בלאט 2 פון 7
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:41 pm
דורך צייטליך
מאשקע איז דענמאלס נישט מיטגעקומען, ער האט געהאט זיין נעפיו'ס בר מצוה ווי מאשקע האט אנגעפירט מיט די קינדער קווייער..
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:43 pm
דורך עס עפעס
אויש, ביזט דאך ביטער גערעכט צייטליך, מאשקע איז מיטגעקומען ווען מיר זענען געווען באזוכן דעם משגיח גד האמערממאן וועלכער איז נעבעך אפגעליגן מיט א פענדיקס...
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:44 pm
דורך צייטליך
אט אזוי. יענער פענדיקס געווען. מ'האט רב האמערמאן געברויכט טרענפערען קיין דאבעליו האספיטאלל אין לעיקוואד ווי ער איז דורך די אפעראציע.
אבער די מעשה מיט די קראק'ס פאט גייט מיר נישט אריין אין קאפ. כ'מיין ארויס, אדער אפשר יא אריין. אםם.. כ'דענק שוין נישט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:45 pm
דורך גרויזאמער
יוי, דאס איז נישט נארמאל דא די בקיאות וואס דער עולם ווארפט, מען קען נישט אזוי, די מנהלים דארפן אריבערפירן דעם אשכול! עס באלאנגט נישט דא.
עס באלאנגט אין די פארום ווי שאץ מאץ האט באשריבן זיינע 3 זמנים אין לעיקוואוד, און לחיים ולברכה האט באשריבן וויאזוי די מויסטשער קיור אין די חברותא שטובל האט קראנק געמאכט אלע בחורים.
צום זאך? נעם קער, פארגעס פון יואלי קאטלער. געגאנגען!
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:46 pm
דורך אורח
געוואלד געשריגן
נעבעך עטס זענטס געהעריג טראמיטייסט
אלע משגיחים זענען נעבעך אפגליגן אין שפיטאל ?
טא ווען האט איר גלערענט ?????
יו איך ווינדער מעך
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:47 pm
דורך צייטליך
נאכן דורכליינען דעם אשכול ווילסטו טאקע וויסן ווען מיר האבן געלערנט? איך וויל אויך וויסן...
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:48 pm
דורך מבין נומ 1
אוי הרב האמערממאן איז ער געווען זיס! עסעפעס געדענקסט נאך ווען ער פלעגט זיך בייזערן ווען מיר האבן געטרונקען די קרענבערי זשוס אנשטאט די מילך?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:49 pm
דורך עס עפעס
אורח, דאס אז אלע משגיחים זענען אפגעליגן אין שפיטאל איז געווען צוליב טיפוס, נאר אגב האט מען שוין קעיר גענומען פון יעדנס פריוואטע קרענק ווי פענדיקס און גאל שטיינער...
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:52 pm
דורך צייטליך
מבין. יא יא, ס'איז געווען ווען עס איז געווען א שטיק צייט מילך מיט א שוואכע הכשר פון די STAR P ארגענעזאציע און מיר האבן אנשטאט געהייסן די ישיבה באשטעלן די קרענבערי דזשאוס וועלעכעס איז געוען א גאנגבארער ארטיקל אין יענער צייט.
רב האממערמאן האט איינמאל ביי זיין וועכענטליכער שיעור אין ROOM 325 געהאקט אויף די קרענבערי דזשאוס זאגענדיג: "מיר האבן שוין גענוג געהאט פון די בלעקבערי'ס (דאן געווען א ניייע זאך) ווער ברויך נאך קרענבעריס?"
עס האט איבערגעלאזט א גרויסער רושם אויף מיר אז זינט דאן טרינק איך מער נישט קיין קרענבערי דזשאוס..
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:54 pm
דורך מאשקע
אוי, ווער געדענקט נאך דעם רייניגער, יאשנאק? אוי איז דער א זיסער גוי געווען! ער פלעגט זיך ארומדרייען מיט א גנב שליסל און עפענען אלע טירן, ובפרט ווען א בחור האט געוואלט גיין אין מקוה נאך איינסע... נאר א שאד אז ער האט געקענט א גוטן אידיש און מ'האט נישט געקענט רעדן אונטער זיין רוקן...
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:54 pm
דורך עס עפעס
מאשקע האט דאן געהאט א פערזענליכע עקספיריענס מיט קרענבערי דזשוס, זינט דאן אין ישיבה רופט ער עס קרענקבערי דזשוס, מאשקע פארצייל זיי...
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:55 pm
דורך מאשקע
אוי, רעד נישט דערפון... די "קרענק"בערי דזשוס האט מיך אראפגעפירט פון ליטווישן וועג...
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:57 pm
דורך קרעמער
יא יא (נישט די ניק, ער האט דאכט זיך געלערנט אין טעלז) אזוי קוקט מען אויס ווען מען קומט קיין לעיקוואוד און מען נוצט אויס די צייט צו פארן באזוכן די קדם פירמע.
אגב, וועט זיך אין דעם אשכול שטעלן א מנין מנחה קטנה יעדן טאג אום 1.01
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:57 pm
דורך עס עפעס
כגעדענק ווען די בחורים האבן גוט אויפגערעגט יאשנאק'ן איין טאג.
מען האט באהאלטן אלע האנטוכער און דער גוי האט אנגעפירט א אינוועסטיגעישאן. וויכי האט אים שיער געוואלט אויסזאגן וואו די האנטוכער ליגן, אבער דאן איז געווען א תמימותדיגער בחורל וועמען מען האט געהאט איבערצייגט אז מטוט דאס למען כבוד שמים און ער האט גענומען וויכי'ן אין א זייט און מיט א שטיקל תפארת שלמה האט ער אים איבערצייגט ער זאל דאס האלטן בסוד...
דער משגיח הרב דארנקראנץ האט דאן מוחה געווען אין ביהמ"ד נאך מעריב...
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:58 pm
דורך אורח
מאשקע האט געשריבן:אוי, ווער געדענקט נאך דעם רייניגער, יאשנאק? אוי איז דער א זיסער גוי געווען! ער פלעגט זיך ארומדרייען מיט א גנב שליסל און עפענען אלע טירן, ובפרט ווען א בחור האט געוואלט גיין אין מקוה נאך איינסע... נאר א שאד אז ער האט געקענט א גוטן אידיש און מ'האט נישט געקענט רעדן אונטער זיין רוקן...
מקוה????
לעקוואד???
האסטעך פארמישט
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:59 pm
דורך צייטליך
קרעמער די מעשה מיט קדם איז געווען איבער די מבושל גרעיפ דזשאוס פרייטאג צונאכט'ס ביים סעודה, דאס איז געווען צוויי יאר פאר גרויזאמער איז אריינגעקומען אין ישיבה..
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 4:00 pm
דורך scy4851
גרוזי...זעהסט וואס די האסט דא אהנגעארבעט?
אנשטאט גיין צום 'רעדען פאר פייער און וואסער' אשכול, זענען זיי אלע דא צאמגעלאפען.....
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 4:00 pm
דורך צייטליך
אורח, מיר האבן דארט געהאט א עקסטערען חסידישן פארום.. ווי מיר האבן געהאט אלע חסידישע צוגעהערן..
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 4:01 pm
דורך עס עפעס
אורח כזע אז דו כאפסט נישט וואס דא קומט פאר. עס איז געווען א גרופע חסידישע בחורים וועלכע האבן געלערנט אין לעיקוואוד, מיר האבן דעריבער געהאט אונזער אייגענער מקוה דארטן...
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 4:01 pm
דורך שמערי בערי
און ווער געדענקט ווען נחמי' האט אריינגעלייגט אנשטאט קרענבערי דשוס פראן דשוס אינעם באטל, און מ'האט געמיינט אז ס'איז געשען א אויסברוך ווען דער גאנצער עולם איז אפגעזיצן אין ס'כיסע א גאנצן פארמיטאג?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 4:01 pm
דורך שמערי בערי
עס עפעס האט געשריבן:אורח כזע אז דו כאפסט נישט וואס דא קומט פאר. עס איז געווען א גרופע חסידישע בחורים וועלכע האבן געלערנט אין לעיקוואוד, מיר האבן דעריבער געהאט אונזער אייגענער מקוה דארטן...
ס'זעהט אויס אז דו געדענקסט טאקע נישט, אונז פלעג מיר גיין עפ"י רוב אין פערל'ס מקוה. און דער גוי פלעגט אונז קומען ארויס טרייבן פון דארט
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 4:02 pm
דורך עס עפעס
יא, כגעדענק דעמאלט זענען ארויסגעקומען די נייע "ביפערס" און די משגיחים האבן געמיינט אז דער עולם זיצט אין ביה"כ מיט די ביפערס, אוי האבן זיי געשאלטן...
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 4:03 pm
דורך צייטליך
די געשיכטע מיט פערל'ס מקוה וועט מיר קיינמאל נישט ארויסגיין פון די ביינער ווי רב קערקרויט האט געמאכט קוי קולות אויף מרת פערל פארן אונז עפעס דעם טיר נאך חצות..
א מעשה באריכות ועכמ"ל.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 4:03 pm
דורך מאשקע
ניין, פערל'ס מקוה איז געבויעט געווארן שפעטער, שוין נאכדעם וואס הרב שניידער האט איבערגעגעבן די ישיבה פאר זיין איידעם הרב מישטנישט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 4:04 pm
דורך שמערי בערי
עס עפעס האט געשריבן:יא, כגעדענק דעמאלט זענען ארויסגעקומען די נייע "ביפערס" און די משגיחים האבן געמיינט אז דער עולם זיצט אין ביה"כ מיט די ביפערס, אוי האבן זיי געשאלטן...
יא, עפעס דערמאן איך מיר מיט די ביפערס.
צייטליך פלעגט עס האלטן אונטער די שפיגל, איך האב עס איינמאל אנדעקט ווען איך האב געזוכט צייטונגען צו ליינען