בלאט 5 פון 119

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 12:24 pm
דורך מבין נומ 1
ער האט איר געסעפערעיט? וואס איז געווען איר חטא?

------
א ברוינע זשעקעט

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 12:26 pm
דורך עס עפעס
קענסט מיר אפשר זאגן איין זאך וואס זיי האבן דארטן פאר ביליג?

----

שיילן עפל!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 12:46 pm
דורך אייניקעל פון אהרן הכהן
טויג ער צו עפעס אנדערש?
---------------------
פיר הונדערט טויזענט פינף הונדערט אין צוויי אין זיבעציג!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 1:11 pm
דורך 1x1
דו ווייסט וויפיל תגובות אייוועלט גייט דערגרייכן דאס יאר?
----------------
שיק עס!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 1:14 pm
דורך שעפטיל
איך האב א לאנגע תגובה וועגן טרעק 5, וואס טוט מען?
---
שיק אים צו קול מבשר!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 1:24 pm
דורך שוועמל
דער בחור האט נישט וואס צו טון?

======

ער איז אן אומגעלונגען שטיקל!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 1:33 pm
דורך 1x1
וואס האלסטו אויף שוועמל?
~~~~~~~~
הוי מתלמידיו של אהרן!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 1:41 pm
דורך שעפטיל
זאלעך יא גיין צו מיין שוויגערס חנוכה פארטי?
---
דער האדסאן ריווער איז ריזיג גרויס...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 2:10 pm
דורך עס עפעס
האלטסט כהאב פלאץ זיך צו נעמען דאס לעבן אין האדסאן ריווער?

--------

ס'וועט אים נישט שמעקן, אבער פארפאלן!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 2:25 pm
דורך שעפטיל
וואס האלסטו העט געשעהן אויב האלט איך מער נישט ביים באצאהלן גרויזי'ן די ווענכענטליכע וועידזש?
-----
א שטיקל פאפן-דעקל דארף זיין גענוג.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 2:41 pm
דורך צייטליך
מיט וואס קען איך פארשטאפן דעם לאָך?

---

מיינסט טאקע? צוויי פערד מיט דעם יעניגער וואלטן דאס בעסער געמאכט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 2:42 pm
דורך עס עפעס
האסט געזען ווי דער האט ארויסגעשלעפט זיין קאר פון די שניי?

--------

מען האט שוין אויפגעווישט דער פיצא פיי וואס איז דא פריער אראפגעפאלן!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 2:55 pm
דורך צום זאך
וויאזוי ווילסטו כ'זאל אריינקומען אין אזא שמוציג פלאץ?
-----
די ריטורן פאליסי איז שוין אפגעלאפן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 3:00 pm
דורך צייטליך
מיינסט אז איך קען עס נאך צוריקשיקן צו די קאמפעני?

---

נישט קיין פראבלעם. ער נעמט צוויי שמחות א נאכט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 3:01 pm
דורך עס עפעס
כ'קען נאך האבן אהרן לעוו ביי מיין קינד'ס בר מצוה?

------

נאגלעך און אייז קריעם!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 3:11 pm
דורך שעפטיל
וואס קען איך אלץ טרעפען אין די באזאר?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 3:14 pm
דורך שעפטיל
וואס קען איך אלץ טרעפען אין די באזאר?
---
ווייל עס איז א שטיק צוקער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 12:39 am
דורך אלחנן
איך טרינק נישט דו טיי,

----
במילא שרייבט ער נישט דא..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 11:50 am
דורך צום זאך
ער האט נישט אידיש אין זיין קאמפיוטער

------

ווייל ער קען נישט פאסן קיין באשלוס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 1:02 pm
דורך האמבורגער
פארוואס ענטפערסטו מיר נישט נארמאל?

- - - -
לאקשן מיט פארדייעס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 1:15 pm
דורך שעפטיל
פארוואס ביזטו אזוי אוממעטיג?
----
האלוויט ברויט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 1:17 pm
דורך האמבורגער
וועלכע ברויט מאכט נישט אזוי מיד?
- - - -
א ווארצל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 1:51 pm
דורך צום זאך
וואס האט דיך אזוי ארויסגענומען פון די כלים?

- - - - - -

האמבורגער האט מיר דאס אויסגלערענט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 2:14 pm
דורך Joba
ווי אזוי מאכסטו אזאנע גיטע טיי?

-------

דר' יו פון קוואלטי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 2:54 pm
דורך bailout
ווער איז דיין מערידזש קאונסיל?
----------
די קאווע איז שוין קאלט