Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג אוקטובר 13, 2009 1:57 pm

אלס איינער וואס איז שוין געמעקט געווארן כמו"כ פעמים ב"ה, וויל איך אויך אריין ווארפן א ניקל, אמת, ס'האט מיר געווענטליך זייער נישט געשמעקט און כ'בין געווען זייער בייז, ווייל פיל מאהל איז דאס געווען א גוט שטיקל פון וואס כ'האב גענאסן זעלבסטיגע התפעלות, בפרט ווען כ'האב געדארפט מאכן אביסל ריסוירטש כדי צו שרייבן מיין תגובה, און ס'פלעגט מיר זייער אויף רעגן און כמעט וואס כ'האב מנדר געווען מער נישט צו שרייבן, אבער מיט דער צייט האב איך זיך געלערנט וואס דער הנהלה האט נישט ליעב, און זיך מער ווייניגער צוגעשטעלט און היינט פראביר איך עכ"פ צו שרייבן לויטן סטיל וואס איז אנגענומען לרוחו של ההנהלה.

בהנוגע לעניננו, ס'איז זייער שווער מקבל צו זיין דעם קלאפ פון א מחיקה, אבער ווען מען ווערט דא היימיש מיט שרייבן עטליכע הונדערט תגובות, לערנט מען זיך אויס דער שפראך אליין, און ס'פעלט נישט אויס קיין הסברים, דער בעסטער לערע נעמט מען פון שווייגן, און זיך צוזאמען שרייבן טענות ומענות מיטן הנהלה וועט בלויז אריין עסן אין אייך אן אויף רעגעניש, משא"כ ווען מען מיידט אויס די דו"ד ווערט עס צום סוף א בחינה פון ואת והב בסופה, ומבשרי אחזה.

כה לחי
בכבוד הראוי
בן בוזי

Advertisement

דינסטאג אוקטובר 13, 2009 2:20 pm

כ'לייען און לייען, און איך האב הנאה צו זען וויאזוי דער עולם באנעמט זיך צו אן אונטערנעמונג פון עטליכע יחידים וואס זייער גאנצע ציל איז אויפצוהאלטן א סייט אז אידן זאל קענען הנאה האבן. (אויסער וואס די נייע ווידיאו פראדוסער פון באבוב צאלט אונז אונטערן טיש.... איינער קען מיר זאגן וואו די טיש איז?)

איצט שטעלט זיך א שווערע שאלה, אויב זאל דאס זיין דער ציל, אם כן, (דא דרייעט מען מיט די פינגער אויף אראפ) זענען דאך דא אידן וואס האבן הנאה פון פאלעמיקס, לעבן פון היציגע דעבאטעס, שעפן חיות פון פאליטיק ביי היימישע קרייזן. נו, דארף מען דאך זיי אויך צושטעלן א פלאטפארמע אין היימישע קרעטשמע וואס איז סטאנציאנירט אין 'אידישע' וועלט...

כ'גיי נישט פארענפערן די שאלה, ווייל פאר די וואס האבן די שאלה, וועט קיין תירוץ נישט העלפן. וואס איך וועל יא טון איז, ארויסברענגן די עטליכע נקודות, וואס איז שוין פארווארפן געווען דא ביני כותלי התגובות.

1) אידישע וועלט, איז געבויעט געווארן אויף די פארומס פון היימישע קרעטשמע, וואס איז אמאל געווען אין היידפארק.
היידפארק שוין נאך וואס עס איז מגויר געווארן, דהיינו, נאך וואס מסורת האט איבערגענומען די היימישע פארומים למיניהם, איז געווארן א פלאץ וואס יעדער האט געקענט זאגן וואס זיין הארץ האט אים ערלויבט אויף סיי וועלכען גדול, און אויף סיי וועלכע חסידות.
פארשטייט זיך אז כלל ישראל האט גענוג פון יעדן קרייז אויף היידפארק, איז עס געווארן פון פשוט'ע פארומס, שלאכט-פעלדער. ווען עמיציר האט געוואלט זיך ארומרייסן מיט זיין צד שכנגד, האט ער געשריבן א 'גוטס' אויף היידפארק, און בומסס, יענער איז צעקראכט געווארן, פיין פאר אים. עס האט נישט גענומען צו לאנג, און עס איז געקומען א קאנטער אטאקע, אבער אזאנס וואס קיינער האט זיך נישט גע'חלומ'ט, און אויף דעם איז געווארן א דעבאטע, ווער האט וועמען בעסער אריינגעפליקט.

זענען געווען אפאר אידן, וואס האבן שוין געבראכן פון די טינופות נאך אין בית המדרש ביי די דעבאטעס. האבן זיי יעדעס מאל אריינקומענדיג אין היידפארק, אפילו נאר צו לייענען א נארמאלע אידישע אדער גוי'אישע נייעס, זיך מיטגענומען א לעוואר, ער זאל האבן וואו אויסצוברעכן די טינופות וואס וועט זיך אומווילנדיג (זאל עס אזוי הייסן) אריינכאפן אין די אשכולות וואס זענען שוין יא נארמאלע נייעס.
ביז עס האבן זיך ערקלערט אפאר אידן, אז מ'קען נישט מער, און אויף דעם האט זיך היימישע קרעטשמע ארויפגעכאפט. מ'האט אין היימישע קרעטשמע געקענט רעדן פון אלע נייעסן אויף דער וועלט, אבער, עס טאר נישט זיין היציג. אויך, טאר זיך עס נישט רעדן פון קיין שום אידישע פאליטיק. און אזוי איז מען געפארן על מי מנוחות, ביז ארענדאר האט זיך בארעכנט, פארוואס זיך מוטשען מיט לייגן תגובות אויף הייד פארק (איינער געדענקט נאך די 'אנא המתן' עפאכע?) איך עפן ענק אויף א PHPBB בלא בלא, און מ'וועט זיך נישט דארפן מער מוטשען.

ביי PHPBB איז שוין געווען פנים חדשות, מ'האט געהאט א מעגליכקייט צו מאכן פארומים, און מ'האט צובאקומען א געוואלד מיט אופציעס. (דעמאלט האט מען געשמועסט אין מקוה, אז מ'גיימיר רופן היידפארק צו דין תורה, ווייל אזוי ווי מיר האבן געפענט, האבן זיי צובאקומען די אלע אופציעס.... כ'געדענק ווי זארעכ האצעך אפילו אונטערגעשמייכלט יעמאלט) און אזוי איז געבוירן געווארן פילע פליגלעך צו אונזער אזוי וואויל-בארימטע היימישע קרעטשמע. פון דארט האט ארענדאר זיך בארעכנט, נו, לאמיר עפענען א געהעריגע סייט, וואס זאל זיין אנגעהוקט צו די פארומס. און אזוי איז געבוירן געווארן אידישע וועלט, אזוי אז יעדער איד וואס איז א דאנק זיין JOB אנגעקומען צו די אינטערנעט, זאל ער האבן וואו זיך אראפצולייגן די קאפ, אן דעם וואס ער זאל דארפן קייען די עקלדיגע סיסטעם פאליטיק און היציגע דעבאטעס וואס קומען פאר אין אלע שולן -ליידער- יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, און פאר א נויט אויך שבת..
מיט די אלע פליגלעך, זענען אויך צוגעקומען בינען, און מ'האט פרובירט צו שטעכן פון אלע זייטן, אבער דאנקען גאט, א דאנק די מיה פון אלע מנהלים - קאלעגעס האבן מיר אלעס דורכגעשוויצט, און מ'האלטן מיר וואו מיר האלטן.

אבער פארגעסט נישט, דא רעדט מען שטיל, רואיג, איידל. קיינער זוכט נישט דא קיינע טעמעס צו שטעכן קיין מענטשן, און ווי אויך נישט צו מוחה זיין אויף עוולות וואס דארפן פארשריגן ווערן. יעדער פארשטייט אז אפילו מ'דארף שרייען פוי אויף די ציונים ביי א פראטעסט, טוט מען עס נישט שבת ביים טיש. איי מ'דארף דאך מוחה זיין?! א גוטע קשיא, נאך אלץ זינגט מען ביים שבת טיש שיינע ניגונים לכבוד שבת קודש. ממילא קען עס בלייבן אין איינקלאנג פון 'אידישע' וועלט.

2) די מנהלים דא, ארבעטן נישט פאר קיין געלט. און די אחראים אויך נישט. כ'קען זאגן איין זאך, מיר מעקן נישט קיין תגובה אומגעטראכט. ביי יעדע תגובה וואס מיר מעקן טראכטן מיר, וואס וואלט איך געוואלט מ'זאל טון אויב וואלט איך געשריבן 'שלא ברצון' אזא תגובה. אבער נישט אלעמאל (און געווענדליך נישט) קען מען זיך רעכענען מיט אייגענע געפילן. אבער אין באטראכט נעמט מען עס.
ווי געשריבן אויבן, עס איז נישט מעגליך צו שיקן אן אישית ביי יעדע געמעקעכץ. - מערצעשעם, ווען איך און אלע קאלעגעס וועלן מאכן 1200 דאלער א וואך פון היימישע קרעטשמע, (נו, איינער וויל שיקן געלט? נע, נישט דאס האט מען געמיינט. ס'גענוג...) וועט נישט געמעקט ווערן קיין תגובה אן קיין אישית. - אלזא, זייט נישט ברוגז אויב פעלט אייך א תגובה, בפרט אויב האט איר בשעת'ן שרייבן שוין געהאט אן הוה אמינא אז עס גייט אראפגיין. אויב פארשטייט איר באמת נישט, ווענד זיך צו סיי וועלכען מנהל אדער אחראי פונ'ם פארום אין אישית. און געווענדליך ביז א טאג, וועט איר קריגן אן ענפער. און יאפס, עס קען האבן פאסירט א טעות אויך.

3) כ'גיי ארויסגעבן א סוד, וואס איך ווייס אז אלע מיינע מנהלים קאלעגעס וועלן ברוגז זיין, אבער אויב ווילן זיי, קענען זיי דאס מעקן.....
גארטעלט אייך אן, זייט שטארק, ווייל עס קומט א גוטס: דא זענען פארהאנען אלע תקנות פון היימישע קרעטשמע פארומס, אזוי אז קיינער דארף נישט פרעגן, אההה כאנישט געוואוסט וואס מ'מעג און וואס נישט. א סוד הא?

דינסטאג אוקטובר 13, 2009 2:29 pm

בענין המחיקה לימדני מורי הרב שחבירו שתיקה, ועל דא נאמר בולם פיו בשעת מריבה.

--
אין דעם געשעפט פון מעקן האט מיר מיין רבי דער רב געלערנט אז זיין קאלעגע איז שווייגן (נעמליך ווייל מחיקה גראמט מיט שתיקה - קרעדיט מ.ד.), און אויף אזא איינעם וואס שווייגט נאכן געמעקט ווערן האבן שוין די קלוגע זאל זייער געדענקעניש געבענטשט ווערן זיך אויסגעדרוקט אז דער וואס פארמאכט זיין מויל אין די צייט פון א קריגעריי האלט ער אונטער דאס גאנצע ערד קוגעל.

דינסטאג אוקטובר 13, 2009 2:50 pm

בנוגע דעם פראבלעם פון שיקן אן אישית ביים מעקן האב איך א פשוטע עצה, איך גלויב אז צווישן אונזערע חברים וועט זיין איינער וואס וועט זיך מתנדב זיין דאס צו אינטעגרירן אינעם סיסטעם (קרעזי איז נאך דא?).

אויף די לינקע זייט פון יעדע תגובה איז פארהאן 4 קנעפלעך, ציטיר, באריכט, פאררעכט, מעק.
דער בעל התגובה זעהט קודם פיר. אויב איינער שרייבט עפעס נאך אים זעהט ער נאר דריי (מעק פאלט אוועק).
דער מנהל זעהט כסדר אלע פיר.
(אזוי געדענק איך בערך פון די גוטע צייטן... קען זיין א מנהל זעהט נאך א קנעפל "פיר אריבער די הודעה", איך בין נישט זיכער איך מיין ס'ליגט ענדערש אין לוח הניהול).

אויב דער מנהל באשליסט צו מעקן דרוקט ער דעם מעק באטטאן, און נאך א פענסטערל פרעגט אים "ביסטו זיכער דו ווילסט מעקן" יא , ניין.

יעצט כדי צו שיקן אן אישית איז נאטורליך אסך צייט. די עצה איז ביי דעם פענסטערל וואס עפענט זיך אויף זאל זיין אויסגערעכענט מיט א "טשעקבאקס" פונקציע די קאממאן סיבות פארוואס מען מעקט. למשל: אגרעסיוו, פאליטיק, לשון הרע, ניבול פה, פארשעמט, נישט פון נושא, אדווערטייזמענט. וכו' וכו'. און ווען דער מנהל סעלעקט דעם ריכטיגן באקסל זאל די אדמין שיקן אויטאמאטיש א הודעה צום בעל התגובה מיט א סטאנדיזירטן נוסח "חשובער ניק .... אייער תגובה איז געמעקט געווארן ווייל עס ענטהאלט .... מיר שעצן אייער מיטגלידערשאפט אינעם פארום אבער מיר פארלאנגען זיך האלטן צו די פארשריפטן. קליקט דא צו זעהן די תקנות. א דאנק קרעיטשמער.

עס איז נישט קיין גרויסע תורה דאס צו מאכן.

דינסטאג אוקטובר 13, 2009 3:10 pm

שוועמל:
אן אייזערענער געדאנק. ;l;p-

דינסטאג אוקטובר 13, 2009 3:12 pm

קרעמער האט געשריבן:בענין המחיקה לימדני מורי הרב שחבירו שתיקה, ועל דא נאמר בולם פיו בשעת מריבה.

--
אין דעם געשעפט פון מעקן האט מיר מיין רבי דער רב געלערנט אז זיין קאלעגע איז שווייגן (נעמליך ווייל מחיקה גראמט מיט שתיקה - קרעדיט מ.ד.), און אויף אזא איינעם וואס שווייגט נאכן געמעקט ווערן האבן שוין די קלוגע זאל זייער געדענקעניש געבענטשט ווערן זיך אויסגעדרוקט אז דער וואס פארמאכט זיין מויל אין די צייט פון א קריגעריי האלט ער אונטער דאס גאנצע ערד קוגעל.

אולי כוונתך לחז"ל, נישט אזוי זעצט מען עס איבער, עס האט א פנים ווי גוגל טרענסלעטאר, אויב איז דאס א באליידיגונג ביטע מעק, איך מיין נאר א ווערטל

דינסטאג אוקטובר 13, 2009 3:13 pm

פרייליכערהייט האט געשריבן:איך שטעל מיך פאהר אז מיט אזאנע קאמפיוטער \ פראגרעם קענער וואס מיר פארמאגן דא אינעם קרעטשמע , קען ווערן אויטאמאטיש געשיקט א קליין בריוועלע צום באטרעפנדע , דאס איז איינס , ,

שכוח שוועמעל , ממש ווי א שוועמל נאך א רעגן ........
רעגן תרתי משמע

דינסטאג אוקטובר 13, 2009 3:24 pm

ליתר ביאור לייג איך א בילד וויאזוי דער פענסטערל זאל אויסקוקן ווען די מוחקים קומען מיט זייערע מעחייקעס..
עטעטשמענטס
meken.JPG

דינסטאג אוקטובר 13, 2009 3:31 pm

שוועמל ;l;p-

די נומער פון דיינע נייע פריוואטע הודעות איז מיר נאך מער געפאלן...

דינסטאג אוקטובר 13, 2009 3:32 pm

צו מיין 100'סטן תגובה ,
וויל איך עקסטער ארויסדריקן א גרויסע יישר כח , פאר די חשובע מנהלים , ואחראים , וואס האבן מוחק געוועהן נעכטן די אשכול הידוע ,
אין מיט גרויס רחמנות דאך עס איבערגעלאזט ערגעץ וואו אינעם סיסטעם ,
אזוי אז עס איז נישט געוועהן קיין שום עיכוב אין מיין זיך דערדראפן צום מספר 100 ,
כאטש וואס איך בין אויך פון די געמעקטע ,
טענקס עי האנדרעט .

דינסטאג אוקטובר 13, 2009 6:27 pm

מיללער, דיין מחיקה קלה איז מיר געליגן אויפן צינג, אבער דו האסטעס שוין געשריבן..

געלעגער, שוין צום צווייטן מאל וואס איך גלייך זייער דיין צוגאנג..

סאכדעס, 3X0, טענקס פארן אוועקגעבן ענקער צייט זיך צו פארענטפערן..

שוועמל, א_וואו אלעמאל, גאר גוט.

והוא פלאי, איך בין עדות.. (אויב ס'פעהלט אויס..)

קרעמער, טענקס פארן איבערטייטשן אין אידיש, איך בין זייער נישט גוט אין לשון קודש..

דינסטאג אוקטובר 13, 2009 6:43 pm

איך וויל ברבים דא איבער בעטען די חברי הנהלה און די אחראים!
מיין ציל מיטן עפענען דעם אשכול איז נישט געוועהן אז די הנהלה זאל דארפען דא ארויף קומען און זיך פארענטפערען פאר זאכען וואס זיי האבען געטוהן איינזענדיג און זייער אויגן אלס ריכטיג,
און זיכער איז נישט געוועהן די ציל אראפצורייסען אדער קריטיקירן איינעם פון די חברי הנהלה, ווייל אויף אזא מצב איז פעהיג די שפריך ווארט, אז די קומסט אריין ביי אונדערהיים מעג איך פארלאנגען אז די זאלסט אויסטוהן דיין שיך,

מיר האבען נאר געוואלט אויסשמיסען די ענין פון איינמעלדן, אזוי צו שפארען צייט פאר די הנהלה און עגמת נפש פאר די שרייבער, און וואו איינע פון די הנהלה האט אויבן דערמאנט איז עס אמאל געוועהן און קראפט, נאר לעצטענס איז שווערער ווייל ס'איז זייער אסאך נאכצוקומען,
מיר האבען פארשטאנען און געגאנגען ווייטער,
אבער און קיין פאל האבען מיר נישט געזיכט צו עפענען א פלאטפורם ווי זיך אויסצוגעבען און אראפרייסען די הנהלה חלילה,
און אויב חלילה איינער האט זיך געשפירט געטראפען וויל איך אום גלייך דא איבערבעטען,

חברי הנהלה חזק ואמץ, ענקער שכר איז גרויס!

דינסטאג אוקטובר 13, 2009 6:58 pm

אז עס טוט זיך א טומל, לאמיך שוין אויך אריינרעדן. באמת ווייס איך בכלל נישט צי איך בין בארעכטיגט צו רעדן - איך בין נישט דא אזוי לאנג, און דוכט זיך אז מען האט נאך דערווייל נישט געמעקט מיינע תגובות, אבער דאך...
עס איז אוודאי פיל בעסער אויב עס איז שייך צו שיקן א מעלדונג פאר יעדן ווען מען מעקט א תגובה, אבער איך פארשטיי אז וויבאלד עס איז דא א סך ארבעט צו טאן איז עס ממש נישט שייך, ובפרט אז די חשוב'ע מנהלים שליט"א ארבעטן דא אזוי געטריי שלא ע"מ לקבל פרס.
איינער אבער האט דא טענות אז מען האט אים אינגאנצן אפגעשפארט אן איינמעלדן פון פריער. ער האט נאך נישט געהאט די מעגליכקייט איבערצואווייזן אז עס האט טאקע אזוי פאסירט, דעריבער ווייס איך נישט צי עס איז בכלל אמת, אבער אויב איז עס אמת, איז אין אזא פאל אויך גילטיג דער תירוץ אז מען קען נישט נאכיאגן די ארבעט? צי פארשפארט מען טאקע דא אזויפיל ניקס יעדן טאג...?
כ'מיין אז עס פארלאנגט זיך א שטיקל אויפקלערונג וואס עס איז פארגעגאנגען, ווייל – איך ווייס נישט וועגן יעדן, אבער מיר איז אביסל קאלט געווארן אין די ביינער אויב מען קען טאקע טאן אזא זאך, אויסצושפארן איינעם אן דעם וואס מען זאל אים איינמעלדן פון פריער אז ער טוט עפעס נישט ריכטיג.

דינסטאג אוקטובר 13, 2009 7:51 pm

שיינע לעקציעס אין הלכות מחיקה.

סאכדעס, זייער א באלערנדע געשיכטע, כ'האב עס נאכנישט געהערט קיינמאל בעפאר, כ'ווארט אויף די נעקסטע פארזעצונג...

דינסטאג אוקטובר 13, 2009 8:33 pm

קארל, איך קען די הנהלה, און איך גלייב נישט די געשיכטע..

צו יענער איז א ליגענער? איך ווייס נישט, קען זיין אז ס'איז געווען א מיספארשטענדעניש..

דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:03 pm

והוא פלאי האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:בענין המחיקה לימדני מורי הרב שחבירו שתיקה, ועל דא נאמר בולם פיו בשעת מריבה.

--
אין דעם געשעפט פון מעקן האט מיר מיין רבי דער רב געלערנט אז זיין קאלעגע איז שווייגן (נעמליך ווייל מחיקה גראמט מיט שתיקה - קרעדיט מ.ד.), און אויף אזא איינעם וואס שווייגט נאכן געמעקט ווערן האבן שוין די קלוגע זאל זייער געדענקעניש געבענטשט ווערן זיך אויסגעדרוקט אז דער וואס פארמאכט זיין מויל אין די צייט פון א קריגעריי האלט ער אונטער דאס גאנצע ערד קוגעל.

אולי כוונתך לחז"ל, נישט אזוי זעצט מען עס איבער, עס האט א פנים ווי גוגל טרענסלעטאר, אויב איז דאס א באליידיגונג ביטע מעק, איך מיין נאר א ווערטל

דו ביסט מסתמא דער איינציגער וואס האט יורד געווען לדעתי הענייה (סארא ירידה נעבעך מצדך) בזה.
עפעס האב איך לעצטנס געהאט א שמועס מיט איינעם וועגן די אויסדרוק "חז"ל" אז דאס איז א מאדערנע זאך, גיי געדענק מיט וועמען איך האב אלץ גערעדט די לעצטע וואך צייט :roll:

דינסטאג אוקטובר 13, 2009 10:10 pm

איך בין מיט שוועמל

דינסטאג אוקטובר 13, 2009 10:22 pm

איך בין שוין אנטלאפן סייווי..

דינסטאג אוקטובר 13, 2009 10:25 pm

שוועמל, איך זאג דיר פאר דיין טובה וועגן שטיי ווייט פון עם..

דינסטאג אוקטובר 13, 2009 11:13 pm

בס"ד,

קרעמער, אשריך בעולם הזה וטוב לך לעולם הבא.

אויך אומשאצבארע קרעדיט פאר סאכדעס, טריאו, מאשקע און די אנדערע פיאנירן.

די קרעטשמע איז ב"ה מער "אידיש" ווי רוב "אידישע" אויסגאבעס. אדאנק די געוואלדיגע, טאלאנטפולע, אחריות'דיגע, שוידערליך-שווערע און צייט-פארברענענדע אבער העכסט-עקשנות'דיגע ווירטשאפט פון די חברי ההנהלה. מעקט און מעקט וויפיל עס גייט, אבער די קרעטשמע זאל בלייבן קרעטשמע. נאר אזוי (איך ווייס).

איבער די עניני הנגינה און שארפע היץ לעצטנס, האב איך נישט צופיל מיטגעהאלטן, אבער ס'זאל זיך קיינעם נישט דאכטן אז די קרעטשמע איז צו ליבעראל אין די ענינים. פונקט פארקערט, אין די נגינה פארומס (פונקט ווי רוב אנדערע) טרעפט מען א געוואלד פון ציפעדיגע קריטיק קעגן די היינטיגע "חאסידישע" נגינה, אבער אז ס'איז געשריבן בדרך כבוד בלי שום שנאה ומכאוב איז קיין פראבלעם, אדרבה. אני הקטן האב שוין אויך גענוג מגיב געווען אין די זאכן, אבער געוואוסט די געזעץ פונעם פלאץ, הכל לפי המקום והזמן.

נאכאמאל, מעקט און מעקט, וויפיל עס גייט. רק חזק ואמץ.

יא, האלטן די פינגער אויפ'ן "דיליט" קנעפל איז זייער, זייער שווער, אבער אן דעם איז נישט ווערד די גאנצע זאך.

און נאך שווערער איז ווען מ'דארף געבן דין וחשבון דערויף אין פובליק פאר מענטשן וואס פארשטייען נישט אזוי גוט די עמקות הענינים. די בעסטע זאך איז צו שווייגן, וגם זה יעבור.

רעדנדיג וועגן שווייגן, אגב, (דער וועט אלץ אנקומען מיט זייטיגע זאכן, שוין, אזא אבסעסיע אזא), האב איך דעם יום טוב געהאט א גאר זעלטענע איבערלעבעניש פון שתיקה. די צווייטע טעג זעמיר געווען אויף געסטעריי ביי א משפחה קרוב וואו היציגע טעמעס קומען אפט אן צום טיש שבתים ויו"ט (כליפ...). און מיט נאך געסט דארט האט מען געהערט פארשידענע מיינונגען זה בכה וזה בכה. דאס איינמאל האב איך מחליט געווען, קיין אות אחת וועל איך נישט אריינרעדן (אוי איז געווען צו זאגן!). עס האט געריסן שטיקער, יאנטל, ווי קענסטו הערן אזעלכע ווערטער און שווייגן? אבער מ'האמיר געלייגט א מויל שלאס.

מה עשה הקב"ה? אחרי ככלות הכל, ווען דער עולם איז געגאנגען שלאפן, האב איך געפילט באמת אז כ'האב זיי אלע באזיגט מיט'ן שווייגן. אזא נצחון געפיל האב איך נאך קיינמאל בעפאר אין לעבן נישט געשפירט. און הערשט איז עס געקומען אן קיין אות שקר, הלבנת פנים, אונאת דברים, נאר מיט שווייגן, שווייגן, שווייגן, ניטאמאל א קריץ מיט די אויגן. לא מצאתי טובה לגוף יותר משתיקה, זאגן חכמינו ז"ל. צוקערדיג אמת.

צום שלוס, קרעמער וחבריך החשובים, נישט נאכגעבן א האר!

הק' יומטובערליך.

דינסטאג אוקטובר 13, 2009 11:17 pm

יום טוב'ל שכוח פארן צווייטן האלב תגובה, מורא'דיג
זעה נאר מ'זאל זי דיר נישט מעקן..

מיטוואך אוקטובר 14, 2009 6:40 am

יו"ט, די מעשה מיט דיין שווייגן איז מיר זייער געפאלן.

לגבי מעקן, מיר האט מען געמעקט ווען איך בין נאך געווען דא גאר ניי, איך זאג נישט, איך בין געווען ברוגז, אבער נאכן זיך אומקוקען די הלך ילך דא, און אויף וואסערע מין וועג דער עולם שרייבט דא, און וואס דער ציל דא איז, האב איך זיי געגעבן הונדערט פראצענט גערעכט, די מנהלים האבן מיר בכלל נישט געלאזט וויסן, און זיי דארפן נישט !!! דו דער שרייבער דארפסט וויסן וואס ס'איז אנעמבאר דא און וואס נישט.

סימפעל, שארפע טענער איז נישט ערלויבט דא, וועם ס'געפעלט נישט באלאנגט נישטא, און מ'דארף זיך פאר קיינעם נישט פארענטפערן.

אבער מיר איז דאך שווער א קשיא, אויף דעם טומל אויף טרעק 5, אויב באשרייבט מען ווי שיין די טרעק איז מעג איינער און עס קומען קריטיקרען אדער נישט ? לכאורה נישט, ווייל אויב יא מוז דאך יענע קריטיקירער שרייבן די טעמים פון זיין קריטיק, נו האלט מען דאך ווייטער ביי אלף...ווייל ס'איז נישט מעגליך נארמאלערהייט צו פארמיידן א וויכיח, און אויך איזעס נישט קיין יושר, ווייל ס'וועט אויסקומען אז די גאנצע היכל הנגינה וועט זיין איינזייטיג.... נאר לויבן און זאגן ווי שיין א טעיפ איז.

ווער ס'האט א תירוץ זאל ענטפערן.

מיטוואך אוקטובר 14, 2009 6:59 am

דער פראבלעם פון נושא ונותן זיין איבער טרעק 5 איז נישט צו דער טעיפ איז שיין, נאר צו איז דער נושא בארעכטיגיט, ממילא וויבאלד אזעלכע נושאים וויל מען דא נישט דן זיין, מוז דער נושא זיין טעבא משני הצדדים

מיין חקירה איז נאר וואס וועט דער הנהלה טון ווען דער עצם טעיפ צו א מעמד וועט זיין קאטאווארסיעל, למשל... איך האב מורא פאר מחיקה...

מיטוואך אוקטובר 14, 2009 7:03 am

א גוטע געדאנק פלאי, דאס מיינט צו זאגן אז מ'וועט נישט טארן דן זיין אויפן אינהאלט פון א ניגון, נאר צו די ניגון, קווייער, מוזיק, מיקס איז שיין.

זייער א דינע בענדל.

מיטוואך אוקטובר 14, 2009 8:27 am

בענין המחיקה
עטעטשמענטס
המחיקה.jpg
המחיקה.jpg (25.91 KiB) געזעהן געווארן 638 מאל
שרייב א תגובה

Advertisement