איינמאל פאר אלעמאל: יא אדער ניין?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

יא אדער ניין???

די וואלן האבן זיך פארמאכט מוצ"ש נובעמבער 07, 2009 8:05 am

17
61%
11
39%
 
סך הכול שטימען: 28

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

איינמאל פאר אלעמאל: יא אדער ניין?

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 8:05 am

ביטע געט דא אויבן אפ אייער שטימע יא אדער ניין.

געדענקט, נישט קיין חילוק פארוואס איר שטימט, עס איז אבער מוראדיג וויכטיג ארויסצוגיין שטימען, אזוי אז איר וועט האבן ווער עס זאל זיך רעכענען מיט אייער מיינונג. ביטע געבט אפ אייער שטימע ווי אמשנעלסטן, און אויב עס וועט ארויסקומען א גרויסע צאל שטימען קענט איר זיינט פארזיכערט אז אייער שטימע וועט ענדליך דערהערט ווערן אין די גרויזאמער קארידארן.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 8:23 am

עס איז זייער א האקעלע נושא, דעריבער וועל איך עס בארירן ממש ביים שפיץ.
איך האב געשטימט אויף יא, ווייל א פשוטע סיבה: פשוט עס פעלט אויס! מען האט נישט קיין אנונג וואס עס קומט אלץ פאר, מעשיות ווילעך נישט דא פארציילן אבער רבותי, אונז האמער א טשענס צו שטימען, שטימט אויף יא! איר ווילט אייך נישט אויסמשלן וואס עס וועט ח"ו פאסירן ווען איר קוועטשט אויפן ניין קנעפל, דאן שטימט יא!!!
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
Joba
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 1:46 pm

תגובהדורך Joba » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 9:38 am

געשטימט אויף יא, פשוט ווייל מיר דארפען ''וויכטיג'' און ''צייטליך''... גרויזי'ס ארטיקלען

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 9:40 am

געשטימט אויף יא.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 10:07 am

געשטימט פאר "ניין".

באפאלטס מיר נישט.

מ'קען בשום דופן נישט צולאזן אז די פרעסטרעק5 זאלן ארויס נעמען גרויזי פון קרעטשמע!

מיר קענען בשום אופן נישט ערלויבן אז גרויזי זאל אננעמען א נייע דשאב!

מיר קענען בשום אופן נישט ערלויבן אז וויכי זאל סטאפן מיט היכל הנגינה!


געדענקט

שטימט היינט פאר "ניין"


שווארץ קוקער וואס איך בין, הא?

אוי, אנטשולדיג... ראסיזם... אקעי, אפריקאנישע-אמעריקאנע-קוקער וואס איך בין...
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 10:07 am

געשטימט אויף ניין.

טראצדעם וואס איך ווייס אז "יא" גייט למעשה ארויסקומען א זיגער, וויל איך נישט ער זאל זיך הייבן דעם קאפ נאכן אריינקומען מיט א לענדסלייד.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11268
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 10:22 am

געשטימט ניין
פארוואס?
פרעג גרויזאמער

אוועטאר
Bamba
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 8:55 pm

תגובהדורך Bamba » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 10:52 am

חא חא (צוויי אדער דריי מאל)

ווי אזוי גייט נאר די ניגון פון קעמפ

אה יא

"משוגה קאסט נישט קיין געלד"

קרויזי [מלשון קרעזי], קיפ עט אפ, איך האב כמעט גע'הרג'ט אפאר מענטשן מיט מיין קאר, ווען איך האב מיך אראפגעקוילערט פון מיין סיט, (יעצט פארשטיי איך פארוואס מ'דארף טראגן סיט בעלטס)

נעקסט טיים פליז שרייב
"אכטונג, נישט ליינען אינמיטן דרייווען, עסן, וכו, און בכלל ווען איר זענט אנוועזענד פון אנדערע מענטשן"

אגב געשטימט ניין
ווייל איר האט נישט געגעבן די אפשען פון אומבאשלאסן
א גוטן אפעטיט

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:25 am

אפילו כ'בין גאנץ קנאפ אנטציקט פון די אויסוואל פון די קענדידאטשיקס וועא"מ, פון דעסט-וועגן-דאך פיל איך פאר א פליכט ארויסצוגיין שטימען פשוט ווייל אז כ'האב די רעכט - דארף איך עס אויסנוצן ביזן לעצטן טראפ!

למעשה האב איך געשטימט אויף 'ניין' ווייל כ'האב פארשטאנען אז דו פראגע איז צו מ'איז דערקעגן צו נישט, דערווייל כאפ איך מיר יעצט אז כ'האב פארפאטשקעט.. [...] ווייל אדרבה די שאלה איז צו מ'זאל עס איינפירן צו נישט, נו אוודאי וויל איך עס האבן, כ'גיי דאך פינאטס דערפאר! וואס טוה איך?! איך קען נאך צוריקציען מיין שטימע? שטימען נאכאמאל מיט מיין צווייטע ניק - איז קיין אפציע ווייל כ'האב פארגעסן דו פעסווארד.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 1:00 pm

גרויזי, כוויל נאר וויסן וואס מען וועט טון אויב וועט מען טרעפן א "דימפל בעלאוט", וואס דאס מיינט אז יענער איז געווען שטארק מסופק צי ער זאל שטימען פאר יא אדער פאר ניין. וועט מען אוועקווארפן זיין שטימע?

אלנפאלס, כ'האב בכובד ראש דורכגעטראכט דער ענין און כוועל זאגן דער אמת אז "איך" בין גאר דער וואס האט געשטימט בספק, און דאס האט זיך גענומען צוליב וואס כהאב געזען א שטארקע ענליכקייט אין ביידע קאנדידאטן, ווייל יא קען מיינען "יא העכערן שטייערן" און אין די זעלבע צייט קען ניין מיינען "נישט געבן שטייער שניטן"...

נאך א זאך שטערט מיר. די בודקעס זענען בלויז אפן עטליכע טעג, דאס קען צוברענגען שטארקע וואל שווינדלערייען!
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24233
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 1:05 pm

איך האב למעשה נאכנישט געשטומט, און איך פלאן נישט צו שטימען פאר מ'טוישט נישט די רעגולאציעס..

וואס אידאס אז מ'קען נאר האבן איין אויסוואל? איך וויל קענען וועלן פאר לכה"פ צוויי אויסוואלן.. ס'טע געזעהן אזאונס?!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 1:56 pm

איך האב געשטימט אויף "יא"!

הגם איך האלט אז עס וועאלט געדארפט זיין פריימערי וואלן בעפאר מיט מער און עטליכע אויסוואלן, אבער פארט מיז מען גיין שטימען, שב ואל תעשה איז אסאך ארגער.

דער אמת. פארוואס איך האב געשטימט אויף יא איז די הויפט סיבה ווייל יא וועט מיסתמא זיין דער פאקטישער געווינער ווי ס'רוב פון די אנקעטע'ס צייגן אז יא האט א 7 פראצענט אויבערהאנט העכער ניין, טראץ וואס דער ראש הקהל שמערי האט קאמפיינט פאר ניין. (דער ראש הקהל האט שוין א אלטע אגענדע צו שטיפן דעם "ניין" קאנדידאט נאכדעם וואס ער ניצט אום טעגליך ביים "גארנישט" טוען)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 2:59 pm

געשטימט אויף ניין, פאר איין סיבה, צו מאכן קרעמער'ל פאר א לוזער, ווייל ער זאגט אז יא גייט זיגן........

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 3:43 pm

רבותי מען טאר נישט גיין שטימען צו הערן פארוואס רופט 212-555-1212
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24233
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 6:04 pm

רבותי, די מצב איז זייער שמאל, גייט ארויס שטימען, ס'איז קריטיש וויכטיג, יעדע שטימע ציילט..

געדענקט, ווילט איר יא אדער ניין? (אויף ענגליש זאגט מען דאס "האוזינג"..) גייט זאפארט ארויס שטימען פאר די אינדארסירטע.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 6:46 pm

איך קען נישט שטימען, איך בין נישט קיין סיטיזען.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 8:30 pm

קומען די וואלן פאר אין ארץ ישראל?
נו בחירות! באא באא באאא.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 9:48 pm

פארוואס קען איך נישט שטימען פאר 'אפשר'?
נישט 'יא' און נישט 'ניין' נאר 'אפשר'!
the SCY is the limit

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 9:07 am

כ'בין נוהג צו שטימען אלעמאל פארן לוזער, אז דער פאטש זאל נישט זיין אזוי גרויס, דעריבער שטים איך "ניין".
לחיים ולברכה!

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 9:11 am

גרויזאמער; פארציילענדיג פאר מיין יונגעל נעכטן ביי נאכט-מאל, אז איינער האט געפענט א שטים בודקע ווי מ'דארף וועלן יא צו ניין. פרעג איך אים: נו, וויאזוי זאל איך שטימען?

זאגט ער מיר: טאטי, יענער טיילט אויך ביזנעס קארד'ס?...

גרויזי: מ'קען נישט לויפן אן טיילן שליסל האלטער'ס אדער טיקעט'ס.. אפי' די קליינע ווייסן אז ס'איז פאני

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 1:27 pm

איך האף גרויזי אז די ווייסט שוין אויף וואס מהאט געוואוט דא?! נישט ווייל ס'גייט מיר אן, איך פרעג סתם פאר גרויזאמקייט..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 6:25 pm

נן!
צוגעלייגטע
4952154.gif
4952154.gif (23.54 KiB) געזעהן 1675 מאל
the SCY is the limit

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מוצ"ש נובעמבער 07, 2009 9:06 pm

ליידער נצחו היאיאים את הניינים, מיט ביטערע טאמעטע דיפ אין מויל בלייבט בלויז איבער צו באשטעטיגן אז רוב שטימעס זענען ליידער אריינגעקומען אויף יא, וואס דאס איז א קלארע אנדייט איבערן רצון פונעם ציבור "יא" אפצושפארן די קנ"א מוצ"ש ראדיא פראגראם, דאס איז נאכדעם וואס בשעת די פראגראמען זענען בלויז אריינגעקומען קאמפלימענטן, אבער דא וואס מען האט געקענט וויילן אנאנים, האט יעדער ארויסגעגעבן זיין אינערליכע דעה איבערן פראגראם, און זעט אויס אז דער עולם איז מער נישט אינטערסירט דערין. :i"

דער הויפט קרעדיט קומט זיך פאר "צום זאך" וואס ער האט שטארק קאמפיינט קעגן מיר, סיי אפען און סיי אונטערן ריקן, צום זאך "האסט געזיגט" יעצט גייסטו עסן פיר יאר דיינע גארבידזש, און אזוי אויך די אלע וואס האבן געוואויט אויף יא, ווי גאנצעטע אויבער חכמים ווערנדיג נשפע פון די העסליכע טאלק שויס אויף אנדערע קנ"א פראגראמען, יעצט לאמיר זען וויאזוי עטץ וועטס ענק אן עצה געבן ..
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג נובעמבער 08, 2009 3:41 pm

נאך א מזל אז איך האב נישט געוואוט. (כ'בין שוין אנגעקומען ווען ס'איז שוין געווען דערנאך.)

באט גרויזי, דא וועלעך נאך אלץ אז דו ביסט גוט פארריקט. ש'מער געדאכט.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג נובעמבער 08, 2009 4:13 pm

גרויזי איך האב נישט געוועלט, ווייל איך האב מורא געהאט פון דיר, זאלסטו כאטש וויסער אז איך האב נישט געהאט א חלק אין די רעגיזנאציע
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Avrumy און 16 געסט