בלאט 1 פון 1
וואס טוהט איר? וואו זענט איר?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 25, 2006 2:30 pm
דורך איך_הער
רוב עולם ארבעט דאך נישט היינט, פארוואס איז אזוי שטיל דא? וואס גייט דא פאר? ווי איז דער עולם?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 25, 2006 2:32 pm
דורך וואלדעק
רוב עולם שרייבן נאר ביי די ארבעט,
אינדערהיים ווער האט דען א קאמפיוטער?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 25, 2006 2:35 pm
דורך א אידעלע
דער עולם איז ביי "דזשי ענד דזשי" מעכטיגע סעיל וואס איז שוין די צווייטע מאל געווארן עקסטענדיד..
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 25, 2006 2:43 pm
דורך איך_הער
וואלדעק האט געשריבן:רוב עולם שרייבן נאר ביי די ארבעט,
אינדערהיים ווער האט דען א קאמפיוטער?
וואלדעק האט געשריבן:
איך פאל נאר אריין ווען ס'איז דא אביסעלע וועקעישאן, אזוי ווי די היינטיגע חאגע
פארוואס מוזטו זיין אנדערש?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 25, 2006 2:58 pm
דורך קרעמער
איך בין געהעריג דא.
---
אגב - און דאס באלאנגט אין א באזונדערע אשכול - מען ברויך שוין אנהייבן פלאנירן די גרויסארטיגע "עשרה בטבת" אדער "ניטל" פארברענג, ווען מיר זאלן ברעכן דעם פריערדיגן רעקארד פון איינגעשריבענע מעמבערס אויף איינמאל (די ערשטע רעקארד איז געבראכן געווארן יזבתמוז..)
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 26, 2006 10:07 am
דורך דארפסמאן
און פולין און רוסלאנד איז געווען ניטל DEC. 25
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 26, 2006 3:50 pm
דורך איך_הער
אז נישט אין די ערשטע, וועלן מיר פראבירן ארבעטן אויף די צווייטע.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 26, 2006 3:53 pm
דורך דארפסמאן
עס איז דא שיטות נאך א פאר מאל
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 26, 2006 4:39 pm
דורך סאכדעס
הרב מלוביצקי זאגט אז די מחמירים עפענען נישט קיין ספר ביז ווילאנג מ'זאגט משיב הרוח ומוריד הגשם.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 26, 2006 4:43 pm
דורך מאשקע
איך וועל אייך זאגן די שיטות, לויט ווי איך האב עס מקבל געווען מפי אבותי ורבותי:
די ערשטע צוויי זענען די גרינגסטע, נאכדעם ווערט שוין הארבער
1) מ'לערנט נישט דעם נאכט פון דעצעמבער 25'סטן צום 26'סטן
2) מ'לערנט נישט דעם נאכט פון יאנואר 6'טן צום 7'טן
3) מ'לערנט נישט, אנגעפאנגען פון דעצעמבער 25, ביז יאנואר 7
4) מ'לערנט נישט, אנגעפאנגען פון יאנואר 7, ביז דעצעמבער 25
וירא שמים יוצא לכל הדיעות...
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 26, 2006 4:45 pm
דורך איך_הער
איך מאך איין טאטעל,
מ'לערנט נישט.