בלאט 1 פון 2

"קויפן עליות" אשכול

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 26, 2009 12:21 pm
דורך 1x1
דוגמא:

כ'האב היינט געקויפט די עליות פאר 8 דאלער..

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 26, 2009 1:13 pm
דורך צום זאך
א צווייטע דוגמא:
כ'האב עס דערנאך פארקויפט אויף איבעי פאר $9.75 Free shipping incl.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 26, 2009 3:08 pm
דורך דארפסמאן
?? היינט נישט געקויפט די עליות, געווענטליך קוף איך עס פאר 2-3 דאללער

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 26, 2009 3:30 pm
דורך scy4851
דריי דאללער די מצוות צום ערשטען מאל...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 26, 2009 4:49 pm
דורך אריאל
צום זאך

דו ביסט א פעאיקער סוחר. זאג נאר. דו האנדלסט מיט גרעסערע עליות אויך, ווי למשל, מפטיר יונה'ס,
אדער בלויז מיט וואכענדיקע? יעדנפאלס, זיי מצליח און קיין בייז אויג זאל דיר נישט שאטן.

איך האב אן אלטן פעטער, איבער די 90קער, הרשל הייסט ער. איז ער ווי דו, אויך א פעאיקער סוחר.
מיט 15 יאר צוריק האט ער זיך איינגעקויפט א חשובע חלקה אויפן הר-הזיתים און ער מאכט דערפון שיין
פרנסה. ער פארדינגט עס פאר חודש געלט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 27, 2009 12:00 am
דורך אלחנן
ביי מיין מנין איז עס ארויף צו 20 דולר היינט..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 7:19 am
דורך 1x1
היינט נישט געקויפט...

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 09, 2009 6:02 pm
דורך scy4851
נעכטען אויך נישט....

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 09, 2009 7:55 pm
דורך גראדער
משה קאפויער האט געשריבן:היינט נישט געקויפט!



היינט ביי מיין מנין האט זיך געדרייט איינער וואס האט נישט געקויפט, כ'הייב שוין אן צו טראכטן אז דו ביזט עס...

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 09, 2009 10:32 pm
דורך שטארק זיך
לעקויפט פאר א צווייערל, באלד נאכדעם געפליפט פאר 4.5, נו, געמאכט א מטבע היינט, הא?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 10, 2009 10:57 am
דורך משיח
איך האב היינט געקויפט פאר ---
איי, אנטשולדיגט, ס'איז נישט קיים יום הקריאה היינט,
איך האב מיר טועה געווען

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 11, 2009 8:56 pm
דורך שטארק זיך
כ'האב קרעדיט ביים שאמעס..

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 15, 2009 10:16 pm
דורך אויס מענטש
איינע פון די נעקסטע פיר טעג עט מען מוזן קויפן, ווייסעך נישט וועלכע, עמיר זעהן

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 16, 2009 8:42 am
דורך ראמני 08
מיר האבן נישט געקויפט אבער געטיילט האבן מיר יא.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 16, 2009 10:06 am
דורך scy4851
מיר האבען נישט געקויפט אבער געקרוגען אן עליה האבען מיר יא

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 16, 2009 1:54 pm
דורך פליגל
הערטס א מעשה,

דער שמש שפאנט אריין האסטיג אין שטיבל מען גייט פארקויפן עליות.
שמש: טויזנט אין די מצוות,
ר' גרונם (א מידעל עידזש) באפעלט: צוויי!
זרח (שטילער אינגרמאן): דריי,
שמש:דריי טויזנט אין די מצוות, צים ערשטן מאל, צים צווייטן מאל, צים דריטן מאל, זכה לו!.

דער שמש רופט זרח'ן פינדערווייטנס; זרח האסט'ך עס געקויפט, טוה'זשע מיר א טובה כ'ברויך לויפן צום אנדערן שטיבל קעיר נעמען, רוף דו אויס, ני שוין זרח האלב פארשעמט (קלערט צי זיך כ'וואלט געדארפט באקומען באצאלט פארן אויסרופן נישט באצאלן), מיט א שאקל אין קאפ וואס זאגט; אקעי ליבער שמש כ'על עס טוהן פאר דיר.

זרח שארט'סיך צו צום באלעמער מישט אויף א סידור שטאמפלט אריין דעם ויעזור... אפס, סארי ותגלה ותראה עם עם עם... הכל הבו גודל עמ עמ עמ... כהן קרב יעמוד א... קוקט ארים ווער פון דעיע וואס האבן אים היינט געגריסט איז א כהן? (איצט איז ער בעה"ב) א, יענער דארט יא ער איז א כהן? יא נא יעמוד מעהערעב הכהן

אקעי, קריזיס נומ איינס שוין פארריבער, טרעפט עפעס א ווייטע שטיף קאזין וואס איז א לוי, קוים ער דענקט וויזוי יענער הייסט, שוין אויך פארריבער

איצט דער אינגערמאן פאררויטלטערהייט בייגטציך צו צום בעל קורא ווי צים ווייזן אז ער זאל אים אויסרופן,
ספאנטאן שטעלט זיך אויף ר' גרונם און גיט א זאג פאר דעם זרח'ן: "גרונם בן פרץ": דער זרח האט נישט עספיעט צי זאגן דעם ר' גרונם אז דאס איז א טעות און דער ר' גרונם שרייט אויס: ברכו את .. המבורך!, דער זרח האט נישט געוואוסט צי לאכן אדער צי וויינען, זעענדיג דאס גאנצע מנין וואס האט'ך מיטגעהאלטן מיט דעם ספעקטאל קוילערט זיך האט ער מיטגעלאכט.

די מעשה איז נישט פארטיג, דער שמש נישט האבנדיג דאס מינדעסטע אהנונג אז עפעס איז דא אמאל פארגעקומען, שפאצירט צוריק אריין אין שטיבל זעיט דעם עולם שמייכלן, כאפט נאך נישט צו מען מיינט גאר אים אדער סתם עפעס איז פארגעקומען, מאכט נישט קיין עסק וויל ציגיין צו זרח'ן בעטן די דריי דאללאר דער עולם האלט זיך נאך איין זעין וואס דא גייט זיך אויסלאזן גיט אונזער ר' גרונם זיך א שטעל אויף און זאגט הויך צום שמש: א, דא צוויי דאללער פאר די עליות, א טייל עולם לאכט שוין איצט אויפן קול, דער שמש גאנץ א קליגער כאפט שוין וואס דא גייט פאר, מעלדט איין פאר ר' גרונם: אנטשולדיגט, אבער עס איז דריי דאללאר... :lol:

וחמת הזרח שככה

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 17, 2009 10:54 am
דורך אלף בית
חא חא האב איך זיך צולאכט...

עניוועי היינט לכבוד ראש חודש האב איך געקויפט די עליות בשתפות ווייל סאיז דא צוויי ישראלים

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 17, 2009 8:19 pm
דורך אויס מענטש
באקומען גלילה היינט

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 17, 2009 8:44 pm
דורך לוסטיג
כא'גארנישט באקומען:( ס'נישט פער,

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 21, 2009 3:30 pm
דורך 1x1
באקומען הגבה היינט

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 21, 2009 8:54 pm
דורך גימעל
כהנים און לוויים מעגן אויך פאוסטן דא?
זיי באקומען דאך אן עלי' יעדע שני וחמישי.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 03, 2011 2:15 pm
דורך פליגל
דער וואס האט געקויפט די עליות אין מיין מנין האט עס גוט געהאט.

4 עליות אן קיין כהן און דאס אלעס פאר א נישטיגע 2 טאלער.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 03, 2011 2:29 pm
דורך שויתי'ניק
לוסטיג האט געשריבן:כא'גארנישט באקומען:( ס'נישט פער,

און עמידה לברכות איז גארנישט?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 9:46 pm
דורך פליגל
כ'אב באשלאסען א שפאנציר צי כאפן אין בעיסמענט און אפירקראצען דעם אשכול.

לכבוד'ן ארויפשלעפן על'ך פארציילען א מעשה בשייכות מיטן קויפן עליות.

דער שמש שפאצירט אריין אינעם לעצטען מנין ווי ווייניג געווענליך קויפן עליות און רופט אויס:
טויזענט די מצוות!
טויזענט די מצוות!
שטייט ר' בועז שוין א געדאווענטער שטייט אין די זייט און גיבט זיך א רוף אן: שוין, זאל זיין 2...
דער שמש פרובירט ווייטער זיין מזל אבער עס דערבארעמט זיך קיינער און עס בלייבט ביי ר' בועז'ן...
ער גיבט זיך א מורמעל אונטער: וואס טוה'ך דערמיט? פארוועם גיב'כ'ס?...

ותגלה ותראה וכו' כהן קרב יעמוד. כהן? כהן? ני, קיינער?

דער שמש שרייט פאר בועז'ן, האללא! פארוועם גיב'ך ראשון?
בועז: אוי-וויי האסט מיר אריינגעשמירט מיט 3 גאר?....

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 04, 2015 9:59 am
דורך מיסטעריעז
פליגל האט געשריבן:דער שמש....
....רופט אויס:
טויזענט די מצוות!
טויזענט די מצוות!

כ'מיין אז דאס פארקויפן אינדערוואכן אזוי איז א פשוטע טעות, מ'האט אזוי פארקויפט שבת כדי נישט צו רעדן וואכענדיג (א שטייגער ווי חלות...), אבער אינדערוואכן איז שוין א פשוטע טעות דאכט זיך מיר (אפשר נעמט עס גאר אוועק די תועלת וואס מ'האט געהאט דערין בנוגע שבת).