספר נועם אלימלך!

תגובהדורך וויווידיזיינער » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 2:24 pm

איך האב פאר 18 יאר צוריק געהאט דעם פראבלעם מיט איינע פון מיינע קליינע קינדער, און דער וויזניצער רבי זצללה"ה האט מיר געזאגט צו לייגן דעם הייליגן ספר נועם אלימלך אונטער די מאטראץ און ב"ה עס האט געהאלפן!

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5012
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 2:31 pm

א דאנק אייך אלע פאר די אלע עצות.
כ'האב שוין געקויפט א רזיאל המלאך, אנגעצינדן די לייט. און זאוי אויך אלע עצות וואס יעדער האט דא געשריבן.
די פראבלעם איז אז ער האלט בשו"א נישט ביים זיך אראפלייגן אין זיין בעט נישט קיין חילוק וואס מען זאגט אים און מ'קלערט אים אויף.
ער האט מורא פון וואס בערך א יאר צוריק איז ער געווען אין שפיטאל פאר אפאר טעג און נורסעס האבן אים געשטאכן דארט...
כ'בין שוין אפילו געווען ביי א נעטשרעל ... וואס האט געהייסן שמירען עפעס.
אזוי אויך שוין אויסגעלאשן א עין הרע..
@ענדע כ'האב אויך געטרייט מיט דיין עצה אבער ס'העלפט שניט און כ'מיין ער איז נאך צו אינג צו פארשטיין געהעריג וואס מ'איז אים מסביר...
ביז דערווייל שלאפט ער שוין קרוב צו צוויי וואכן אין מיין בעט.....
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5449
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 2:35 pm

לייג דיר אראפ אין זיין בעט ביז ער שלאפט איין

בנוגע שרעק פאר קינדער דארף מען ארבייטן קודם מיט די פחד און נאכדעם עס ארויסנעמען.

ווען די קינד האט מורא טאר מען אים נישט זאגן אז עס איז א פיקטשער און עס איז נישט אמת, היות אין זיין קאפ איז עס אמת און ער האט עס בפירוש געזען

מען דארף ׳מורא׳ האבן צוזאמען מיט אים. נאך אפאר מינוט דארף מען אנהייבן פרעגן אפאר לאגישע קושיות וואס גייט אים מאכן צוווארפן די בנין ׳אליין׳
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 2:37 pm

אפשר איז כדאי זאלסט אים אמאל דוקא נעמען אין א שפיטאל, אויף א שטאק וואס איז נישט שרעקעדיג, גיי באזוכן איינעם וואס איז נישט געפערליך קראנק, רעד צו אים אז א שפיטאל איז א גוטע זאך, סהעלפט א באנטש מענטשן וכו'.

אויב סאיז צו שרעקעדיג גיי אין א ריהעב וכדו' זאג אים אז סאיז א שפיטאל, לאז אים זיצן אויף א וויל טשער, אנכאפן די שפיטאל בעט, מאכן ארויף און אראפ וכו'.

דאס איז זיכער אז עס פעיסן פנים אל פנים וועט אים טוישן זיין דמיון פון א שפיטאל.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5436
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 2:40 pm

לאז אים זיין אין דיין בעט, זאג אים גארנישט, פייט עס נישט, זיי אים נישט מסביר, דזשאסט לאז אים, עקסעפט אים, קודם זאל ער פילן אז מען פארשטייט אים, און אז ער מעג האבן די פחד, דערנאך טוה צעביסלעך וואס @שאינו יודע שרייבט:

שאינו יודע האט געשריבן:מען דארף ׳מורא׳ האבן צוזאמען מיט אים. נאך אפאר מינוט דארף מען אנהייבן פרעגן אפאר לאגישע קושיות וואס גייט אים מאכן צוווארפן די בנין ׳אליין׳

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 2:43 pm

זיי בודק דיינע מזוזות

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 3:00 pm

איך האב אויך געהאט א קינד מיט שרעק ביינאכט, געקומען נאך וואס ער איז געווען אין שפיטאל.
א קייראפראקטער "דר. קיממעל" אין וויליאמסבורג האט אים געהאלפן מיט עטליכע סעסיעס

פאר אנדערע קינדער - וואס די חלומות זענען סתם איינרעדענישן - לייג איך דער הייליגן ספר נועם אלימלך און עס העלפט א מחי'

גלות איד
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

תגובהדורך גלות איד » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 3:06 pm

אויף דעם איז דאך דא די עצהוואס שטאמט נאך פון די קדמונים:) אז מ'לייגט שאלפן די קינד מיט א בערעלע וואס קען עם היטן אוז זיך קעגן שטעלן קעגן אלע בייזן. מ'איז לאזט די קינד בקומען אזא הייימישקייט מיט דעם בערעלע דאלי עלפעאנט אדער וואס עס זאל נישט זיין, און די קינד באוקמט א זעלבסטזיכערקייט אז די חיות און אלע חיצונים וועלן מער נישט קענען האבן א שליטה.

איך האף אז די עולם וואס ברענגט די עצות פון רזיאל המלאך און נועם אלימלך מיינען עס בדרך סגולה און נישט פסכילאגיש.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 3:10 pm

גלות איד האט געשריבן:איך האף אז די עולם וואס ברענגט די עצות פון רזיאל המלאך און נועם אלימלך מיינען עס בדרך סגולה און נישט פסכילאגיש.

זיי רעדן צו אידן בכלל
פאר גלות אידן דארף מען פראקטישע עצות...

סתם א ווערטל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 3:12 pm

eller האט געשריבן:א דאנק אייך אלע פאר די אלע עצות.
כ'האב שוין געקויפט א רזיאל המלאך, אנגעצינדן די לייט. און זאוי אויך אלע עצות וואס יעדער האט דא געשריבן.
די פראבלעם איז אז ער האלט בשו"א נישט ביים זיך אראפלייגן אין זיין בעט נישט קיין חילוק וואס מען זאגט אים און מ'קלערט אים אויף.
ער האט מורא פון וואס בערך א יאר צוריק איז ער געווען אין שפיטאל פאר אפאר טעג און נורסעס האבן אים געשטאכן דארט...
כ'בין שוין אפילו געווען ביי א נעטשרעל ... וואס האט געהייסן שמירען עפעס.
אזוי אויך שוין אויסגעלאשן א עין הרע..
@ענדע כ'האב אויך געטרייט מיט דיין עצה אבער ס'העלפט שניט און כ'מיין ער איז נאך צו אינג צו פארשטיין געהעריג וואס מ'איז אים מסביר...
ביז דערווייל שלאפט ער שוין קרוב צו צוויי וואכן אין מיין בעט.....

אזו ווי איך האב געשריבן גלייך אנפאנג

וואס שטערט דיר אז ער שלאפט אין דיין בעט

לאז איהם אין דיין בעט און מאך נישט קיין עסק
איינמאל ער וועט זיין זיכער מיט דיר, וועט ער קענען נעמען די גאטס צוריקצוגיין אין זיין בעט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 773
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 3:17 pm

נעבעך וואס מיינע עלטערן זענען אדורך מיט מיינע חלומות...

ביי מיר איז עס נישט געווען חיות אדער רויבערס, נאר מתים! כ'האב אייביג גע'חלומ'ט ווי טויטע מענטשן קריכן פלוצלונג ארויס פון וואו אימער און דערשרעקן מיר.

אמאל איז א מת 'ארויסגעקראכן' פון הינטער די גארבידזש-קען אין קיטשען... פון דעמאלטס פלעג איך ביינאכט נישט קענען דורכגיין די קיטשען אליין, נאר דורכלויפן כל עוד נשמתי באפי, ווי נאכגעיאגט פון א רוח.

דאס האב איך מיטגעמאכט פון די 6 יאר (נאכן ליינען א ביכל מיט בילדער ווי מתים לויפן ארויס מיט ליכט אויפן קאפ) ביז די 15-16 לכה"פ. ס'געווען נעכט וואס כ'בין אויף געווען ביז 2-3 אזייגער מפחד בלילות.

סגולות האבן נישט געהאלפן, ליכטיגקייט אביסל. מיין טאטע האט גערעדט מיט מיר איינמאל און נאכאמאל, אבער ס'האט נישט געהאלפן.

פון ווען כ'האב זיך מתבונן געווען אינעם פסוק הנה מטתו שלשלמה ששים גבורים סביב לה מגבורי ישראל וגו', האב איך אנגעפאנגען דמיונ'ען אז די גיבורי ישראל שטייען אויך ארום מיין בעט, און די מתים האבן נישט א דריסת הרגל צו מיר.

בקיצור, נאר דמיון האט געקענט לעשן דמיון.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 3:34 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:נעבעך וואס מיינע עלטערן זענען אדורך מיט מיינע חלומות...

ביי מיר איז עס נישט געווען חיות אדער רויבערס, נאר מתים! כ'האב אייביג גע'חלומ'ט ווי טויטע מענטשן קריכן פלוצלונג ארויס פון וואו אימער און דערשרעקן מיר.

אמאל איז א מת 'ארויסגעקראכן' פון הינטער די גארבידזש-קען אין קיטשען... פון דעמאלטס פלעג איך ביינאכט נישט קענען דורכגיין די קיטשען אליין, נאר דורכלויפן כל עוד נשמתי באפי, ווי נאכגעיאגט פון א רוח.

דאס האב איך מיטגעמאכט פון די 6 יאר (נאכן ליינען א ביכל מיט בילדער ווי מתים לויפן ארויס מיט ליכט אויפן קאפ) ביז די 15-16 לכה"פ. ס'געווען נעכט וואס כ'בין אויף געווען ביז 2-3 אזייגער מפחד בלילות.

סגולות האבן נישט געהאלפן, ליכטיגקייט אביסל. מיין טאטע האט גערעדט מיט מיר איינמאל און נאכאמאל, אבער ס'האט נישט געהאלפן.

פון ווען כ'האב זיך מתבונן געווען אינעם פסוק הנה מטתו שלשלמה ששים גבורים סביב לה מגבורי ישראל וגו', האב איך אנגעפאנגען דמיונ'ען אז די גיבורי ישראל שטייען אויך ארום מיין בעט, און די מתים האבן נישט א דריסת הרגל צו מיר.

בקיצור, נאר דמיון האט געקענט לעשן דמיון.


נא אפשר קען מען מאכן א גראם אויף דעם.
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5012
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 3:54 pm

א דאנק נאכאמאל פאר די אלע וואס טרייען צו העלפן.
מיין צדיקל האלט זיך נישט ביים אראפלייגן פאר קיין געלט נישט, עס העלפט נישט אז כ'ליג אדער שטיי נעבן אים. ער טאנצט אויף פון א שרעקליכע אינערליכע פחד.
ער איז נאך צו אינג צו פארשטיין בכלל וואס ס'מיינט א שפיטאל..
א דאנק נאכאמאל פאר די אלע וואס האבן זיך אנגערופן.
אויב איינער האט סיי וועלכע עקספעריענס מיט א נעטשרעל אדער עפעס ענליך וואס האט געהאלפן זאל מיר ביטע מודיע זיין.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
ציגעלע
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm

תגובהדורך ציגעלע » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 3:58 pm

איך מיין אז היפמענטיזעם קען העלפען

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5449
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 8:35 pm

eller האט געשריבן:א דאנק נאכאמאל פאר די אלע וואס טרייען צו העלפן.
מיין צדיקל האלט זיך נישט ביים אראפלייגן פאר קיין געלט נישט, עס העלפט נישט אז כ'ליג אדער שטיי נעבן אים. ער טאנצט אויף פון א שרעקליכע אינערליכע פחד.
ער איז נאך צו אינג צו פארשטיין בכלל וואס ס'מיינט א שפיטאל..
א דאנק נאכאמאל פאר די אלע וואס האבן זיך אנגערופן.
אויב איינער האט סיי וועלכע עקספעריענס מיט א נעטשרעל אדער עפעס ענליך וואס האט געהאלפן זאל מיר ביטע מודיע זיין.


דאס וואס איך האב געשריבן האב איך געהערט פון א טעראפיסט און פראבירט מיט הצלחה אפאר מאל
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

להודות
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 9:11 pm

גלות איד האט געשריבן:אויף דעם איז דאך דא די עצהוואס שטאמט נאך פון די קדמונים:) אז מ'לייגט שאלפן די קינד מיט א בערעלע וואס קען עם היטן אוז זיך קעגן שטעלן קעגן אלע בייזן.

נו... חלילה איינרעדן די קינד שטותים, שקרים אדער ע"ז.

yoel2124441100
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

תגובהדורך yoel2124441100 » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 9:37 pm

eller האט געשריבן:נעטשרעל

(I got from mrs.greenhut(london
some years ago a homeopathic remedy and it has gone within 2-3 days ,I can try to find out the name if you believe in that or you can contact her and ask

כל טוב
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

תגובהדורך כל טוב » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 9:44 pm

אפשר צוריקגיין צום זעלבן שפיטאל אויפן זעלבן ארט ווי דעמאלץ און אין אפווארן דארט מיט אסאך נאש און שפילערייען.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט