שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשיפקא »

הענדימען האט געשריבן:וי ווייט איך ווייס העלפט רעליעף נאר מיט עדווייס אבער נישט מיט געלט

ריליעף ספאנסערט טאקע נישט קיין קעיסעס, אבער ביקור חולים, ריליעף'ס פארטנער ארגענעזאציע, ספאנסערט יא.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

הענדימען האט געשריבן:
משה כספי האט געשריבן:וואס יא איז אז עס פעלט אויס א שטיקל אויפוואכונג פון גיין צו מענטאל העלט פערפעשענלס ווען מען זעהט א קינד/עדאלט פלאגט זיך! פונקט ווי מען שיקט צו א דאקטאר ווען מען פילט נישט גוט ברויך מען גיין אויסטשעקן ווען מען זעהט נפשיות'דיגע פראבלעמען, ווען מען גייט צום דאקטער מיינט נישט אז מען איז "קראנק" עס קען זיין א קליינע מיחוש וואס קען גרינג געטריעט ווערן אבער אויב חלילה נישט קען עס ווערן צושפרייט און אפי' אנשטעקן אנדערע

וויפיל מ'רעדט דערפון איז נישט גענוג. מ'דארף האקן און בראקן ביז ס'עט אריינגיין

אומגלויבליך וויפיל מענטשן זענען גרייט צו טוהן אלע מיני סגולות און ווייסעכוואס אבי נישט גיין צו א מענטאל העלטה פראפעשינעל

זייער ריכטיג.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

טשיפקא האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:וי ווייט איך ווייס העלפט רעליעף נאר מיט עדווייס אבער נישט מיט געלט

ריליעף ספאנסערט טאקע נישט קיין קעיסעס, אבער ביקור חולים, ריליעף'ס פארטנער ארגענעזאציע, ספאנסערט יא.

וועלכע?

ס'דא אידן וואס דארפן די אינפארמאציע
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובה דורך נשמת השכל »

.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשיפקא »

הענדימען האט געשריבן:
טשיפקא האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:וי ווייט איך ווייס העלפט רעליעף נאר מיט עדווייס אבער נישט מיט געלט

ריליעף ספאנסערט טאקע נישט קיין קעיסעס, אבער ביקור חולים, ריליעף'ס פארטנער ארגענעזאציע, ספאנסערט יא.

וועלכע?

ס'דא אידן וואס דארפן די אינפארמאציע

קענסט מיר קאנטעקטן אין אישי פאר ספעציפישע אינפארמאציע.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

דער בדחן האט געשריבן:די נושא איז שיין און קלאר אויסגעברענגט געווארען דא, די שאלה איז וואס טיט מען?
סאיז קלאר אז קינדער וואס האבען א טאטע מיט פ"ד זענען געדעמעטש למחצה לשליש ולרביע, און די איינציגסטע עצה איז צו קענען געבען פאר די קינדער קאנפידענט צו נישט ווערען איבערגענימען וכו, יעצט פאר די ווייב קענסטו דאס גרינגער זאגען אבער פארן קינד מיינט עס ווערען א מחוצף צום טאטען, און ער קען נאך זיך נוקם זיין אין די קינד ל"ע
די בעסטע זאך איז ארויס צוריקען די קינדער פון דארט און געבען א גט, וואס און רוב פעלער געשעט עס נישט , איז די איינציגסטע עצה איז אפאר ווארעמע קאפיטלעך תהילים ולה הישועה

די סיבה פארוואס סגייט שווער מיט א גט אין אזעלכע פעלער איז ווייל די פראפעשינעלס-שלום בית מאכערס, פארשטיין גוט די מצב מיטן פ"ד אין האלטען אז נאר א גט קען העלפן, אבער די רבנים וועלען זיך שטעלן אויף די זייט פון דעם פ"ד, ווייל די פ"ד זענען זייער גרויסע "עקטערס" און די רבנים ווערען קאנווינצט אז ער איז נישט אזוי געפערליך און אנדערע זענען גאר שילדיג

ווען א קינד האט חתונה קען ער זיך שנעלער ארויס זעהן דערפון, ער איז מער אפענמיינדעט צו הערן אז זיין טאטע / מאמע איז א פראבלעם, און אז ער דארף זיך גיין אפוואשן פון זייער שמוץ,
א ווייב איז אנדערש די גאנצע מסכתא, ווייל פון ווען זי האט חתונה, האט זי נישט קיין שום עקזיט, ביז ער /זי שטארבט, (נאך חתונה מאכן אלע קינדער, איז נאר א עצה, אז די קינדער קענען זיך מער אריין מישן, אבער לגבי מאן&וייב איז דאס נישט קיין עקזיט).
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

הענדימען האט געשריבן:איין זאך האף איך

אז ער ליעסט דער עולם דא וואס פארציילט זייערע ליידן ווייסט צו גיין פאר טעראפי כדי נישט צו ציען ווייטער די ראסטיגע קייט

די פאקט האט ליידער געוויזן אז אפילו ווען די קינדער ווייסן ווי ראנג ס'איז, בלייבן זיי מיט געוויסע ביטערע חלקים. אפילו זיי רעדן זיך איין אז זיי זענען עס שוין בייגעקומען

RT!

די געליטענע קינדער וואס דער רבש"ע האט זיי פארטויעט מיט אזא ביטער שווערע נסיון דארפן געדענקען אז זיי זענען נישט שולדיג וויאזוי זיי פילן, אבער זענען יא ריספאנסיבל נישט צו ציען ווייטער די ביטערע קייט. אויב דיין מאמע איז געווען א פארקנעכטע שקלאף'קע דארפסטו גיין צו הילף! ס'איז נישט גענוג אז דו ווייסט צו "טון פונקט דאס פארקערטע". דו ווייסט נישט וואס א פרוי מיינט. דו ווייסט נישט וואס דאס איז בכלל. דו האסט 19 יאר געזען זאכן רחמנא ליצלן...! ס'איז דיין אחריות "אויסצוקלינען" די ביטערע וועגן וואס דו האסט צוגעזען אנדערש וועט זיין ח"ו כדברי הענדימען.

באהבה,
-דיין חבר וואס ווייסט וואס דו האסט מיטגעמאכט, און דיינע גוטע רצונות צו טוען דאס פארקערטע, אבער איך זעה ליידער אז דו האסט א וועג צו גיין טאקע אויפצושטעלן א נארמאלע שטוב.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

יא יא, דאס איז אלס אויב ווייסט ער און אנערקענט אז ער דארף הילף און פארשטייט זיך האט דער קוראזש און געלט זיך צי גיין פארהיילן, וואס און זייער אסאך פעלער איז דאס נישט דער מציאות
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פאראויס האט געשריבן:די געליטענע קינדער וואס דער רבש"ע האט זיי פארטויעט מיט אזא ביטער שווערע נסיון דארפן געדענקען אז זיי זענען נישט שולדיג וויאזוי זיי פילן, אבער זענען יא ריספאנסיבל נישט צו ציען ווייטער די ביטערע קייט. אויב דיין מאמע איז געווען א פארקנעכטע שקלאף'קע דארפסטו גיין צו הילף! ס'איז נישט גענוג אז דו ווייסט צו "טון פונקט דאס פארקערטע". דו ווייסט נישט וואס א פרוי מיינט. דו ווייסט נישט וואס דאס איז בכלל. דו האסט 19 יאר געזען זאכן רחמנא ליצלן...! ס'איז דיין אחריות "אויסצוקלינען" די ביטערע וועגן וואס דו האסט צוגעזען אנדערש וועט זיין ח"ו כדברי הענדימען.

באהבה,
-דיין חבר וואס ווייסט וואס דו האסט מיטגעמאכט, און דיינע גוטע רצונות צו טוען דאס פארקערטע, אבער איך זעה ליידער אז דו האסט א וועג צו גיין טאקע אויפצושטעלן א נארמאלע שטוב.

מורא'דיג גוט ארויסגעברענגט

כ'ווייס נישט צו דו ווייסט וויפיל ס'ליגט אלץ אין דיין תגובה

shimon7323 האט געשריבן:יא יא, דאס איז אלס אויב ווייסט ער און אנערקענט אז ער דארף הילף און פארשטייט זיך האט דער קוראזש און געלט זיך צי גיין פארהיילן, וואס און זייער אסאך פעלער איז דאס נישט דער מציאות

יא! על אלה אני בוכי'

מ'דארף זיי אויפמערקזאם מאכן. אין אמעריקע הייסטעס מאכן אוועיר (Aware)

אויך צושטעלן פינאנציעלע הילף ווי ווייט מעגליך
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פאראויס האט געשריבן:דו ווייסט נישט וואס א פרוי מיינט. דו ווייסט נישט וואס דאס איז בכלל.

דו ווייסט נישט וואס א מענטש מיינט!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

פאראויס האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:איין זאך האף איך

אז ער ליעסט דער עולם דא וואס פארציילט זייערע ליידן ווייסט צו גיין פאר טעראפי כדי נישט צו ציען ווייטער די ראסטיגע קייט

די פאקט האט ליידער געוויזן אז אפילו ווען די קינדער ווייסן ווי ראנג ס'איז, בלייבן זיי מיט געוויסע ביטערע חלקים. אפילו זיי רעדן זיך איין אז זיי זענען עס שוין בייגעקומען

RT!

די געליטענע קינדער וואס דער רבש"ע האט זיי פארטויעט מיט אזא ביטער שווערע נסיון דארפן געדענקען אז זיי זענען נישט שולדיג וויאזוי זיי פילן, אבער זענען יא ריספאנסיבל נישט צו ציען ווייטער די ביטערע קייט. אויב דיין מאמע איז געווען א פארקנעכטע שקלאף'קע דארפסטו גיין צו הילף! ס'איז נישט גענוג אז דו ווייסט צו "טון פונקט דאס פארקערטע". דו ווייסט נישט וואס א פרוי מיינט. דו ווייסט נישט וואס דאס איז בכלל. דו האסט 19 יאר געזען זאכן רחמנא ליצלן...! ס'איז דיין אחריות "אויסצוקלינען" די ביטערע וועגן וואס דו האסט צוגעזען אנדערש וועט זיין ח"ו כדברי הענדימען.

באהבה,
-דיין חבר וואס ווייסט וואס דו האסט מיטגעמאכט, און דיינע גוטע רצונות צו טוען דאס פארקערטע, אבער איך זעה ליידער אז דו האסט א וועג צו גיין טאקע אויפצושטעלן א נארמאלע שטוב.

ליידער ריכטיג געשריבן, נאר דער פראבלעם איז, אז אסאך געליטענע קינדער, וועלן די ערשטע זאך נאך די חתונה אנטלויפן פון זייער מציאות, זיי ווילן נישט הערן און שפירן און טראכטן וואס איז געווען, און אויב חלילה זאגט מען אים, דו פירסט זיך אויף פונקט ווי דיין טאטע/מאמע, וועט ער ווערן ווילד עד להשמיד, אדער וועט ער ווערן איינגעמאכט און פארקנאקט לגמרי, פארגעס נישט די סארט קינדער על פי רוב, האבן נישט קיין געפילן, זיי קענען זיך איינרעדן אז זיי שפירן און טראכטן, אבער למעשה האבן זיי נישט קיין געפילן
לכן, נישט נאר זיי פארשטייען נישט וואס מיינט א ווייב / מאן, וואס זיי האבן דאס קיינמאל נישט צוגעזעהן
נישט זיי ווייסן וואס מיינט נארמאלע רעלעישן שיפ אויך אזאך וואס זיי האבן קיינמאל נישט געזעהן, (און זיך איינגערעדט אז דאס איז נארמאל?!)
זיי ווייסן נישט וואס מיינט א צווייטער, און מיטפילן, אפי' ווען זיי מיינען אז זיי פילן מיט, אבער דאס איז נאר מיט פרעמדע, אבער מיט נאנטע משפחה, מיינט מיטפילן עפעס אנדערש אינגאנצן (ויש הרבה להאריך בנקודה זו ואולי עוד חזון).

דעריבער געדויערט זייער לאנג ביז זיי כאפן זיך אז זיי דארפן הילף, (און דאס יא, די עלטערע קינדער דארפן גיין זאגן פאר די יונגערע קינדער, אז וואס פריער דארף מען גיין פאר הילף, אפי' מ'ווייסט נאכנישט אז מ'דארף הילף).
וקצרתי, כי המבין במילא יבין (מקוה שכך הוא), והאינו מבין ידום לטובתו.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

נשמת השכל האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:דו ווייסט נישט וואס א פרוי מיינט. דו ווייסט נישט וואס דאס איז בכלל.

דו ווייסט נישט וואס א מענטש מיינט!

איך בעט דיר איבער.
כ'ווייס נישט פ"וו דו האסט עס גענומען פערזענליך. כ'האב נישט גערעדט צו קיין יחיד, כ'האב גערעדט פון א נושא.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

פאראויס האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:דו ווייסט נישט וואס א פרוי מיינט. דו ווייסט נישט וואס דאס איז בכלל.

דו ווייסט נישט וואס א מענטש מיינט!

איך בעט דיר איבער.
כ'ווייס נישט פ"וו דו האסט עס גענומען פערזענליך. כ'האב נישט גערעדט צו קיין יחיד, כ'האב גערעדט פון א נושא.

האסט אים נישט גוט פארשטאנען, ער האט אזוי ווי פארגעזעצט פון וואס דו האסט געשריבן, דו האסט געשריבן צום וויקטים אז "דו ווייסט נישט וואס א פרוי מיינט" האט ער אזוי ווי פארגעזעצט אז "דו ווייסט נישט וואס א מענטש מיינט" אז נישט נאר א פרוי ווייסטו נישט וואס עס מיינט נאר אפי' א מענטש ווייסטו נישט וואס עס מיינט, דו ביזט נישט געווארן אויסגעלערנט וואס דאס מיינט א נארמאלער מענטש, און וואזוי זיך אויפצופירן נארמאל צו א מענטש.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

מיאושדיגער האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:דו ווייסט נישט וואס א פרוי מיינט. דו ווייסט נישט וואס דאס איז בכלל.

דו ווייסט נישט וואס א מענטש מיינט!

איך בעט דיר איבער.
כ'ווייס נישט פ"וו דו האסט עס גענומען פערזענליך. כ'האב נישט גערעדט צו קיין יחיד, כ'האב גערעדט פון א נושא.

האסט אים נישט גוט פארשטאנען, ער האט אזוי ווי פארגעזעצט פון וואס דו האסט געשריבן, דו האסט געשריבן צום וויקטים אז "דו ווייסט נישט וואס א פרוי מיינט" האט ער אזוי ווי פארגעזעצט אז "דו ווייסט נישט וואס א מענטש מיינט" אז נישט נאר א פרוי ווייסטו נישט וואס עס מיינט נאר אפי' א מענטש ווייסטו נישט וואס עס מיינט, דו ביזט נישט געווארן אויסגעלערנט וואס דאס מיינט א נארמאלער מענטש, און וואזוי זיך אויפצופירן נארמאל צו א מענטש.

שכח רב מיושדיגער. טאקע דאס האב איך געמיינט. נישט עפעס אנדערש.
און איך בעט דיר איבער רב פאראויס פאר די אומאיינגענעמליכקייט.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

בבל האט געשריבן:עס איז דא 3 מיליאן מענטשן אין אמעריקע וואס זענען געדייעגנויזט מיט פ ב ד דאס מיינט אז איינץ פון 100 האבן עס שטייצעך עס איז דא אסאך דרגות אין עקסטרעמע פאל ווערט מען ל'' ע האספיטעלייזסט

https://www.google.com/search?q=bpd&oq= ... e&ie=UTF-8

איך גלויב אז ביי אונז יודעלעך זענען די פראצענטן העכער, מחמת כמה טעמים.
1. א וועלט מלחמה (נישט אז איז נישט געווען פריער -שוין איינמאל געווען- אבער עס האט זיכער געהעכערט די פראצענטן).
2. עס איז דא אסאך מער ווי די ברכה(?) זאל חל זיין.... כיבוד אב ואם/מסורה/מנהגים/חומרות/לבוש/חסידות, וכו' וכו' וכו'.
ועוד....

נאר עס איז פשוט נישט אויף די ביכער, ווייל ביים היימישן עולם קומען זייער אסאך קעיסעס נישט אן צו די פראפעשענעלס בכלל.
כנלענ"ד.
לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום מיטוואך יולי 18, 2018 11:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

נשמת השכל האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:עס איז דא 3 מיליאן מענטשן אין אמעריקע וואס זענען געדייעגנויזט מיט פ ב ד דאס מיינט אז איינץ פון 100 האבן עס שטייצעך עס איז דא אסאך דרגות אין עקסטרעמע פאל ווערט מען ל'' ע האספיטעלייזסט

https://www.google.com/search?q=bpd&oq= ... e&ie=UTF-8

איך גלויב אז ביי אונז יודעלעך זענען די פראצענטן העכער, מחמת כמה טעמים.
1. א וועלט מלחמה (נישט אז איז נישט געווען פריער -שוין איינמאל געווען- אבער עס האט זיכער געהעכערט די פראצענטן).
2. עס איז דא אסאך מער ווי די ברכה(?) זאל חל זיין.... כיבוד אב ואם/מסורה/מנהגים/חומרות/לבוש/חסידות, וכו' וכו' וכו'.
ועוד....

נאר עס איז פשוט נישט אויף די ביכער, ווייל ביים היימישן עולם קומען זייער אסאך קעיסעס נישט אן צו די פראפעשענעלס בכלל.
כנלענ"ד.

"פון מעלות"
כל הזכיות שמורות ל"מעלות"
[quote][/שאצנדיג לויט דער איבערוועלטיגנדער רעאקציע פון ליינער, איז ב.פ.ד. שטארק פארשפרייט ביי אונזער עולם, מסתמא מער ווי אין דער אלגעמיינער וועלט, און אפשר מער ווי אנדערע גייסטיגע קראנקהייטן.quote]
זיי ברענגען אויך ארויס אז אויפצואוואקסן ביי א טאטע-מאמע מיט ב.פ.ד. איז נישט קיין קלענערער גיהנם ווי א לאגער,
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

נשמת השכל האט געשריבן:רבש"ע!! האמיר שוין וויפיל דא??

ס'זענען דא אסאך מער...
כ'האב געוויזן דעם אשכול פאר א ידיד - וועמענס משפחה און שווערער עבר איז מיר באקאנט. צו מיין איבעראשונג האט ער אנגעהויבן וויינען. ער איז שוין א טאטע פון 4 קינדער און האט נאך קיינמאל נישט ארויסגעהאט זיין אייגענעם מצב ווי יעצט.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

fiena nieas האט געשריבן:קינדערליך מאכטסט עס נישט ערגער ווי ס'איז

מיין פריינט. אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

די מצב איז סאך ביטערער ווי ס'קוקט אויס
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אגב. האבעך באקומען אין אישי פון נאך געליטענע וואס זענען נישט ארויסגעקומען אין פאבליק
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
Williamsburg
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Williamsburg »

מיכאלבאחת האט געשריבן:עס איז פשוט נישט שייך צו מיטפיהלן - לכאורה - וויאזוי א געליטענע קינד (פון אזעלכע עלטערן) פיהלט.

אבער דאך פיהל איך אז מ'קען דאס ארויסברענגן מיט די פאלגענדע דעסקריפציע:
"די שלעכטע געפילן וואס מען האט צו דעם/די אביוזער איז אזוי שארף, אז מ'האט נישט קיין שום געפיהל צו יענעם, און אפילו אויב מ'וועט זעהן ווי דער אביוזער וועט אדורכגיין יסורים נוראים (און אפילו ערגער, ודי למבין), וועט עס וויינגער וויי טון ווי מ'זאל זעהן א גוי וויינען!!!"
עס איז נישט קיין גוזמא.
זיי זענען מסוגל צו דערנידערן די קינדער מיט א נאצי'שטישע רשעות!
אוי געוואלד!!!
אויב פארשטייסטו נישט, דעמאלס דאנק דעם רבש"ע!

It's 100% true it won't bother them if thier patents will die
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

Williamsburg האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:קינדערליך מאכטסט עס נישט ערגער ווי ס'איז

הרב פיינע נייעס די טרעטסט אויף די געהירן פון די געליטענע
ואני בתוכם
איר זאלס קיינמאל נישט וויסן וואס עס מיינט אויפוואקסן און אזאנע מצבים

זיי מיר באמת מוחל איך האב מיר באצויגן צום לענגערען תגובה וואס איינער שרייבט ווי געדעמעדשט די וויקטעמס זענען האב איך געשריבן אז ער מאכט עס ערגער ווי ס'איז.

גלייב מיר איך קען אריינרעדן איך בין אויך א וויקטעם.... סוי מעג איך רעדן
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

fiena nieas האט געשריבן:
Williamsburg האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:קינדערליך מאכטסט עס נישט ערגער ווי ס'איז

הרב פיינע נייעס די טרעטסט אויף די געהירן פון די געליטענע
ואני בתוכם
איר זאלס קיינמאל נישט וויסן וואס עס מיינט אויפוואקסן און אזאנע מצבים

זיי מיר באמת מוחל איך האב מיר באצויגן צום לענגערען תגובה וואס איינער שרייבט ווי געדעמעדשט די וויקטעמס זענען האב איך געשריבן אז ער מאכט עס ערגער ווי ס'איז.

גלייב מיר איך קען אריינרעדן איך בין אויך א וויקטעם.... סוי מעג איך רעדן

אינו דומה וויקטים לוויקטים כלל וכלל.

איך קען וואס זענען דעמעזשד פאר לייף און איך קען וואס די הייסע טרערען פון א געפייניגטע מאמע האט לכאורה געהאלפען אז דער טאטע פון הימל האט געוויזען זיין רחמנות צו זיי און זיי זענען מסודר ב״ה. די שפראך ״איך בין אויך א וויקטים, סא מעג איך רעדן״ איז נישט שיין.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

נשמת השכל האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:עס איז דא 3 מיליאן מענטשן אין אמעריקע וואס זענען געדייעגנויזט מיט פ ב ד דאס מיינט אז איינץ פון 100 האבן עס שטייצעך עס איז דא אסאך דרגות אין עקסטרעמע פאל ווערט מען ל'' ע האספיטעלייזסט

https://www.google.com/search?q=bpd&oq= ... e&ie=UTF-8

איך גלויב אז ביי אונז יודעלעך זענען די פראצענטן העכער, מחמת כמה טעמים.
1. א וועלט מלחמה (נישט אז איז נישט געווען פריער -שוין איינמאל געווען- אבער עס האט זיכער געהעכערט די פראצענטן).
2. עס איז דא אסאך מער ווי די ברכה(?) זאל חל זיין.... כיבוד אב ואם/מסורה/מנהגים/חומרות/לבוש/חסידות, וכו' וכו' וכו'.
ועוד....

נאר עס איז פשוט נישט אויף די ביכער, ווייל ביים היימישן עולם קומען זייער אסאך קעיסעס נישט אן צו די פראפעשענעלס בכלל.
כנלענ"ד.

קלאר אז (א- גרעסער-ווי-נארמאלע פראצענט ביי) די נאצי געליטענע האבן -נאכן ליידן אזעלכע קאשמארן- געהאט געוואוסע עקסטרעמע התנהגות'ער מיט די קיינדער וואס פארשפרייט אינגרידענטס פן ב.פ.ד.

לגבי די פראצענטן לעומת די גוים, איז אויך גאר גאר פשוט.
א גוי ווייסט אז אויב ער עביוזינג זיין ווייב גייט ער אין תפיסה!! ס'איז נישט דא דארט קיין הלכות מסירה. קיין בושה. און קיין משפחה זיך צו רעכענען. דערווייגן זאל ער זיך אויפצוהייבן א האנט. ער ציטערט פון גיין אין חד גדיא אפילו ער האט ב.פ.ד. ליידער די אידישע חולי נפש נעמען עדווענטעדש.

אגב, די חולי נפש מאכט זיך אויך אין מלמדים טיטשערס וכו', אמאל קענען זיי מאנופלירן אנצוקומען צום שפיץ צו מנהלים און מנהלות אויך

. ניין, נישט יעדע רבי וואס רעגט זיך אויף איז ב.פ.ד.
איך און דו רעגן זיך אויך אויף... מ'דארף נישט ביי יעדע דורכפאל זאגן ב.פ.ד. אבער מיין טאכטער פארציילט מיר לעצנסט וועגן אן איינגעשטעלטער אין סקול וואס די בילד ווייזט גאנץ קלאר אז זי חלש'ט פאר מאכט און שררה.. און כעס אויסברוכן.. וואס שמעקן נישט גוט. ה' ישמור.

און מנהלים/מנהלות מיט ב.פ.ד וועלן אויפנעמען מלמדים/טיטשערס לויט ווי אינטערטעניג זיי שפירן ער/זו וועט זיין.. דאס איז די וויכטיגסטע און דאס איז מכריע. אויב זיי טויגן צו די זשאב איז א באנוס..., די עיקר איז איך איך איך... און טאקע אמאל ווינדערן זיך מענטשן אויף די מאדנע אויסוואלן וואס זיי נעמען.

השם ישמרנו. מ'קען נישט דן זיין, ס'א ביטער פעקל.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:איין זאך האף איך

אז ער ליעסט דער עולם דא וואס פארציילט זייערע ליידן ווייסט צו גיין פאר טעראפי כדי נישט צו ציען ווייטער די ראסטיגע קייט

די פאקט האט ליידער געוויזן אז אפילו ווען די קינדער ווייסן ווי ראנג ס'איז, בלייבן זיי מיט געוויסע ביטערע חלקים. אפילו זיי רעדן זיך איין אז זיי זענען עס שוין בייגעקומען

RT!

די געליטענע קינדער וואס דער רבש"ע האט זיי פארטויעט מיט אזא ביטער שווערע נסיון דארפן געדענקען אז זיי זענען נישט שולדיג וויאזוי זיי פילן, אבער זענען יא ריספאנסיבל נישט צו ציען ווייטער די ביטערע קייט. אויב דיין מאמע איז געווען א פארקנעכטע שקלאף'קע דארפסטו גיין צו הילף! ס'איז נישט גענוג אז דו ווייסט צו "טון פונקט דאס פארקערטע". דו ווייסט נישט וואס א פרוי מיינט. דו ווייסט נישט וואס דאס איז בכלל. דו האסט 19 יאר געזען זאכן רחמנא ליצלן...! ס'איז דיין אחריות "אויסצוקלינען" די ביטערע וועגן וואס דו האסט צוגעזען אנדערש וועט זיין ח"ו כדברי הענדימען.

באהבה,
-דיין חבר וואס ווייסט וואס דו האסט מיטגעמאכט, און דיינע גוטע רצונות צו טוען דאס פארקערטע, אבער איך זעה ליידער אז דו האסט א וועג צו גיין טאקע אויפצושטעלן א נארמאלע שטוב.

ליידער ריכטיג געשריבן, נאר דער פראבלעם איז, אז אסאך געליטענע קינדער, וועלן די ערשטע זאך נאך די חתונה אנטלויפן פון זייער מציאות, זיי ווילן נישט הערן און שפירן און טראכטן וואס איז געווען, און אויב חלילה זאגט מען אים, דו פירסט זיך אויף פונקט ווי דיין טאטע/מאמע, וועט ער ווערן ווילד עד להשמיד, אדער וועט ער ווערן איינגעמאכט און פארקנאקט לגמרי, פארגעס נישט די סארט קינדער על פי רוב, האבן נישט קיין געפילן, זיי קענען זיך איינרעדן אז זיי שפירן און טראכטן, אבער למעשה האבן זיי נישט קיין געפילן
לכן, נישט נאר זיי פארשטייען נישט וואס מיינט א ווייב / מאן, וואס זיי האבן דאס קיינמאל נישט צוגעזעהן
נישט זיי ווייסן וואס מיינט נארמאלע רעלעישן שיפ אויך אזאך וואס זיי האבן קיינמאל נישט געזעהן, (און זיך איינגערעדט אז דאס איז נארמאל?!)
זיי ווייסן נישט וואס מיינט א צווייטער, און מיטפילן, אפי' ווען זיי מיינען אז זיי פילן מיט, אבער דאס איז נאר מיט פרעמדע, אבער מיט נאנטע משפחה, מיינט מיטפילן עפעס אנדערש אינגאנצן (ויש הרבה להאריך בנקודה זו ואולי עוד חזון).

דעריבער געדויערט זייער לאנג ביז זיי כאפן זיך אז זיי דארפן הילף, (און דאס יא, די עלטערע קינדער דארפן גיין זאגן פאר די יונגערע קינדער, אז וואס פריער דארף מען גיין פאר הילף, אפי' מ'ווייסט נאכנישט אז מ'דארף הילף).
וקצרתי, כי המבין במילא יבין (מקוה שכך הוא), והאינו מבין ידום לטובתו.

טאקע חס ושלו' צו זאגן אזעלכע ווערטער אדער בדומה לו. ס'איז א בליטיגע שפיז! אין זייער הארץ צו הערן אז מ'איז די זעלבע ווי "די מענטש" פון וועם זיי האבן דאס אלעס מיטגעעמאכט. קיינער זאל נישט שפירן די ווייטאג פון אזעלכע ווערטער. נישטא קיין טשעפע אין די וועלט וואס קען אזוי וויי טון!
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
אבגדהוזחטי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 5:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבגדהוזחטי »

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:רבש"ע!! האמיר שוין וויפיל דא??

ס'זענען דא אסאך מער...
כ'האב געוויזן דעם אשכול פאר א ידיד - וועמענס משפחה און שווערער עבר איז מיר באקאנט. צו מיין איבעראשונג האט ער אנגעהויבן וויינען. ער איז שוין א טאטע פון 4 קינדער און האט נאך קיינמאל נישט ארויסגעהאט זיין אייגענעם מצב ווי יעצט.

יעדער וואס איז אביסל אנגעווייטאגט אויף די עלטערן מיינט שוין א ב.פ.ד. וויקטעם?
יענקל לעדערמאן
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”