בלאט 3 פון 7

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 4:05 pm
דורך צייטליך
מאשקע, ביסט זיכער אז פערל'ס מקוה האט מען הערשט געבויט נאך רב שניידער'ן??

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 4:05 pm
דורך שמערי בערי
יואלי פריעדמאן איז נאך דא? געדענקסט ווען דו האסט געהאט בויך ווייטאגן און מ'האט אויפגעהאנגען מזל טוב'ס ווייל מ'האט געמיינט אז דו ווערסט א חתן?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 4:06 pm
דורך שמערי בערי
צייטליך, געבויט האט מען עס פריער, אבער דעמאלטס איז עס פארטיג געווארן.

איך געדענק ווי מען פלעגט שטיין ווען דער סעמענט טראק האט געגאסן סעמענט און ער האט געשאלטן מיט טויטע קללות?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 4:07 pm
דורך עס עפעס
כגעדענק ווי עטליכע באמעס האבן געברענגט סקוויזער, הגם די ישיבה האט אויסדריקליך נאר ערלויבט קרענבערי דזשוס, אוי האט זיך דעמאלט אפגעטון. הרב פליישביין, וועלכער איז געווען מער א חסידיש-געשטימטער ליטוואק, האט פארפירט, דעמאלט האט ער ארויסגעגעבן די באקאנטע שו"ת ספר "עצמותי כמוקד ניחרו" וואו ער האט געשריבן איבער דער ענין.

מען האט דאן אויסגעגאסן אלע סקוויזער אין סוער אריין, עס זענען אנוועזנד געווען עטליכע פון די פעדעראלע רעגירונג זיכער צו מאכן אז מען פאלגט אויס אלע פראהיבישאן פארשריפטן...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 4:07 pm
דורך קרעמער
רעד בעסער נישט פון יואלי פריעדמאן'ס חתן ווערן... איך קען נישט אויפהערן לאכן פון זיין מעשה ביי די זיבעטע בעשאו מיט די 2'טע אנגעטראגענע (חיים נחום'ס געוועזענע).

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 4:08 pm
דורך שמערי בערי
און ווער געדענקט ווען מ'האט ארויס געווארפן אברמי ציגעלעמילעך פאר'ן רופן ניין וואן וואן?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 4:09 pm
דורך מבין נומ 1
צייטליך, אוי וואס אין דעם ROOM 325 פלעגט אלס פארקומען, געדענקסט דארט ערב יו"כ ווען שווארצבלאט האט זיך אויסגעצויגן צו כאפן די מלקות פון דעם בריסקער געלזערווארום, און דער קאנטשיק האט זיך צעבראכן??

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 4:10 pm
דורך שעפטיל
חחח.. באשעפעער ווי שאפט מען די קרעטשמע פראוו מילצן אויסצוהאלטן דאס געלעכטער דא??

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 4:17 pm
דורך צייטליך
מבין, אז די רעדט איבער מלקות האב איך גאר א גוטער מעשה פון גרויזאמער ווען ער איז אריינגעקומען אין אינגסטע יארגאנג פון ישיבה. מיר זענען שוין געווען היבש עלטער איז געווען איין טאג ווען גרויזאמער האט געמאגט א קאווע אין קאווע צימער (אגב, דער קאווע צימער אליין איז געווען גרעסער ווי אינזער קאנטרי'ס סווימינג פול, רייע'ס מיט מילך מאשינען און דארינטער די קאצקע ציקער) אלעפאלס. גרויזאמער האט זיך ארינטערגעגליטשט אויף ס'פאדלעגע מיט א גלעזעל ציקערדיגע קאווע.

ער האט נאך דאן געהאט די נייע חאלאט און ער האט זיך שטארק געשעמט איז געקומען עס עפעס מיט זיין חברותא מאשקע (וועלעכע האבן פונקט א וואך פריער שלום געמאכט נאכן נישט רעדן איינער צום צווייטן פאר עטליכע חדשים נאכן גרויסן סנאו באל וואס מאשקע האט אום געווארפן) און אום דאן אויפגעהויבן, געגעבן א נייער חאלאט און אזוי איז ער דאן אריינגעקומען אין קרעטשמע..

עס עפעס און מאשקע האבן טאקע יענער יאר געריגן די "נאבעל פריייז" וואס ישיבה גדולה גיב יעדעס יאר פאר איינע פון די בעסטע בחורים.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 4:21 pm
דורך שמערי בערי
מיינסט אוודאי די ק'נאבל פרייז, יא?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 6:38 pm
דורך שמיי_דריי
איינער געדענקט דא ווען א מייז מיט א קאץ זענען אריין געלאפן אינמיטן סמעדרעש? דער עולם איז געשפרונגן פאר שרעק... דער עולם האצעך אויסגעלערנט דארט די קאצן מויז שפיל...

גארנישט קומט אבער נישט צו, צו יעקב שמשון'ס פלאפ מיט די פאפקארן מאשין.. ער האט געמיינט אז מען גייט קענען מאכן פאפקארן אין ישיבה און עס גייט נישט שמעקן... ביז די מנהל האט עס אוועק געכאפט און זינט דאן האט ער אנגעהויבן צונעמען אומגעפער 20 פונט א חודש.. לצים פלעגן זיך וויצלען אז ער האט אראפגעשלינגן א קערל און עס פאפט דארט אין זיין בויך...

איינער געדענקט דא ווען משה זרח ברעקלשלאק האט אריין געלייגט אפאר סליפינג פילס און די הייס וואסער פערקולעיטאר פון די ישיבה און דער עולם איז דורך געשלאפן א וואך אין איין צו??? יו איז ער געוועהן א חברה מאן

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 6:58 pm
דורך צום זאך
זאבי שניצלמעסער געדענקט איינער? הא?
ער פלעגט כסדר שטיין ביים סטענדער אין די האלוועי נעבן די 'בשבתך בביתך' טעיפס, ער האט זיך נישט אוועקגערירט דארט פאר קיין געלט אין די וועלט! בייטאג, ביינאכט, שבת, יו"ט, תמיד האט מען אים געזען דארט מיט 7 ספרים אויפגעמישט איינס אויפן צווייטען און צוזאמגעדרייט זיין נעקטיי אויפן פינגער בשעת'ן זיך פארטראכטן אין א טיף שטיקל ר' חיים.. יו איז ער פאר די ביכער..
כ'דערמאן מיך, איינמאל ווען די משגיח האט געוואלט געבן א מוסר שמועס און ער זייער געוואלט אז זאבי זאל אויך הערן, אבער זאבי פלעגט זיך נישט אוועקרירן פון זיין סטענדאר, האט די משגיח געגבען יענעם שמועס אין האלוועי, כ'דארף ענק נישט דערמאנען וואספארא פנים ס'האט געטראגן... זינט דעמאלט רופט מען יענע האלוועי "די מוסר וויי" (-וועי אויפן ליטווישן הברה..)
אאה, ווי קען מען פארגעסן יענעם שבת שקלים ווען איטשע דער קעכער האט בטעות געקאכט ליט-פיש אנשטאט געפילטע פיש! הוי האט ער געהאט צו ליידן דערפון, וואכן לאנג פלעגט מען אריינגיסען מילך באטלעך מיט פיש זאפט אין זיין אלדסמאביל סטעישן וועגאן (וויכי און גרויזי פלעגן עפענען די בעק טיר מיט א קאלינג קארד..) וואס פלעגט שטענדיג זיין געפארקט צווישן די חדר האוכל החדש אין די דאמיטארי.. (ביז מ'איז געוואויר געווארן אז ער נוצט שוין לאנג נישט יענע קאר...)

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 7:02 pm
דורך גרויזאמער
ענדליך נתגלה קלונם פון די גאנצע גרופע דא אויפן קרעטשמע, אפאר עלטערע בחורים ארויסגעפאלענע נעבעך פון די חסידישע עולם, ניטאמאל אין לעיקוואוד ווי זיי האבן געפלאנט צו פירן א שוואוילטאג און דארט טרעפן זייער גליק האט מען זיי ניש אנגענומען נאר ארויסגעשליידערט, דא וועסטו נישט טרעפן קיין איין חסידישער אינגערמאן, אלע זענען זיי איין כיתה און א גרופע-גענג פון לעיקוואודער ישיבה.

מיכאל איז נישט מער ווי גערעכט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 7:19 pm
דורך שוועמל
אהה, אנטיגנוס דאס ביסטו גאר?

צורישדי האט מיר נעכטן געזאגט ער האט גערעדט צו נחבי איבער שמריהו, עס זעהט נישט אויס אז ירבעם וועט אים גלייבן אז נבל איז טויט צודרייט אויך זיין ווייב אביגיל האט עס באשטעטיגט פאר איר שוועגערין עתליה וואס איז שוין גע'גט נעבעך פון עמינדב. (ביי די וועי זי האט שוין נאכאמאל חתונה געהאט צו עמיהוד).
ווען איך וואלט געוויסט אז אביהו איז דער וואס האט אויסגעזאגט קרח'ס ניק פאר סוסי וואלט איך אים דערווארגן און ארויסגעווארפן פון קרעטשמע ווען איך וואלט געווען א מנהל.

רעדענדיג פונעם מנהל, אבטליון מוילקישער, ער איז טויט גוט מיט חור זאלצנפינגער דער יוצא ישיבת לעיקוואד פון בני ברק אין תשנ"א ער פלעגט זיך אלס דרייען דארט אויף מעיפל דרייוו ביז דער מנהל אבשלום גרויזאמער האט אים פארשיקט, איינער געדענקט אים?

מיכאל איז נישט גערעכט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 7:23 pm
דורך שמערי בערי
גרויזאמער, מיינסט אז מיר געדענקען נישט ווי דו האסט זיך געבעטן מיט לעמאנעיד אין די אויגן אז מען זאל דיר ארייננעמען דארט? איך געדענק ווען דער מנהל האט דיר ארויס גערופן אין בית מדרש און בפני כל הקהל ועדה דיר געהייסן אויפהערן צו שמועסן אינמיטן לערנען מיט די חברותא נעבן דיר (דאכציך סי'געווען וויכי מיט מאשקע), דאס איז געקומען נאכדעם ווי דיין חברותא - וואס איך קען נישט פורש בשלומו זיין משום גילוי - האט זיך אפגערעדט אז דו לערנסט נישט קיין אידיש ווארט?

איך געדענק ווי דו האסט דיר געבעטן מיט טרערן צו צייטליך אז ער זאל דיר אריינלאזן אין זיין אזויגערופענע (וועא"מ) "גענג", שטייצעך אז קיין יונגערע בחורים האט מען נישט אנגענומען דארט, אוודאי געסטו יעצט אויס דיין ווייטאג...

---

שוועמל - חחחחח

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 11:06 pm
דורך מבין נומ 1
פונקט האב איך פריער אנגעטראפן דעם פוטערהארט וואס איז איין טאג געקומען נאך געלט אין לאנטש רום און ער האט זיך נעבעך אויסגעגליטשט אויפן שווארצן באנאנא וואס גרוזיס פעטער האט ספעציעל געשיקט פון טשילע, יוי דער פוטערהארט קען זיך נאך יעצט נישט בארואיגן דערפון...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 12:55 am
דורך לוסטיג
האלא האלא... חברה בארואיגט'ס ענג איך קען נישט קומען צו מיר פאר געלעכטער, ס'נאט נארמעל וואס ענק טיען דא, עטס דערמאנטס מיר פון די אלטע היים אין לעיק-וואד'טשאק..

דער חני שטיקליץ ווער קען אים דען נישט?! יואש נעבעך כהאב אים עכט געשוינט, געווען אייביג דער קרבן ציבור שבת צופרי ביים דאווענען, א גאנצען דאווענען איז מען געווען פארנימען מיט אים, ער איז געליגן אויפן טיש מ'האט אים אויסגעפראקט אין געלאכט פון אים אזאש אז סוף דאווענען פלעגט ער ווערן פארשווינדען אין ער איז נישט געווען צו געפינען מער.

איך דענק דער הארטקרעקער פלעגט אים ארימזיכן אבער ואיננו ווי אין מויל אריין,
יאפס!! די צייטן פון אמאל, געווען אמאל צייטן,

אקעי איך שלאף שוין, די משגיח איז דא.....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 1:25 am
דורך שמן זית
איך ווייס נישט פארוואס איך געדענק נישט די אלע מעשיות

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 5:46 am
דורך איזאק
ווי בין איך דא אריינגעפאלן ? איז יעצט תשרי אדער אדר ? וואס גייט דא פאר ? ברענג ארויף דעם פייער און וואסער אשכול, א מין חופה דא, גרויזאמער וואס האסטו דא אנגעווערטשאפט ?

מאשקע דו געדענקסט ווען מ'האט ארויסגעווארפן דרייצן בחורים פון ישיבה ווען זיי האבן געמאכט א דעמאנסטראציע אין פראנט פון ר' מאיר בעל הנס פושקע אפיס און זיי האבן געהאלטן סיינס וואס האט געהאט מיאוסע סלאגאנען ? איין סיין וואס איך געדענק איז געשטאנען 'ווי וואנט טרעק 5, סעי יעס טו טרעק 5.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 8:02 am
דורך EMT
איזאק
די מיינסט "לבנימין" פון א.פ.

וואס דעמאלטס האט זיך אפגעטוען מיט דעם ניגון
גאנצעטע דרשות/איסורים

און ןןען מען האט געכאפט ברוך פישערוואסער הערן דעם ניגון ... שוין בעסער מ'רעדט נישט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 8:30 am
דורך גרויזאמער
רעדסט פון ברוך, ער שטייט נעבעך אויס שווערע קלאגעס פארן כשר'ן ערדענע כלים. ברוך בן נחמה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 9:33 am
דורך מבין נומ 1
רעדסט פון כשר'ן דערמאן איך מיך ווען דער ראש ישיבה איז נעבעך אריינגעפאלן אינ'עם הייסן כשר'ן טאפ ביים כשר'ן זיין מיקראפאון...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 9:38 am
דורך עס עפעס
און מען האט געדארפט רופן דעם מעקעניק מיילעך צו אינסטאלירן א נייער מיקראפאון סיסטעם!

יא יא כגעדענק עס ווי היינט...

קינדער זענען אים נאכגעלאפן פאר א ביזנעס קארטל און ער האט זיך געבייזערט. דעמאלט איז געווען גרויזאמער וואס האט מחזק געווען מיילעך דעם מעקעניק און ער האט ארויסבאקומען אז מיילעך רעגט זיך אויף די קינדער ווייל ער האט נישט קיין קארטלעך אויסצוטיילן, איז גרויזי געגאנגען בלבו הטוב און געלאזט אפדרוקן עטליכע הונדערט ביזנעס קארטלעך.

סאיז אבער געווען א מעידזשאר 'מיסטעיק' אויף די קארטלעך, אנשטאט שרייבן מיילעך דער מעקעניק, האט ער געשריבן הרב נאכטפויגל דער מעקעניק! אוי האט זיך דעמאלט אפגעטון!

ווען נישט וויכי'ס שתדלנות וואלט דאס געווען די צווייטע מאל וואס גרויזי האט געזען די ישיבה פונעם צווייטן זייט טיר...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 10:27 am
דורך וויכטיג מאכער
עד היום לייד איך וועגן יענע שתדלנות..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 10:59 am
דורך עס עפעס
וויכי, סהאט דיר דעמאלט קיינער נישט געבעטן אז זאלסט שתדלנען, סאיז געווען דיין אייגענע וואלונטירשאפט.

פאקטיש געדענק איך אפילו ווי בענצי זעגלמאן האט דיר פרובירט אפצורעדן און דו האסט זיך אזוי שטארק געוואלט אננעמען פאר גרויזי אז דו האסט אנגעגאסן בענצי מיט א גלעזל מילך...

אוי האט זיך די ישיבה איבערגעדרייט...