בלאט 1 פון 7

יואלי פרידמאן האט מיך געהייסן איבערגעבן:

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:35 pm
דורך גרויזאמער
אז זינט ער האט געטראפן זיין נייעם דזשאב ביי סי ענד עף וועט ער זיך מער נישט דרייען דא, חיים משה האבן מיר שוין אויך פארלוירן, וואס גייט דא זיין?

חיים מיט זיינע קאנעקשאנס צו מיכאל שניצלער, שטייט אויך הילפסלאז...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:37 pm
דורך גרויזאמער
שאקס... דאס באלאנגט אין די פרייוועט "יוצאי ישיבת לעיקוואוד" פארום.

וויכי אדער צום זאך, ביטע אריבערפירן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:40 pm
דורך שוועמל
אריבערפירן? ארויספירן!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:43 pm
דורך וויכטיג מאכער
מרדכי בער.. כ'מיין גרויזי!!! וואס טוסטו דא? ברוך יונה וועט דיך חוסם זיין פארן טוהן אזא זאך.. דער עולם טאר נישט וויסן אז ס'איז בכלל דא א פריוואטע פארום פאר הצלה מעמבער'ס און חברים מעמבער'ס, און פאר יוצאי ישיבות לעקוואד...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:45 pm
דורך סאכדעס
חחחחחחחחחחחחחחחח אוי גרויזי גרויזי, זאג מיר, ווי איז געווען ביי קדם?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:49 pm
דורך גרויזאמער
אגב אבער וועט ארויסקומען א טובה, דער עולם מיינט וויכי איז עפעס א חסידישער אינגערמאן, נע, אלץ בחור איז ער געגאנגען מיט א בענדאון! וויכי געדענקסט ווי ר' מתתי' סאלאמאן האט דיך צוגענומען דיין פלעכטער? אוקעי, דו ווילסט נישט איך זאל רעדן צופיל, פיר אריבער דעם אשכול, ווייל איך גיי נישט גארנישט מעקן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 13, 2009 10:04 pm
דורך לוסטיג
און פון יעקב נחמיה רעדסטו גארנישט? ער איז געווען דער הויפט אנדרייער.. האסט גארנישט געוויסט? עניוועי איך קען נישט רעדן מער, איך וויל נישט מ'זאל מיר מעקן דא.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 13, 2009 10:16 pm
דורך צום זאך
ס'איז מיר אינטערעסאנט צו הערן אז ער האט דיר דאס געזאגט - און נאכדערצו געהייסן איבערגעבן אויכעט, איך האב פארשטאנען פון עם אז צוליב וואס איינער באבערט ארום מיט זיין פעסווארד האט ער אויף צייטווייליג געעפענט א צווייטע ניק פון ווי ער וועט ווייטער פארזעצן זיך צו דרייען דא כאחד הניקס, אלענפאלס, זעט אויס אז מיט איינעם פון אונז מאכט ער דאס גענאר..
גרויזי, ווילסט כ'זאל עס אריבערפירן? נו, געגאנגען! פירטס עם אריין.. עני יוניט עוועיליבל פאר א באס?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 13, 2009 10:37 pm
דורך וואדקע
מנהלים ביטע חוסם זיין גרויזאמער פארן ארויסשרייבן נעמען,

ביים חוסם זיין זאל דער מנהל סעלעקטען "קאממאן סיבות"
# 1 -2 -4 -8
ביי די נייע טשעקבאקס

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 7:31 am
דורך יוסלמאן
זאג פאר שלופ שכנא ער זאל שוין אהיים גיין, מאמי ווארט אויף אים.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 7:33 am
דורך צייטליך
צום זאך אדער וויכי, איך מיין אז מ'וועט מיזן אויסשפארן גרויזאמער עכ"פ פון אונזער לעיקוואד פארום פאר עטליסט צוויי וואכן, פארן באגיין אזא עוולה און זיין אזוי לייכטזיניג.

גרויזי, ס'איז א עוון בל יכופר, כ'קען שווער גלייבן אז יואלי פריעדמאן אדער חיים משה וועלן דיר אמאל מוחל זיין דעראויף.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 12:28 pm
דורך גרויזאמער
צייטליך, קוק צו דו האסט נאך עקסעס דארט, לויט מיין אינפארמאציע ביסטו פון דארט געפלויגן שוין א לאנגע צייט צוריק ווען דו האסט חוזק געמאכט פון די ליטווישע הבהרה:

http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 1:28 pm
דורך צייטליך
גרויזי, האסט געמאכט א טעות. האסט געלייגט די לינק פון די "שבת התוועדות פאר חברים אין ראלי האטעל" ארטיקל. דאס האט נישט גארנישט מיט די ליטווישע הברה..

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 2:46 pm
דורך שמערי בערי
שוועמל האט געשריבן:אריבערפירן? ארויספירן!

מיינסט אוודאי אריינפירן, איא?

---

עניוועי, גרויזי, היות אינעם לעיקוואדער פארום שרייבסטו מיט דיין עכטע נאמען וואס וויכי האט זיך ארויס געכאפט, בין איך יעצו געוואר געווארן ווער דו ביסט.

און אגב, איז יעקב פרץ נעכטן געווען ביי מיר אין אפיס, און דערזעהענדיג דעם פארום טענה'ט ער אז ער גייט זיך אויך אריינשרייבן, זיין ניק איז... כ'קען נישט שרייבן אפן, פאר פרטים פארבינדט אייך צו גרויזי אין אישית.

---

איינער ווייסט וואס איז תנחום שוועבל'ס ניק דא?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:16 pm
דורך צום זאך
כ'האב ממש פריער געטראפן יואלי קוטלער, ער זאגט מיר אז די סיבה פארוואס ער קומט מער נישט דאווענען ביי אונז אין לעקוואד'ער מנין אויף העריסאן האט נישט קיין שייכות מיט דעם וואס מ'האט עם חוסם געווען פון די פארום, נאר ליבערשט ווייל זייט ער האט זיך אנגעטוהן א שטריימל שבת שפירט ער מער נישט וועלקאם ביי נונז, נו גיי גלייב אים.. איך האלט שוין לאנג אז מיר זאלן שוין איינמאל פאראלא מאל זיך טוישן פון בן דאונ'ס צו שטריימלעך, כ'מיין ווילסט נישט אויסזעהן ווי שטאט'ס גרויזאמער.. כ'מייין שטאט'ס משוגע'נער...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:18 pm
דורך מאשקע
איינער פון די מנהלים - חזקי פראנקעל - האט מיר געהייסן איבערגעבן, אז מ'האט דא געמעקט איבער 50 תגובות, צוליב א פראבלעם מיט גילוי. ער האט געבעטן מ'זאל זיך האלטן אין די ראמען.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:23 pm
דורך עס עפעס
בענצי זעגלמאן האט מיר גראדע געזאגט אז ער איז זייער אפענדעד אז גרויזי האט דערמאנט די מעשה מיט די פלעכטער פון וויכי, ווייל למעשה איז עס אפילו נישט געווען וויכי'ס פלעכטער, ער האט דאס געהאט געבארגט פון בענצי און למעשה איז דאס קיינמאל נישט צוריקגעקומען צו אים. ער איז היינט גע'גט וועגן דעם...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:24 pm
דורך מאשקע
גע'גט וועגן א פלעכטער? איך האב געהערט אז זיי האבן זיך געשלאגן וועגן ווער ס'זאל דרייוון די קאר.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:26 pm
דורך עס עפעס
יא, למעשה האט ער אין לעיקוואד נישט געטראפן קיין געהעריגע מערידזש קאונסלער, נאר עפעס איינער דן בוימקראפט און יענער איז א מגיד שיעור סאו האט ער נישט געהאט געהעריג צייט זיך אפצוגעבן און בענצי האט נאך געהאט זיינע נעגאטיווע געפילן פון די פלעכטער געשיכטע, סאו איז אלעס געגאנגען דאון דע דרעין...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:28 pm
דורך מאשקע
דא האסטו שוין אליינס צאמגעפלאכטן...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:28 pm
דורך scy4851
ווען האט לעיקוואד ארויסגעלאזט די אלע חברה דא פון פריזער?...גרוזי...וויכי...צייטליך... נו ווער נאך?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:35 pm
דורך צייטליך
און איך סטאפ נישט צו לאכן.
צום זאך, מאשקע, עס עפעס, עס וואקסט אויף הייווען.

ס'איז א ריכטיגער פילפול וואס מיר פלעגן הערן פון רב נאכטפויגל זאל זיך מיטשען.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:37 pm
דורך מאשקע
נעבעך, הרב נאכטפויגל. אז דו רעדסט פון אים דערמאן איך מיך וויאזוי ער פלעגט אייביג שטאלפערן (נאר ביים רעדן), און יאנקי שנאפזאלץ פלעגט חוזק מאכן פון אים יעדן טאג ביי מנחה-מעריב. געדענקסט? איין טאג האט ער פארגעסן צו דאווענען מנחה און ער האט געדאווענט צוויי שאמענעסרעס ביי מעריב, און ער האט נישט געוואוסט ווען ער זאל חוזק מאכן...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:39 pm
דורך צייטליך
מאשקע!! יוי ביסטו משוגא!

איך ראגל מיך דא פון לאכן. (נישט חלילה פון רב נאכטפויגל'ס שטאלפערען, ווייל איך האלט נאך פאר מנחה.)

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:40 pm
דורך עס עפעס
כגעדענק טאקע איינמאל האט הרב נאכטפויגל געהאט גאל שטיינער און מיר זענען געגאנגען אים באזוכן אין שפיטאל, איז מיטגעקומען מיט אונז א בחור, שמילא ענדגלאנץ מיינעך האט ער געהייסן, און ער איז נאך קיינמאל בעפאר נישט געווען אין א שפיטאל, האט ער זיך מיטגענומען א קראק פאט, און די נוירס האט געמיינט אז ער גייט זיך אויפרייסן.
געדענקסט מאשקע?...