בלאט 4 פון 7
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 11:23 am
דורך גרויזאמער
יענס איז נישט געווען בענצי, איך האב עס אים אנגעגאסן, לייד וויכי לייד, איך האב דיר נישט געבעטן קיין שתדלנות, איך האב פאר אלע פרייזן געוואלט פליען פון דארט, אייביג האבן זיי מיך צוריק געשלעפט מיט קייטן, יעצט איינמאל ווען איך האב שוין געזען די ישועה איז געקומען דער ארכי פאריקטער וויכי און גאר "גע'שתד'לט" פאר מיר, יא יא, געשתדלט, איינער האט דיך געבעטן? מי ביקש זאת מידכם רמוס כרסי? אזוי זעט אויס אלע דיינע שתדלנות.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 11:30 am
דורך מאשקע
ווער געדענקט נאך ווען שאול יעקב (לעצטע נאמען געהיטן אין רעדאקציע) האט אריינגעלייגט הייס וואסער אינעם "געפילטערטן קאלטע וואסער" קראן? רוב עולם האט שוין געקענט זיינע קונצן און מ'האט געוואוסט אז מ'דארף מעסטן די וואסערן פאר מ'טרינקט עס, אבער דער נייער יונגער משגיח ר' זלמן הערש האט נעבעך גארנישט געוואוסט... פאר דריי וואכן האט ער גערעדט שווער צוליב זיין אפגעבריטן צונג... נעבעך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 11:44 am
דורך שטארק זיך
אוי זכרונות....
מאשקע דארמאנסט מיך פון די מעשה ווען אודיאל פימפלקראך האט אריין עקסלעקס און דעם גרויסן קאווע טעפל זונטיג אינדערפרי...
געדענקסט, דער גאנצער עולם האט געדארפט לויפן, אבער אלע בתי כסאות זענען פארשפארט... מיט טונקל-ווייסע טליתים קטנים הענגענדיג איבער די טירן...
דער עולם ווייסט נישט, אבער שפעטער האט זיך ארויבגעשטעלט אז ס'יז גרויזיס ארבעט, ער האט געבעטן אודיאל'ן אריינליגן די 'פלעיווארינג' אין די קאווע, ווען ביני לביני האט ער אפיר געזוכט אלע טליתים קטנים פון די שיימעס אין בעיסמענט און זיי אויסגעהאנגן איבער די ביה"כ...
און ווער איז געווען דער שעיר לעזאזל....שוועמל, מ'האט געשמועסט אז וויכי האט אים איינגעמיירעט...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 11:47 am
דורך עס עפעס
מאשקע, יענע יאר איז די פורים צייטונג געווען פול מיט ליצנות פון ר' זלמן הערש, וועלכער האט פארגעלערנט גאר פאני צוליב זיין אפגעבריטן צינג...
אוי איז דאס געווען צום לאכן.
סדערמאנט מיר אויך ווען עטליכע יונגע בחורים מחוצפים האבן באהאלטן הרב נאכטפויגלס טאביק פושקעלע אינאיינעם מיט זיין שפיגל, ער איז יענעם טאג געקומען מיט פארדרייטע פיאות צוליב וואס ער האט נישט געהאט זיין שפיגל און געשמעקט האט ער פון שאמפאו אנשטאט פון טאביק. ער האט נישט געוויסט וואו זיך אהינצוטון פאר ביזיונות. דעמאלט האט ער גענומען א גרופע פון 6 מצוינים און פארגעלערנט פאר זיי דעם שווערן שטיקל חוות דעת אינעם זייטיגן מגי"ש שטיבל...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 12:17 pm
דורך צייטליך
איך דערמאן זיך יעצט די גאנצע פאליטיק וואס איז געווען צווישן וויכי, גרויזאמער, מאשקע און בענצי איבער ווער עס זאל שלאפן אין זייער דארמעטארי שטוב. (וויבאלד גרויזאמער איז געווען עטליכע יאר אינגער.)
געווען דעמאלס א באקאנטע מעשה וואס דער משגיח האט זיי פארגעהאלטן. איך ווייס נישט אויב איך מעג עס דערציילן דא אין פובליק.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 12:21 pm
דורך עס עפעס
אוי צייטליך ברענג בעסער נישט ארויף יענע פרשה, סוועט מאכן אומבאקוועם פאר אסאך יוצאי ישיבתינו...
וואס מ'קען יא דערציילן פון יענע געשיכטע איז אז למעשה האט די הנהלה געזאגט אז וויכי, גרויזי, מאשקע און בענצי דארפן גיין שלאפן צו מענטשן אינדערהיים. וויכי האט געשאלטן ווייל מען האט אים געשיקט צו פאמיליע האנטעכאוויטש, וועלכע האבן נישט געהאט די ספעציעלע בראש וואס ער האט געדארפט פאר זיין בענדאון...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 12:26 pm
דורך צייטליך
פון די אנדערע זייט האט אבער טאקע דארט וויכי אנגעקניפט זיינע פארבינדונגען מיט יוסי גרין און יואלי שווארץ.. וויבאלד האנטעכאוויטש איז געווען זייער וואויס לעסענס טיטשער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 12:28 pm
דורך מבין נומ 1
דאס וועט מיר קיינמאל ארויס פון קאפ: דער באהאלטענער וועקער! וואס מהאט נאר געטוהן עם צו כאפן רויט האנטיג ביים וועקן צענע פאטאגס האט זעך נישט אויסגעארבעט!
ער האט זיך עפעס געגבן אזא שאר אריין אין צימער ווען יעדער איז נאך טיף טיף געשלאפן און ער האט געגעבן אזא צינד אן אנקל גרונם׳ס טעיפ און ער האט געגעבן א צי אפ, ה׳טעיפ האט געבאכעט, וה׳וועקער איננו...
כגעדענק ווען אונסז פלעג מיר צווינגען עסעפעס צו גיין אויסלעשן דעם טעיפ כדי מיר זאלן קענען ווייטער שלאפעצן...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 12:37 pm
דורך מבין נומ 1
סקומט יעצט אריין די נייעס אז בענצי זיגעלמאן ווערט היינט נאכט א חתן בזו״ש מיט רויזא פלעכטעראוויטש!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 12:39 pm
דורך עס עפעס
אוי מבין פונעם וועקער רעד נישט, ווייל עס "וועקט" אין מיר אויף ביטערע זכרונות. כהאב געהאט מיט אים א פרשה...
צוריק צו גרויזי, וועלכער איז איינגעטיילט געווארן צו שלאפן ביי דעם אלמן גרינבוים, דארטן האט ער זיך אנגעהערט די זכרונות פון מאנילע און דעריבער האט ער שפעטער באשלאסן צו פארן אהין אויף א באזוך...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 12:42 pm
דורך עס עפעס
מאשקע האט קודם געדארפט שלאפן פאר עטליכע טעג אין בית המדרש, דארטן האט ער אנגעהויבן א געפעכט מיטן גוי, און דער גוי פלעגט אים אייביג טשעפענען אז ער וועט נאך אראפגיין פון ליטווישן וועג (סאיז טאקע מקוים געווארן...)
ווען דער גוי איז אנטלאפן פון לעיקוואוד צוליב וואסב מאשקע האט אים אויסגעטיילט צרות, האט מען פארשיקט מאשקע'ן צו שלאפן ביי משפחת פלעכטעראוויטש!!!!!!!
סאו ווערט ער יעצט א ערשטע קאזין מיט בענצי זיגעלמאן, וואס מבין האט יעצט געברענגט די הייסע נייעס אז ער איז א חתן ביי פלעכטעראוויטש...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 12:52 pm
דורך עס עפעס
בענצי למעשה האט נישט געטראפן ביי וועמען צו שלאפן און ער האט זיך טאקע געדרייט אין די גאסן, מען זאגט אז דעמאלט איז ער אפגעפארן און זיך געקויפט א "ביפער"...
איין משגיח הרב קערנשמוץ איז געווען קעגן פארשיקן בחורים צו שלאפן ביי פריוואטע הייזער און ער האט ביי א דרשה געניצט בענצי'ס דורכפאל אלס עקזעמפל, מען האט אים דאן פארשיקט פון ישיבה, הגם ער איז געווען פון די בעסטע מגידי שיעור...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 12:55 pm
דורך גרויזאמער
ווער געדענקט ווען מען האט געכאפט דעם פארשטעלטן איד אין לעיקוואוד? עס איז דעמאלטץ געווען א ריזיגע נייעס, איך געדענק ווי יגר'ל האט גומל געבענטשט ווייל ער האט געדארפט גיין שלאפן צו אים.
יגר'ל האט אויסגעזען זייער אינטערסאנט, גייענדיג מיט א פלאכע בובער הוט און קורצע רעקל, נעבעך, געדענקסט -עס עפעס- ווי ער האט זיך פראבירט צוצושטעלן צו לעיקוואוד?, אויף אזוי ווייט אז יעדע ציירי האט ער אויסגעשריגן הויעך אלץ א סגול, יעדן טאג ביי מנחה אנהייב שטילע שמונה עשרה -וואס טייל דאווענען נישט אין לעיקוואוד- פלעגט מען הערן יגר'ל געבן א שריי "שעים!", ווייל ער האט דאן געזאגט "כי שם ה' אקרא".
געדענק איך ווי נעכטן, ווי דער 12 יעריגער ר' שמחה וואס איז דאן אריינגעקומען אין ישיבה און מען האט אים פלאצירט נעבן דעם בארד-באוואקסענעם יגר'ל, האט געמיינט אז ער שרייט אויף אים אז ער זאל זיך שעמען, האט ער גע'בוכה'ט!, ר' שמחה דערצייל מיר וואס איז געווארן צום סוף ווען דו ביסט ווי א מסור קעצל געגאנגען אויסזאגן ר' דן באב"ד.
הפנים, יגר'ל האט דאן גומל געבענטשט בלא שם ומלכות, דער עולם האט זיך געטשאוקט פאר געלעכטער...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 1:02 pm
דורך עס עפעס
גרויזי דו האסט מיר דערמאנט פונעם 12 יעריגן ר' שמחה און כהאב זיך דערמאנט א ים מיט זכרונות.
ערשטנס ווי ער פלעגט אייביג זיך דארפן איבערבייגן דעם משגיח'ס טישל ווען ער האט עפעס געוואלט פרעגן, און דער משגיח איז געווען א פוילישער אפשטאמיגער, האט ער זיך געבייזערט אויף אים און אים געזאגט ער זאל אונטערוואקסן... אוי האט ער נעבעך דעמאלט געוויינט, כגעדענק אז די ישיבה האט געמאכט דעמאלט אן עמור'דזשענסי אפיל ווייל מען האט געהאט א ריזיגע אפענער באלאנס ביי "פאפס טישוס" פירמע, צוליב וואס ר' שמחה האט אלעס אויסגעניצט אין זיין געוויין...
יגר האט טאקע אייביג געהאט מעשיות מיט דעם ר' שמחה, עפעס האבן די צוויי געקלעבט אומווילנדיג. איינמאל געדענק איך ווי יגר'ס מאמע האט אים געשיקט א נייעם בראש פאר זיינע פיאות ווייל א נעיבאור פון די ישיבה האט אנגערופן זיין מאמע זאגן אז ער זעט שוין באלד אויס ווי א חסידישער שלאך. למעשה האט ר' שמחה געמיינט אז דאס איז זיין בראש און ער האט זיך דערמיט אויסגעקעמט די בארד. יגר, וועלכער איז געווען א שטארקער מפונק האט דעמאלט באקומען בויך וויירוס און איז אפגעליגן פאר עטליכע טעג...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 2:41 pm
דורך איזאק
... Crazy people
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 2:44 pm
דורך עס עפעס
אוי איזאק האסטו אויפגעוועקט זכרונות....
דער גוי אין ישיבה פלעגט אייביג שרייען crazy people........
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 3:07 pm
דורך שעפטיל
אז מער רעד שוין וויל איך בלויז דערמאנען אויפן שפיץ גאפל די באקאנטע מעשה ווען וויכי און צייטליך זענען געפלויגן פאר צוויי וואכן נאכן זיי כאפן ביינאכט צוזאמען אונטער ריטשי'ס הויז לעבן די ישיבה.. איך ווייס נישט צו די ר' שמעלקע דער משגיח האט צוטריט צו דעם פארום, אבער אזויפיל קען איך ענק זאגן אז ער האט נישט געהאט קיין אנונג וואס עס האט זיך אפגעשפילט דארט... זיי האבן געהאט א פאלם מיט ווייפיי און זיי פלעגן קוקן היימישע קרעטשמע... זיי פלעגן זיך שאקלען אויף אלע זייט אווי צו טרעפן די ווייפיי, נאכדעם פלעגן זיי זיך ווארפן פון געלעכטער, דעמאלטס האט זיי ר'שמעלקע געפאקט... למעשה האט צייטליך געהאט מזל, ער איז דעמאלטס א חתן געווארן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 3:30 pm
דורך שמערי בערי
ווער געדענקט דען נישט דער "הכוכב" וואס פלעגט ארויס קומען דארט, אזוי יעדן מאנטאג און דאנערשטאג בערך...?
אט איז וואס כ'האב געטראפן צווישן מיינע ארכיוון...
(קליק פאר הויכע רעזאלושען, טענקס טו טריאו)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 3:34 pm
דורך קעכער
שמערי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 3:36 pm
דורך וואדקע
איך האב שוין געציילט בערך 3 קרעטשמע מעמבערס וואס האבן נישט געלערנט אין יענע פאני צופארענע ישיבה...
צו איך האב געלערנט דארט פרעגסטו?
איך זאג נישט! גילו.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 3:42 pm
דורך שמיי_דריי
שמערי.... איך לאך....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 3:46 pm
דורך מבין נומ 1
שמעעררי כגלייב עס נישט, כהאב געוואוסט אז זיי האבן אלעס באגראבן ביי די גרויסע שמות לוי'! און דא זע איך עס אזוי קליפ און קלאר
אין די זייט ראגל איך זיך ווי דו נוצט דיינע טאלאנטן אויפצוקומען מיט אזוינע ווארע... (כגלייב ממש נישט ביסט געגאנגען ארויסגראבן דעם כוכב פונעם טעלזן טאל...)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 3:54 pm
דורך צייטליך
שמערי!!! ביסט אייזן גוט!
רעדענדיג וועגן "הכוכב" געדענק איך איין זאך ווי מאשקע האט צוגעפיקסט עס עפעס דורך אריינלייגן אן אנאנס דארט אז עס וועט זיין צובאקומען יעדן ליל שישי טשולענט און קוגל און דערצו געלייגט עס עפעס'ס ביפער נומער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 4:00 pm
דורך עס עפעס
אוי צייטליך, פרעג נישט וואס כהאב דעמאלט געהאט.
די חברה פון רום נומער 330 האבן מיר געהאלטן אין איין ביפן, און זיי האבן באשטעלט טעלערס טשולנט, כהאב למעשה נישט געוואוסט ווער עס שטייט אונטערן שטיקל, בין איך זיך געגאנגען אויסרעדן צו מאשקע'ן גאר.
דא איז וויכי אריינגעקומען און האט מיר אנטפלעקט דער סוד אז מאשקע איז גאר דער וואס האט מיר צוגעפיקסט און געלייגט מיין ביפער נומער אויפן טשולנט עד, זינט דאן רעד איך מער נישט צו מאשקע, נאר בכתב דא אין קרעטשמע...
אגב דערמאן איך זיך ווי גרויזי האט געוואלט צופיקסן איינער פון די משגיחים און ער האט אים ארויפגעברענגט א טעלער טשולנט ליל שישי, און ער האט אריינגעלייגט א גרויסן מארך ביין. דער משגיח, דאכצעך ער האט געהייסן זלמן עפלשניט, האט זיך געשטיקט פונעם ביין און די בחורים פון געלעכטער...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 4:08 pm
דורך עס עפעס
ביי דע וועי שמערי איז דער דעקל וואס דו האסט דא געברענגט נישט דער ענדגילטיגער דעקל, ווייל כגעדענק סהאט זיך דעמאלט אפגעטון אויף טישן און בענק, ווייל גרויזי האט געוואלט מען זאל לייגן דער בילד ווי מען זעט אים זיצן אינעם קאר (אשכול, סארי...)
צייטי האט געהאט דאן טענות אז ער האט גערעדט רוב צייט פונעם אינטערוויו בנוגע אונטערהער אפאראטן און סאיז נישט יושר אז מען לייגט אלע דריי נעמען...
אלנפאלס, ווער איך יעצט געוואויר אז דו האסט געהאט ערנסטע פארבינדונגען דעמאלט אין ישיבה מיט די ארויסגעבער פון "הכוכב", אשאד מיר לערנען שוין מער נישט אין ישיבה, ווען יא וואלט איך געהאט הייסע ווארע און דער עולם וואלט מיר אנגעהויבן אויסהערן...