בלאט 1 פון 1

היסטאריע: מעסטערמיינד אויפן קאווער פון טיים מאגאזין

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 30, 2006 8:37 pm
דורך מעסטערמיינד
פרייטיג נאכמיטאג איז מיר אויס געקומען צו זיין אין א גויאישע געשעפט, אזוי דורכגייענדיג דער מאגאזין אייעל, האט מיין אויג אויפגעכאפט עפעס וואס האט מיך אפגעשטעלט אין מיינע טריט, צוגייענדיג נענטער זעה איך אז עס איז דער באוואוסטער טיים מאגאזין און אויפן ערשטע זייט שטייט נישט מער און נישט ווייניגער "דער פערזאן פון יאר" און א בילד פון מעסטערמיינד, כ'האב געמיינט אז איך שרעק זיך אויס באותו מקום ובאותו זמן, אזוי מיט די שיינע געדרייטע פאות און מיט די פולע בארדעניו, כ'האב געטראכט אפשר זעה איך נישט גוט, הייב איך אויף א צווייטע זעה איך די זעלבע זאך, און אזוי מיט'ן דריטען און פערטען אא"וו, רבונו של עולם וואס גייט דא פאר ווען האבן זיי געכאפט דאס בילד, ווער האט עס געכאפט, זיי האבן זיך ניאמאל פארבינדען מיט מיר,

ליינענדיג ווייטער שרייבען זיי בערך אזוי דער פערזאן פונעם יארע טו טאזענט ענד סיקס איז ניט קיין צווייטער ווי דו, יא טאקע דו, באשעפער אין הימל וואס ווילן זיי פון מיר,

נאך מער באמערק איך, ס'איז א מאווינג פיקטשער, אז איך דריי מיך דריי זיך עס מיט, כ'האב נאך אזא טעכנעלאגיע נישט געזעהן.

וויל איך דערמיט מעלדען אז איך נעם אן קנגרטיולעשענס.

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 30, 2006 8:50 pm
דורך שוועמל
בילד

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 30, 2006 10:06 pm
דורך קרעמער
ניבא ולא ידע מאי ניבא, די טיים מאגאזין חברה האבן אפשר נישט געוואוסט אז אונזער היימישער מעסטערמיינד וועט זיך שטעלן אקעגן דעם באשפיגלטן מאגאזין, אבער זייער ציהל איז טאקע אט דאס געווען, צו קרוינען אים און זיינסגלייכן - די פיאנירן פונעם אינטערנעט - אלץ דעם פערזאן פונעם יאר. ודי למבין.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 31, 2006 12:44 pm
דורך Anonymous
אזא נערישע דזשאק האט די וועלט שוין נישט געהערט יארן

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 31, 2006 3:08 pm
דורך מעסטערמיינד
בלאטני רעביט האט געשריבן:אזא נערישע דזשאק האט די וועלט שוין נישט געהערט יארן

פון וואס רעדסטו?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 31, 2006 3:17 pm
דורך Anonymous
איך רעד פון סיריאל מילעך

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 01, 2007 11:01 am
דורך מאשקע
נאך איינער פון אונזערע חשוב'ע מעמבערס, באשריבן אין איינע פון די גרעסטע צייטונגען אין אמעריקע, קאנאדא און מעקסיקא.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 01, 2007 11:04 am
דורך יאנאש
חחחחחחחחחחחח מאשקע דאס איז מעכככככככככככככככככככככטיג.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 01, 2007 11:05 am
דורך מאשקע
ליסען, אזוי קוקט מען אויס אז מ'האט וואס צו טון מיט די צייט...

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 01, 2007 12:51 pm
דורך סאכדעס
באני כ'וואלט זיך אפילו נישט באצויגן צו דיין תגובה, אבער היות אין מקוה האמיר פונקט גערעדט בנושא וועליך אייך זאגן, יאך בין בדעה אז אין דעם שטיקל מאגאזין, ליגט גאר א טיפע געדאנק, מענטשן אמאל, אפילו די גוים, זענען געווען נארמאל, א קלוגער מענטש האט געזאגט א דעה, א משוגענער איז געווען שטיל, היינט וואס ווער ווען? יעדער בהמה (בהמה, כ'מיין נישט דיר) יעדער פון וועמען אין מקוה וואלסטו אפגעמאכט זיין דעה מיט א מאך פון די האנט, ער קומט אויפן אינטערנעט אן א נאמען, און דו אין מקוה ביסטו איהם נאך מסביר וואס ער האט געשריבן.

כ'מיין די וועלט איז שוין נישט אויף די נארמאלע רעלסן.

דאס איז בקיצור דער געדאנק, הגם ס'העט ווען נישט געפאסט פאר די טיימ'ס זאלן דאס ארויסברענגן, דאס וואלט ווען א גוי'איש קאפ נישט געטארט אויפמערקן, אבער מסתמא קומט עס פון א אידיש קאפ אזוי האף איך עכ"פ.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 01, 2007 7:57 pm
דורך שוועמל
אין דעם לאנגן טיימס עדיטאריעל ווערט אראפגעשטעלט בערך אזוי .

און מען רעדט פון די אינטערנעטס וועלט טאקע.
נאר מיט א מער גויאישן אינהאלט

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 02, 2007 10:56 am
דורך סאכדעס
ברוך שכיוונתי.

פארעפענטליכט: שבת ינואר 06, 2007 11:36 pm
דורך קרעמער
מיט א ניכטערן/ניתל'ישן בליק;

איז עפעס היי יאר צושטאנד געקומען דער YOU TUBE פענאמענאן? פארוואס האט טיים מאגאזין פונקט היי יאר באשלאסן צו קרוינען אונז בלאגער'לעך אלץ פערזאנען פונעם יאר? דאס איז דאך אזוי אלט ווי די אונטערנעט זעלבסט. וועלכע נייעס ארטיקל איז היי יאר עפעס ארויסקומען נאר אדאנק אזעלכע קנ"א אגענטורן?