בלאט 1 פון 4
יעסססס!!!!!
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 8:20 pm
דורך וויכטיג מאכער
אקעי, לאנג האב איך געווארט אויף די געלעגענהייט, יעצט איינמאל ווען דו מנהלים זענען נישטא, נעמען מיר איבער קאנטראלל פון קרעטשמע,!!! 'געענדיגט מיט די קרעמער סאכדעס יאנאש 3X0 עפאכע!!! פון היינט און ווייטער איז דא וויכי, גרויזי, צום זאך, פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגען..
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 8:22 pm
דורך וויכטיג מאכער
אין דעם פארום, כאטשיק ס'איז נאך אפען, מעגן נאר שרייבן מנהלים.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 8:25 pm
דורך צום זאך
אוקיי, צום אלעם ערשטן האב איך געמעקט א שיינע פאר תגובות פון דא... האאא.. יוי ווי גוט ס'שפירט זוך צו מעקן, כ'האב נאך קיינמאל נישט געשפירט אזוי גוט ווי יעצט!
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 8:29 pm
דורך וויכטיג מאכער
ארעסטאנט, דו ביסט אחראי דא אין די פארום.
צייטליך, דו טארסט נישט אריינטרעטן דא.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 8:33 pm
דורך ארעסטאנט
שכויעח וויכי! איך גיי ספעשיל לעבעדיג טאנצן בך בטחו היינט נאכט לכבוד דעם..
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 8:37 pm
דורך גרויזאמער
מישיען עקאמפלישט, ס'מיר שווער מאריך צו זיין, איך זוץ דא ביי א גענצליך נייע פאזישען, אלץ הויפט מנהל, און איך דארף רעאליזירן די אלע נייע ווילד פרעמדע באטנס דא, אבער קלאר: א נייע עפאכע! איינער וואס שטעלט זיך קעגן איז ארויס!
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 8:38 pm
דורך צום זאך
די ביל פון די נייע תקנות הקרעטשמע אונטער די נייע פירערשאפט ווערט אין די סעקונדעס אריינגעטראגן צו די מנהלים'ס אפיס, עס איז ערווארטעט עס זאל דורכגיין אן קיין איבריגע שוועריקייטן!
------------
צום זאך
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 8:42 pm
דורך ארעסטאנט
יאפס! נאך וואס די אנקעטע וואס וויכי און גרויזי האבן דורעכגעפירט די לעצטע פאר טעג האטצעך ארויסגעשטעלט אז די מערהייט איז מיט אונז...
סטעי טונד! פרישע האראויפשטעלענדע תקנות איז אן די וועי!
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 8:44 pm
דורך ארעסטאנט
העי גרויזי! גיי אוועק פון סאכדעס'עס גרויסע רויטע בענקעל.. איך האבעס אנגעגרייט פאר מיר..
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 8:46 pm
דורך וויכטיג מאכער
צום זאך, אז דו קענסט, טויש ארעסטאנט'ס קאללער צו גרין.
--------
. וויכי.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 8:51 pm
דורך וויכטיג מאכער
איך בעיט נאכאמאל, קיינער זאל נישט שרייבן, איך וויל נישט נאכאמאל דארפן מעקן.
--------
וויכי.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 9:00 pm
דורך צום זאך
וויכי, קוק אינעם אונטערשטן לעדל די ארטיקל וואס סאכדעס האט געדארפט שפעטער אריינלייגן אונטער די ניק דאנציגער, ס'א פארגאגענהייט!
----------
צום זאך
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 9:08 pm
דורך וויכטיג מאכער
חחחחח... מאך טאקע א באקס פון זייערע זאכן, שיק זייעס אפ מיט יו פי עס.
נאר די אירעיסער'ס לאז איבער.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 9:11 pm
דורך וויכטיג מאכער
אקעי גרויזי, עכט טאר נישט צייטליך אריינקומען, אבער אויב די ווילסט עס נוצן מעגסטו, שיק מיר נאר א טעקסט מעסעזש פארדעם..
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 9:13 pm
דורך ארעסטאנט
שכויחצום זאך פארן מיך מאכן גרין
-------
ארעסטאנט.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 9:14 pm
דורך גרויזאמער
העי, וויכי קום אריין אינעם פיילעט רום, איך טריי חוסם צו זיין קרעמער און סגייט נישט, איך זעה נאך אלץ אלע זיינע תגובות, איך דרוק שלח און ער ווערט נישט פארשיקט!!! דער באטן "מחק כל התגובות שבקרצ'מה" האב איך מורא צו דריקן, אבער אויב גארנישט גייט נישט גיין איז דאס פלען בי. איך דארף דא הילף.
די 5טע טרעק אשכול איז אפ און ראנינג! און די פריוואטע מנהל פארום ווערט ארויפגעלייגט פאבליק, אריינגערעכנט די אשכול ווי אלע חשבונות וויפיל מען איז שולדיג פאר יעדע מנהל, און וויפיל מען האט באקומען פון יעדע זינגער וואס מען האט אדעווערטייזט!
לעבן זאל פרייהייט פון מעקן!!! שטארבן זאלן אלע מוריטשקעס!!!
סאכדעס! איך בין נישט סובל קיין חניפה, ניין! דו ביסט קיינמאל נישט געשטאנען מיט מיר! דו ביסט כתוב וחסום.
און יא, דו צייטליך! פריי דיך דארט מיט שוועמל, עטץ פליטס ביידע פון דא, לא נתקבל און פארטיג! פוי!
איך וויל דא נאכאמאל ווארענען, אז זיך קעגנשטעלן איז זעלבסטמארד! חבל על הזמן!
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 9:18 pm
דורך שמיי_דריי
טעסטינג טעסטינג... עס ארבייט... פשי.. איך בין אויך פון די מנהלים??? גאנץ געשמאק...
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 9:20 pm
דורך גרויזאמער
באמבע! צייטליכ'ס אייפי אדרעס קומט פון ארץ ישראל! אין הדסה שפיטאל!!! פרטים יבואו!
איין זאך, די קארופציע דא האט זיך געענדיגט!
צייטליך עף מפה! תעזוב אותנו עם העברית שלך! אשכול ווערט געטוישט צו געהענגל יעצט! שונא דתיים כמותך!
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 9:21 pm
דורך גרויזאמער
יאפס! שמיי דרייס ניק איז אונטער מיין קאנטראל, געטעסט און באשטעטיגט!
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 9:22 pm
דורך ארעסטאנט
גרויזי וואטש וואס די עפענסט פאר די פובליק! עס קען גורם זיין גילוי..
--------
ארעסטאנט.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 9:32 pm
דורך ארעסטאנט
נאך אפאר מינוט פון כאאס מעלדן מיר אז עס איז געקומען א שטארקע אנפאנג פון די פרייהייט!!
עס ווערן ערווארטעט צענדליגער דראסטישע טוישן אינערהאלב דעם פארום, פאלגט נאך די קומענדיגע מעלדונג!
צום זאך, הייב נישט אויף קיין בלאקד איי.די.'ס איך ווייס קראנט אז די אומפיטשטע חברה פרובירן יעצט צו דערגיין ווער עס זיצט אין אפיס, באנאריש זיך נישט...
-----
ארעסטאנט.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 9:35 pm
דורך לכאורה
וויכטיג מאכער האט געשריבן:צום זאך, אז דו קענסט, טויש ארעסטאנט'ס קאללער צו גרין.
--------
. וויכי.
מיינסט צו זאגען גרין פון די ווענט אין טורמע.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 9:36 pm
דורך צום זאך
טייל פון די נייע תקנות אויף וואס די נייע הנהלה גייעו שטימען ביז א קורצע וויילע:
1) יעדע אשכול מוז פארדרייט ווערן ביי לכה"פ די 4'טע תגובה.
א אשכול וואס די נושא ווערט נישט פארדרייט ביז די 4'טע תגובה - ווערט אוטאמאטיש אויסגעמעקט.
2) מען קען נישט שרייבן אין די זעלבע אשכול צוויי תגובות מיטן זעלבן ניק.
אז מען האט עפעס וויכטיג צוצושרייבן, אדער פארעכט עס און שרייבט עס דארט, אדער שרייבט עס מיט אייער צווייטע ניק.
היות נישט יעדע איי-וועלט מעמבער פארמאגט א צווייטע ניק (צוליב די לויזע ווערטשאפט וואס האט געהערשט דא ביז היינט), דעריבער האט די נייע הנהלה צו געשטעלט א נייע אפציע, עס געפונט זיך הארט נעבן קנעפל "עפענט א נייע אשכול", די קנעפל הייסט: "עפענט א נייע ניק".
3) א מנהל - און נאר א מנהל - קען אפמאכן וועלכע צייטן און טאג מען וועט מעגן שרייבן תגובות.
די אנדערע צייטן וואס מען קען נישט שרייבן איז מיוחד נאר אויף צו ליינען
4) עס וועט פארקומען איינמאל א וואך א בחינה בכתב אויף די נושאים וואס מ'האט דורכגעטוהן יענע וואך.
ווער עס קען נישט ענטפערן ריכטיג אויף לכה"פ 32% פון די שאלות, פארלירט אוטאמאטיש זיין זכות פון שרייבן פאר א וואך צייט.
-----------
קרעטשמער
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 9:38 pm
דורך לכאורה
מען או מען, איטס געטינג קווייט אינטערעסטינג אוט הער.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 9:40 pm
דורך ארעסטאנט
העי! ווער פון די נייע הנהלה נוצט קרעמער'ס ניק יעצט? ער איז אריינגעסיינט..
------
ארעסטאנט.