גריסן און שמועסן
מאנטאג דצמבר 07, 2009 1:46 pm
איך קלער אזוי אריין איך דריי זיך שוין דא אפאר יאר, איך האב שוין מיטגעהאלטן פארשידענע מאורעות, די ווייטאגליכסטע איז פארשטייט זיך ווען מען פארלירט א חבר אין די קרעטשמע דא,
ס'איז געווען אזעלכע וואס האבן זיך געזעגנט מיט א צוואה געהעריג ווי א איד, אנדערע זענען סתם פארשווינדן געווארן פון האריזאנט, און אנדערע האבן גאר גענימען מעקן תגובות לא עלינו, אבער קיינער האט זיך נישט געזארגט פאר אינז, וואס מיר בלייבן דאך דא אליינס... כליפ, כליפ,
ממילא בין איך אויפגעקימען מיט א פלאן צי מאכן לייף אינשורענס, אויב א ניק ווערט פריצייטיג אוועקגעריסן זאל די אינשארענס קאמפעני אריינגעבן לאמיר זאגן א מיליאן תגובות, פאר איינער וואס שרייבן 1000 תגובות א יאר, און אזוי ווייטער, קרעמער למשל ברויך מאכן לייף אינשארענס אויף זיין ווייב אויך,
ווידער די אלע ניקס וואס שרייבן אמאל א יובל, פאר זיי זאל מען מאכן כל ישראל ערבים, און יעדער וועט לייגן 6 תגובות לעילוי נשמתם.
וואס זאגט עטס צי מיין פלאן?
Advertisement
מאנטאג דצמבר 07, 2009 2:12 pm
חחחחחחחחחחח
מאנטאג דצמבר 07, 2009 2:14 pm
די שאלה איז וועגן אן אגענט? ערענסט גערעדט, וויפיל פראצענט באקומט מען?
מאנטאג דצמבר 07, 2009 2:14 pm
ווי פלעגט יגר זאגן?
חכא חכאכחאכאכאחאכא
מאנטאג דצמבר 07, 2009 2:18 pm
איך קלער אז דאס איז מער אין די בחינה פון "ערבים".
מאנטאג דצמבר 07, 2009 2:32 pm
אויב יעדער איינגעשריבענער וועט צאלן דעם איינמאליגן אפצאל פון איין מיט א האלב תגובה פאר יעדן פארלוירענער חבר, וועט דער קרעטשמע קענען עפענען א באנק...
מאנטאג דצמבר 07, 2009 5:13 pm
חא חא
איז דא א whole life policy?
אז איינמאל איינער שרייבט אפ א סכום תגובות און אויב איין טאג מ'געט אריין א 'נישט אויף קיין שום איד געזאגט' א טויט שיין, וועט ער באקומען גלייך די גאנצע, און מ'זאל נישט דארפן בקביעות שרייבן א סכום תגובות יעדע חודש