בלאט 6 פון 7

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 18, 2009 1:57 pm
דורך שמערי בערי
קודם כל וויל איך זאגן אז ס'איז שטותים!, דער "הכוכב" איז נישט אינטער געגאנגען יענע וואך, ס'איז נאך ארויס געקומען א שיין שטיק צייט, ביז גרויזי האט פארמאכט דעם אשכול און נישט געלאזט מער ארויס קומען פונעם באקס.

דאן האט מען געטוישט דעם נאמען צו "די ליטווישע צוויבל", אין וואס דער רעדאקטאר האט אריינגענומען גרויזי פאר א שותף, אזוי ארום אז ער זאל מער נישט פארפירן. ווען גרויזי איז א חתן געווארן האט מען עס פארקויפט פאר די ריזיגע צייטונג פירמע "הטלסקופּ" (שפקתיו בלע"ז). פאר'ן נישטיגן סכום פון וואן פוינט פייוו.

איך געדענק אויך ווי ל"ג בעומר האט "עס עפעס" אריינגעווארפן א גאנצע באקס הכוכב'ס אין די הדלקה וואס מען האט געמאכט ביי מרדכי יוסף הערשבערג אין פארקינג לאט, דאס איז געווען אלס פראטעסט פאר וואס זיי האבן געשריבן א שארפע עדיטאריעל, היתכן אז ער הייסט יעדן איינעם עסן און ער עסט גארנישט. אבער וויכי איז אים נישט שולדיג געבליבן, ער האט שוין דאןאנגעהויבן מיט זיינע סאטמארע שטיק, און אריינגעווארפן א גאנצע שעלף מיט ספרים פון הרב... (נאמען אריינגעווארפן אין סוער צוליב זיכערהייטס סיבות און תקנת המקוה).

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 18, 2009 2:00 pm
דורך עס עפעס
שמערי, כדערמאן זיך טאקע ווי עפלשניט דער ציוני פון ישיבה האט באהאלטן אינעם באקס הכוכב'ס א "ספר ויואל משה" און געוואויר ווערנדיג דערפון, האבעך שנעל ארויסגעכאפט דעם באקס פון פייער...

עד היום לייד איך פון אן אפגעבריהטן פינגער...

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 18, 2009 3:22 pm
דורך האניג
איך קאטשקע מיר דא פאר געלעכטער די לעצטע זיבן בלאט!!!

אגב, עטס דערציילטס דא אלעס וואס האט זיך אפגעטוען די אלע יארן אין ישיבה, איך זיץ דא ביים קאמפיוטער צוזאמען מיט'ן הויפט משגיח, וועמענס נאמען איז קיינמאל נישט געווען באקאנט צווישן די בחורים, מ'האט אים בלויז גערופן מיט'ן ניק בלשון חיבה "משגיח'ל", ער ליינט און ער ליינט און דאס בלוט קאכט זיך אים, ער קען זיך פשוט נישט גלייבן אז זיינע אייגענע תלמידים, וואס ער זיך צו זיי אפגעגעבן ווי א טאטע צו זיינע קינדער, יעדער פערזענליך אויף זיין אייגענארטיגע שטייגער, טעג און נעכט לא ישבות, פיס און הענט צוהאקטע, זאלן אזוי פשוט און פראסט נישט טוען בעסער וואו זיצן אינ'ם קרעטשמע! היל"ת!

ער האט מיר געבעטן איבערצוגעבן א פערזענליכע בקשה פאר'ן עולם: היות ס'זענען נאך דא תלמידים (מיר אריינגערעכענט) וואס לערנען (נישט מיר אריינגערעכענט) נאך אינ'ם לעקיוואדער ישיבה (מיר אריינגערעכענט) און זיי קענען צוקומען צו דעם אשכול בשאט נפש ובלב חפיצה וברוח נושבת, בעט ער מיט קרענבערי דזשוס אין די אויגן (אפדעיטעד) אז מ'זאל ביטע נישט אריינלייגען קיין רעיונות אין די יונגע מוחות פון די תלמידים, און נישט שטעלן קיין בילדער.

ועל זה אני בא אל החסימה,
האניג, נישט גרויזי און נישט מאשקע.

דער וואס וויל פרעגן זאל אויפהייבן די הענט. ביידע.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 18, 2009 6:43 pm
דורך לאז געמאכט
אר יא פיפאל אקעי?

חחח חחחח

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 18, 2009 9:27 pm
דורך קרעמער
לאז געמאכט האט געשריבן:אר יא פיפאל אקעי?

חחח חחחח

וועמענס טעלעפאן נומער?

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 18, 2009 9:29 pm
דורך שוועמל
נישט וויכי'ס?
אזוי אדווערטייזט ער זיך אויף ק.נ.א. מוצ"ש ראדיא סטאנציע.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 18, 2009 9:42 pm
דורך וויכטיג מאכער
שוועמל, גילו!!

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 18, 2009 10:59 pm
דורך סאכדעס
ס'איז א סכנה אריינצואוואקן אויף לעיקוואוד די לעצטע וואך צוויי....

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 19, 2009 8:24 am
דורך מבין נומ 1
האניג: זיסער פון האניג (פאראדאקס)
משגיח'ל: זויערער פון זויערע טרויבן (פאראדאקסאלער פאראדאקס)

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 19, 2009 2:42 pm
דורך bailout
נאך א מזל מיין טאטע האט מיר נישט געלאזט פארן לערנען אויף לעיקוואד...

מיט אזעלכע לצים....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 22, 2009 8:37 am
דורך פאטאקי08
bailout האט געשריבן:נאך א מזל מיין טאטע האט מיר נישט געלאזט פארן לערנען אויף לעיקוואד...

מיט אזעלכע לצים....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 22, 2009 8:57 am
דורך וויכטיג מאכער
ברעיקינג!!!

יואלי פריעדמאן, אין אישית האט געשריבן:איך האב קיינמאל נישט געהייסן גרויזאמער זאגן, ס'איז נישט אמת, ער האט געזאגט אז ער וויל אפטוהן אפאר חברה, און אויפדעקן זייער איידענטעטי, גייטער עס שרייבן.

ער האט געוויסט אז איך וועל עס לייקענען, האט ער מיך חוסם געווען, האב איך באשלאסן עס צו שיקן דורך וויכי.

מנהלים, ביטע זייט'ס עם חוסם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 22, 2009 9:34 am
דורך האניג
איך גיי אים שוין חוסם זיין!...

גרויזאמער, אין אישית האט געשריבן:האניג, איך טו דיר פערזענליך באקרוינען אלץ מנהל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 22, 2009 12:51 pm
דורך גרויזאמער
וויכי, אין אישית האט געשריבן:גרויזאמער, הא? יעצט לאמיר זען וואס דו קענסט! איך מיין אז איך האב גענוג נאמנות אין קרעטשמע אז מען זאל גלייבן מיין מעשה צו עס איז אמת צו נישט..

קענסט עס לייקענען ביז מארגן אבער איינמאל וויכי האט עפעס געשריבן גלייבט עם יעדער..

נעקסטיים שריי מיך נישט נאך אויף לי עוועניו "וויכי", אקעי?..

.
[/quote]

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 22, 2009 12:59 pm
דורך וויכטיג מאכער
ווי זאגט נאר גרויזי, אז וויכי זאגט?

גרויזי האט געשריבן אז וויכטיג מאכער האט געשריבן:חאחאחחאחאחאחא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 22, 2009 1:58 pm
דורך צייטליך
גרויזאמער אין אישית האט מיר געשריבן:

צייטליך! די מיזט מיר קומען צו הילף יעצט.

היינט ביי אונזער נאכט שיעור גייט מען ציפיקסן וויכי. איך ווייס נישט אויב די האסט געזעהן, אבער דורך עפעס א וועג האט יואלי פריעדמאן געקאנטאקט וויכי און אום געמאלדן איבער די גאנצע ספין.

היינט ביים שיעור גייען מיר אום איגנארירן. ער וועט שוין אלעס כאפן.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 02, 2009 4:26 pm
דורך עס עפעס
ברעיקינג ניוז!!!


יואלי פרידמאן האט מיר געהייסן איבערגעבן אז ער ארבעט מער נישט ביי סי ענד עף...

זיין בעה"ב האט אים געכאפט זיך טעקסטן מיט הרב נאכטפויגל פרעגנדיג עצות וויאזוי צו בעטן א העכערונג אין געהאלט!

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 02, 2009 4:33 pm
דורך האניג
אוי וויי!! דאס מיינט אז ער גייט מער נישט איבערגעבן??? מער נישט קיין "כוכב"? אלע לעיקוואדער מעשיות ארויס פון פענסטער?? אוי וויי! מ'ברויך שנעל עפענען אן אשכול צו טרעפן יואלי פרידמאן א דזשאב!!! געוואלד!!

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 02, 2009 4:39 pm
דורך עס עפעס
כ'זע האניג אז דו כאפסט נישט.

דער גאנצער אשכול האט זיך אנגעהויבן מיטן מעלדונג פון גרויזי אז יואלי פר"מ וועט זיך מער נישט דרייען דא וויבאלד ער האט געטראפן א דזשאב ביי סי ענד עף.

דאס אז ער האט פארלוירן דעם דזשאב, איז פאר אונז גינסטיגע נייעס...

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 02, 2009 4:50 pm
דורך האניג
אבער אויב יואלי פרידמאן וואלט זיך דא געדרייט, וואלט גרוזי קיינמאל נישט געדארפט איבערגעבן, וואלט דער גאנצע אשכול געווען נישט מער ווי א זיסע חלום!...

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 02, 2009 10:55 pm
דורך סאכדעס
ס'לעצטע האניג תגובה, האט נישט קיין אנדער פשט, חוץ אז ס'איז. האניג.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 04, 2009 5:01 pm
דורך דארפסמאן
יעצט גערעדט מיט יואל פריעדמאן און ער לאזט וויסן אז ער לעבט נאך

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 04, 2009 5:04 pm
דורך וויכטיג מאכער
בד"ה.. ווי אלט איז ער געווען?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 04, 2009 5:05 pm
דורך דארפסמאן
ער לעבט נאך... , ער איז בערך 30 +++

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 04, 2009 5:12 pm
דורך שמערי בערי
יואלי? ער איז נעכטן נאכט געווען ביי מיר אין אפיס, אינגאנצן אנגעזעצט איבער די וואלן אויסגאנג - צוליב וואס ער איז דאך א גרויסער דעמאקראט, ווי אלע געדענקען אז ער פלעגט פירן די רעדל אין ישיבה לטובת קארטער, מאנדעיל, דוקאקוס, קלינטאן, גאור און קערי.

ער טענה'ט דו וועסט נאך זעהן אז די דעמאקראטן וועלן נאך צוריק באקומען די מאכט. (ווי זינגט נאר יענער? און ער מאכט וואס ער טראכט...)