זיך אויסלערנען ענגליש

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

זיך אויסלערנען ענגליש

תגובהדורך געשמאקע ווינטל » מיטוואך יוני 12, 2019 8:17 pm

קען מיר איינער בייהילפיג זיין מיט א וועג זיך אויסצולערנען ענגליש?
עי בי סי און בעיסיק כללים קען איך שוין. למעשה שטיי איך אבער אויף דעם פלאץ און איך ווייס נישט וויאזוי ווייטער צו גיין.
איך וויל צוקומען צו א גוטע ענגליש, רעדן און שרייבן.
סיי וועלכע עצות אדער הילף, פון אייער ערפארונג אדער וואס איר האט געהערט פון אנדערע, וועל איך דאנקבאר זיין.
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!

אוועטאר
א.ב.ג
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:13 pm

תגובהדורך א.ב.ג » מיטוואך יוני 12, 2019 8:20 pm

געשמאקע ווינטל האט געשריבן:קען מיר איינער בייהילפיג זיין מיט א וועג זיך אויסצולערנען ענגליש?
עי בי סי און בעיסיק כללים קען איך שוין. למעשה שטיי איך אבער אויף דעם פלאץ און איך ווייס נישט וויאזוי ווייטער צו גיין.
איך וויל צוקומען צו א גוטע ענגליש, רעדן און שרייבן.
סיי וועלכע עצות אדער הילף, פון אייער ערפארונג אדער וואס איר האט געהערט פון אנדערע, וועל איך דאנקבאר זיין.

קודם זאלט איהר טוישן אייער נאמען צי "Pleasant Breeze"

אוועטאר
מארבלס
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 31, 2019 11:24 am

תגובהדורך מארבלס » מיטוואך יוני 12, 2019 8:29 pm

:lol: :lol: :lol:
קודם האט ער זיך שוין אויסגעלערנט צוויי ווערטער ענגליש... :roll:
ביזדערווייל טראכט איך נאך פון עפעס אן אינטערשריפט

אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

תגובהדורך געשמאקע ווינטל » מיטוואך יוני 12, 2019 8:35 pm

גראדע ביסטו גערעכט, כ'האב ליידער געדארפט פרעגן איינעם וואס ס'מיינט
ס'האט מיר געקאסט א (ביטערן) שמייכל
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!

אפענע וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

תגובהדורך אפענע וועלט » מיטוואך יוני 12, 2019 9:22 pm

הננו מוכן ומזומן לקיים מצות והחזקת בו
vehechzaktu bo.PNG
vehechzaktu bo.PNG (35.13 KiB) געזעהן 398 מאל


צו לערנען ענדליש איז נישט שווער, מ'דארף נאר זיין דעדיקעיטעט.
1. מאך זיכער אז דיינע ארומיגע סופארטן דיך ווייל די וועסט דארפן אנקומען צו זייער הילף
2. טרעך א חבר/חברותא מיט וועמען צו רעדן א האלבע שעה א טאג 'נאר' ענגליש
3, קויף א טאלקינג דיקשאנערי זאלסט קענען הערן ווי אזוי מ'זאגט ארויס ווערטער
4. קויף א ESL דיקשאנערי נאכצוקוקען וואס ווערטער מיינען
5. מאך א שיעור יעדן טאג צו 'הערן ענגליש פאר מינימום א האלבע שעה, שרייב אפ אלע ווערטער וואס די פארשטייסט נישט און קוק עס נאך אין די דיקשאנערי, נאכדעם הער עס אויס אויף די טאלקינג דיקשאנערי
https://www.torahanytime.com/
718-298-2077
6. מאך דיך א בוך און שרייב אריין יעדן טאג 20 נייע ווערטער וואס די האסט זיך אוסגעלערנט און שמועס עס דורך מיט דיין חברותא

יעצט האמיר שוין געקאווערט הערן און רעדן.
גיי מיר צו ליינען און שרייבן.
צו ליינען,

7. קויף א בוך וואס רעדט פון א נושא וואס די קענסט (למשל, אן ענגלישע ארסטקרול גמרא אויף די מסכת וואס די לערנסט יעצט) און ליין יעדן טאג אן עמוד אדער בלאט, היילייט די ווערטער וואס די פארשטייסט נישט און טוע סטעפ נ. 3 טון 4 פון אויבן.
8. זיך אויסצולערנען שרייבן דארפסטו פאלאוען א בוך וואס מ'לערנט אין סקול בערך גרעיד 3-4-5 און דורכגיין די גאנצע פון אנפאנג ביזן סוף, פארבינד דיך מיט אן עגליש טיטשער פון אינגלעך אדער מיידלעך וואס זאל דיך געבן א בוך

אדער קענסטו אליין זיך אריינזעצן אין די חדר
https://www.englishforeveryone.org/
אין דורך אקערן מתחלתו ועד סופו ביז די קומסט ארויס קענענדיג

חפץ השם בידך יצליח

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9573
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יוני 12, 2019 9:50 pm

פאר שרייבן - אויב דו האסט אביסל א פארשטאנד דערצו - איז גאר א גוטע זאך צו נוצן Grammarly (דער באצאלטער אויב שייך) און קוקן אויף יעדע טעות אדער הצעה וואס דער סיבה און הסבר וואס זיי געבן איז (זיי זענען זייער שיין מסביר), און עס דאן פאררעכטן אליינס (נישט סתם נוצן זייער סודזשעסטען.)
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך יוני 12, 2019 10:28 pm

פון מיין ערפארונג. ווען מ'ארבעט מיט גוים לערנט מען זיך עס די בעסטע אויס. די זעלבע זאך ווי דו קענסט גיין 20 יאר אין קאלידזש זיך צו לערנען דרייוון און ווילאנג דו זעצט זיך נישט אריין ביים רעדל פאר א פאר שעה מיט אן אינסטראקטער וועסטו קיין קאר נישט קענען דרייוון. די זעלבע זאך איז ביי ענגליש. ווי לאנג דו וועסט נישט רעדן און רעדן ענגליש מיט דעי וואס רעדן נאר ענגליש איז זייער שווער זיך עס אויסצולערנען.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

תגובהדורך געשמאקע ווינטל » דאנארשטאג יוני 13, 2019 9:36 am

באמת א גרויסן יישר כח עס קומט מיר זייער צוניץ יעדע זאך
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!

אוועטאר
די אויכעט
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

תגובהדורך די אויכעט » דאנארשטאג יוני 13, 2019 9:05 pm

יעדן טאג גיי איבער 20 ווערטער...

fry_frequency.pdf
(104.09 KiB) דאונלאודעד 46 מאל


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט