בלאט 7 פון 7
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 05, 2009 5:49 pm
דורך ווער בין איך?
שמערי, דו האסט א אפיס? דו ביסט נישט א כולל אינגערמאן מיט א בלעקשמערי?
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 09, 2009 6:26 pm
דורך דארפסמאן
שמערי האט א כולל ביי זיך און אפיס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 28, 2010 9:07 pm
דורך שמערי בערי
איינער געדענקט ווי גרויזאמער איז דורכגעפאלן מיט די בחינה בכתב ביים זיך איינשרייבן אין ישיבה, ווען ער האט געספעלט ליטפיש מיט א פ' אנשטאט ליטוויש?
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 29, 2010 2:17 am
דורך שוועמל
נאך ווי.
איך געדענק נאך ווען ער האט געהאט שוועריקייט צו ספעלן 'גרויזאמער'.
דאס איז געווען בעפאר יואלי פרידמאןס צייטן.
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 29, 2010 7:44 am
דורך צום זאך
און ווער דענקט דען נישט ווען שמערי פלעגט בשעת'ן שיעור אויפהענגן די שיינע עד'ס וואס זענען דאן געלאפן אויף די גרויסע וואנט ביי די לאבי פון די קיך?..
אוי האט דער קעכער זיך צאמגעבייזערט.. דער עולם פלעגט אנסקריבלן די גאנצע וואנט מיט מבינות אויף די גראפיקס..
די קלימאסק איז געווען ווען שמערי האט דארט אויפגעהאנגן א קאריקטור חוזק בילד פון א פאלאטישען וועלכע איז לעצטענס געלאפן (פאר ראה"ק?)... 'דאס הייסט שיינע עד'ס וואס זענען לעצטענס געלאפן'? האט עם בונם די קעכער אריינגעפליקט... שמערי איז דאן געווארן רויט פאר בושות.. עריז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי רויט ווי דאן...
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 29, 2010 7:59 am
דורך bailout
וואס די זאגסט נישט, שמערי האט שוין דאן געהאט די ''ק.נ.ג. סינדראם'' (ק'יינמאל נ'ישט ג'עווען), כ'האב געוואוסט אז ער איז שוין לאנג נעבעך געפלאגט דערמיט, אבער יעצט זעה איך ווען ס'האט זיך אנגעהויבן, ס'מערסטע באקאנטע אויסברוך איז געווען די ''איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אזוי אלט''.
אויך איז אינטערעסאנט אנגעמערקט געווארן אז שמערי האט זיך אייביג איינגערעדט אז ער פארשטייט צו גרעפיקס, גרויזי מיט די חבריא האבן אים מיט שיינעם פרובירט אויפצוקלעבן אז סיז נישט פאר אים, אבער שמערי האט זיך נישט געלאזט.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 08, 2010 12:24 pm
דורך שמערי בערי
Big Scandal developing on @YossiGestetner he use to steal Tchulent in Yesivah from Kitchen... #YGFC
איינער געדענקט ווי ער האט געכאפט א פראסק פונעם קעכער וואס האט זיך באהאלטן אינעם טאפ טשאלנט?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 08, 2010 12:40 pm
דורך גרויזאמער
דער מגיד שיעור ר' הערשל פרידמן האט אים דעמאלטץ גערופן אין א זייט און געזאגט:
יוסל, איך האב הנאה פון דיין קוראזש, דו לאזט דיך נישט, דו ביסט ארויפגעקראכן זייער זייער הויעך אנצוקומען צום עפענונג פונעם טאפ. אבער געדענק, זעסט ווי דו ביסט אנגעקומען נאכדעם? אונטן אינעם תהום פונעם טשולענט. געדענק עס דיין גאנץ לעבן!
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 08, 2010 12:45 pm
דורך שמערי בערי
און דער משגיח ר' שמעון ר. איז פלוצלינג געקומען צו לויפן און אים איבער געהאקט....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 27, 2011 6:09 pm
דורך שמערי בערי
סאם האו האבעך אריינגעבלאנדשעט אין דעם אשכול, סארי.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 27, 2011 6:28 pm
דורך דארפסמאן
וואב האט די משגיח ר' שמעון ר. געזאגט ?
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 30, 2011 3:25 pm
דורך סאכדעס
שמערי, נו גילוי....
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 9:55 pm
דורך ווינקל
איי איז דאס זכרונות!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 11:01 pm
דורך ים רויבער
שמערי בערי האט געשריבן:סאם האו האבעך אריינגעבלאנדשעט אין דעם אשכול, סארי.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 20, 2015 12:48 am
דורך אני מאמין
ים רויבער, איך ווייס דיר נישט וויאזוי צו באדאנקען פאר'ן ארויפברענגען די אשכול!!
מיין מאגן איז נאך פארקרעמפט פון געלעכטער..
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 20, 2015 10:53 am
דורך קרעפטיג
אני מאמין האט געשריבן:ים רויבער, איך ווייס דיר נישט וויאזוי צו באדאנקען פאר'ן ארויפברענגען די אשכול!!
מיין מאגן איז נאך פארקרעמפט פון געלעכטער..
ים רויבער א שיינעם דאנק, איך ראט יעדן אדורך צו לייענען דעם אשכול.
אין איין ווארט: דאס איז געווען קרעטשמע אמאל.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 20, 2015 11:56 am
דורך סמארט גאי
צוקער זיס