Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

אייוועלט -- ווי אזוי ? פראגעס און טיפס

מיטוואך יולי 15, 2015 1:16 pm

עס מאכט זיך אז מען קען זיך נישט אן אן עצה געבען אין IVELT און מען ווייסט נישט ווי צו פרעגען די מער ערפארענע
און זיכען אפשר האט אימיצער שוין געשריבען איז אויך נישט אלעמאל גרינג
פרעגט מכן אין זאכן וואס איך וויל וויסן דער פראבלעם איז
אז דאס איז אין היימישע פארברענגען
אדער אז עס פאלט איין אן המצאה גרינגער מאכען און מען וויל מהנה זיין דעם עולם
עפען איך דעם אשכול און יעזורו
---------------------------------------------------------------------------------------------------------------
מיט דעם אדרעסס
קאוד:
[img]http://www.ivelt.com/forum/download/file.php?id=97752&t=1[/img]

ווייזט זיך
בילד
מיט דעם אדרעסס
קאוד:
[img]http://www.ivelt.com/forum/download/file.php?id=97752&mode=view[/img]

ווייזט זיך
בילד

Advertisement

מיטוואך יולי 15, 2015 1:20 pm

דאס הייסט אז מיט דער ערשטע לינק (וואס מען באקומט דורך רייט קליקן אויף די בילד און דרוקן COPY IMAGE URL) ווייזט זיך עס קליין , און ווען מען ניצט די צווייטע לינק (וואס מען באקומט דורך קאפיען די לינק פון די אדרעס באר) ווייזט זיך עס גרויס.

מיטוואך יולי 15, 2015 1:32 pm

גערעכטער האט געשריבן:דאס הייסט אז מיט דער ערשטע לינק (וואס מען באקומט דורך רייט קליקן אויף די בילד און דרוקן COPY IMAGE URL) ווייזט זיך עס קליין , און ווען מען ניצט די צווייטע לינק (וואס מען באקומט דורך קאפיען די לינק פון די אדרעס באר) ווייזט זיך עס גרויס.

נישט אלעמאל באקומט mode=view אין אדרעס באר
פרוביר מיט די בילדער אין דיין תגובה דא
איך האב עס געטוישט MANUALLY

מיטוואך יולי 15, 2015 2:07 pm

קיקיון האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:דאס הייסט אז מיט דער ערשטע לינק (וואס מען באקומט דורך רייט קליקן אויף די בילד און דרוקן COPY IMAGE URL) ווייזט זיך עס קליין , און ווען מען ניצט די צווייטע לינק (וואס מען באקומט דורך קאפיען די לינק פון די אדרעס באר) ווייזט זיך עס גרויס.

נישט אלעמאל באקומט mode=view אין אדרעס באר
פרוביר מיט די בילדער אין דיין תגובה דא
איך האב עס געטוישט MANUALLY

יא ריכטיג יעצט פראבירט, mode=view קומט נאר אין די לינק ווען די בילד איז גרעסער ווי ס'איז אויפן סייט און מיטן קליקן אויף דעם עפענט זיך עס גרעסער, אבער אויב איז די בילד א קליינע (ווי מיין תגובה וואס איר האט געברענגט) און ווען מ'קליקט אויף דעם עפענט זיך עס נישט גרעסער, קומט נישט אין די לינק mode=view, אבער מ'קען עס צולייגן צום לינק און דאן וועט זיך עס זיין גרעסער.

אגב, כדי צו קענען קעפיען די לינק פון דעם אדרעס באר דארף מען קודם רייט קליקן און עפענען די בילד אין א נייע טעב.

מיטוואך יולי 15, 2015 7:13 pm

איז דא עפעס א וועג צו גרעסער מאכן בילדער וואס זענען לכתחילה געווארן געדאונלאוד קליין?

מיטוואך יולי 15, 2015 7:24 pm

ווארט צו ביז זיי וואקסן אויף...

מיטוואך יולי 15, 2015 8:41 pm

פארבינדן האט געשריבן:איז דא עפעס א וועג צו גרעסער מאכן בילדער וואס זענען לכתחילה געווארן געדאונלאוד קליין?

כ'מיין אז יא. נוץ סיי וועלכע פיקטשער עדיטער פראגראם (אפילו מייקראסאפט פעינט) און ביי ריסייז לייג אריין א גרעסערע סייז ווי עס איז יעצט. כמובן אבער אז עס וועט זיך מער אנזען די נישט קלארקייט ווי גרעסער עס איז.

מיטוואך יולי 15, 2015 9:34 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
פארבינדן האט געשריבן:איז דא עפעס א וועג צו גרעסער מאכן בילדער וואס זענען לכתחילה געווארן געדאונלאוד קליין?

כ'מיין אז יא. נוץ סיי וועלכע פיקטשער עדיטער פראגראם (אפילו מייקראסאפט פעינט) און ביי ריסייז לייג אריין א גרעסערע סייז ווי עס איז יעצט. כמובן אבער אז עס וועט זיך מער אנזען די נישט קלארקייט ווי גרעסער עס איז.

כמובן דאס איז נור כל זמן מען קען נאך פאררעכטען און מען דארף אויסמעקען ווס מען האט אריגענעל ארויסגעשטעלט
און דערשטאט לייגען די נייע מהדורא פון בילד

פרייטאג יולי 17, 2015 5:02 pm

פארוואס קען איך נישט זען א ווידיאו ביי דראפבאקס נאר אז איך דאונלאוד עס?
ס'דא אזא מעגליכקייט, נאר איך ווייס נישט וויאזוי, צו ס'בכלל נישט דא?

פרייטאג יולי 17, 2015 5:14 pm

קברנה סובניון האט געשריבן:פארוואס קען איך נישט זען א ווידיאו ביי דראפבאקס נאר אז איך דאונלאוד עס?
ס'דא אזא מעגליכקייט, נאר איך ווייס נישט וויאזוי, צו ס'בכלל נישט דא?

עס ווענדט זיך וועלכע סארט ווידיאוס. ווי אויכעט מיינעך אז מיט געוויסע פילטערס איז עס אז אזוי.

פרייטאג יולי 17, 2015 5:17 pm

איך האב גדר.
ווייסט איינער פון די בעלי 'גדרים' מער דערוועגן?

דינסטאג יולי 21, 2015 8:47 am

נושא: דער אפלוידן אשכול

בילדבילד
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום דינסטאג יולי 21, 2015 2:01 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג יולי 21, 2015 10:18 am

הרב קיקיון, איר האט נישט געוויסט ביז היינט אז די אפציע ארבעט מיט עני סייט?

איינער וואס copy איז געבלאקט ביי איהם (די מגודרים, למשל) זעען די בילדער?

דינסטאג יולי 21, 2015 10:31 am

מיסטעריעז האט געשריבן:הרב קיקיון, איר האט נישט געוויסט ביז היינט אז די אפציע ארבעט מיט עני סייט?

איינער וואס copy איז געבלאקט ביי איהם (די מגודרים, למשל) זעען די בילדער?


נישט נור איך האב נישט געוויסט איך האב באקומען אן אישי פון א וועטעראן ניק

קאפי האט געטוישט זייער מהלך? איך האב עס פראבירט א צייט צוריק און ס'איז נישט געלונגען, אפשר קענט איר מיר פארציילן דעם סוד ווי אזוי איר מאכט דאס?

---
בנוגע די מגודרים וועסט די מוזען זיי פרעגען

דינסטאג יולי 21, 2015 1:22 pm

:oops: :oops:
זיך צו שנעל געפרייט
זעהט אויס אז קאפי האט צוריק געטוישט זייער מהלך
אין מען קען שוין נישט מאכען קיין PUBLIC LINKS
---------------------------
:oops: :oops: :oops: :oops:
צו שנעל מיד געווארען
געפריווט נאכאמאל אין עס גייט יא
וואס עז איז געווען דער פראבלעם ווייס איך נישט
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום דינסטאג יולי 21, 2015 2:09 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג יולי 21, 2015 1:26 pm

ארבעט ביי מיר
בילד

דינסטאג יולי 21, 2015 1:27 pm

viewtopic.php?p=1083661#p1083661
ארבייט פיין.

דינסטאג יולי 21, 2015 4:37 pm

וויאזוי קען מען לינקן צו א ספעציפישע תגובה, כ'האב עטליכע מאל געלינקט און ס'איז אנגעקומען צו יענעם בלאט אבער נישט צו די פונקטליכע תגובה וואס כ'האב געמיינט צו אנצייגן.

דינסטאג יולי 21, 2015 4:42 pm

פארבינדן האט געשריבן:וויאזוי קען מען לינקן צו א ספעציפישע תגובה, כ'האב עטליכע מאל געלינקט און ס'איז אנגעקומען צו יענעם בלאט אבער נישט צו די פונקטליכע תגובה וואס כ'האב געמיינט צו אנצייגן.

עיין כאן viewtopic.php?p=1011266#p1011266
וכאן viewtopic.php?p=716094#p716094

דינסטאג יולי 21, 2015 6:46 pm

עס מאכט זיך מיר גאנץ אפט אז איך קען נישט "רייט קליקען " אין אייוועלט
אבער נור אין אייוועלט אויף קראום
אנדערע פראגראמס און קראום גופא נישט קיין פראבלעם
אייוועלט אויף עקספלארער אויך נישט קיין פראבלעם

וואס קען דאס זיין ?
שרייב א תגובה

Advertisement