גריסן און שמועסן
מאנטאג אוקטובר 12, 2009 9:02 pm
איך גיי דא שרייבן זייער א קאנטערווערסיאלע זאך, ס'קען זיין אז מ'גייט עס מעקן, אבער איך שרייב עס. און אז די מנהלים פארשטייען אז מ'דארף מעקן, הרשות בידם.
די נושא איז "מעקן"
כמעט יעדער דא (אזוי מיין איך) האט שוין געהאט אמאל, אז ער האט עפעס געשריבן און שפעטער האט ער באמערקט אז ס'איז נעלם געווארען,
וואס איז? די חשובע מנהלים האבען איינגעזעהן אז ס'פאסט נישט אדער באלאנגט נישט דא האבען זיי עס אפגעמעקט, און גערעכט זענען זיי, ס'דארף זיין ערענסטע אידן וואס זאלען קאנטרעלירן אז ס'זאל האבען די פנים וואס ס'האט ב"ה,
נאר איין קלייניקייט וואס איך וואלט געוואלט בעטען איז, ווען מ'מעקט עפעס פון א שרייבער, אויב מעגליך ביטע מעלדען פארן שרייבער און אישית אז דיין תגובה איז געמעקט געווארען ווייל די און די סיבה,
וואס מ'פארדינט איז צוויי פאכיג,
דער שרייבער ווייסט פארוואס מ'האט געמעקט און ער ווייסט אז מער זאל ער דאס אדער די וועג נישט שרייבן,
און נאך, די מנהלים וועלען האבען סאך ווייניגער ארבעט, מקען עס אפילו שרייבן ברבים, למשל ווען מ'טענה'ט זיך און די טענער פארען ארויף זאל די מנהל זאגען אז דאס און דאס איז אביסעל אויסער די גרעניץ און אויב ס'גייט ווייטער וועט מען מיזן מעקען,
אדער ווען מ'פארשפארט א אשכול זאל מען שרייבן אז די אשכול איז פארשפארט פאר די און די סיבה (אזוי ווי קרעטשמער האט געטוהן ביי די אשכול "וואס אנדערע ירושלים'ע איינוואינער זאגען")
אזוי ווייסט מען אז דא איז מען ארויס פון די גדרים און מ'זאל מער אבאכט געבען,
נאך אלעם, זענען דא אסאך חשוב'ע יונגעלייט וואס געבען אוועק פון זייער צייט צו מהנה זיין אנדערע אידן, און אזויפיל קומט זיך זיי אז נאכען קלאפען און טייפען, מעקען און פאררעכטען, און אוועק געבען צייט, אז אויב האבען זיי עפעס נישט גוט געשריבן אז מ'זאל זיי איינמעלדען, נישט אזוי?
איך בעט גראד איבער אויב איינער איז חלילה געטשעפעט געווארען, איך מיין נאר לתועלת,
מנהלים אויב מעקט איר דאס, ביטע לאזט וויסען פארוואס :)
גראסיאס.
Advertisement
מאנטאג אוקטובר 12, 2009 9:12 pm
געלעגער, איך פארשטיי אז דיין ציהל איז די "מיין קינד טרעף מיך אשכול", די אשכול איז שוין די צווייטע מאל אראפגעפארן צוליב די הויכע טענער, איך פארשטיי אז די הנהלה גייט עס צוריקשטעלן, איך האב אבער נישט גערעדט צו קיינעם דערוועגן.. בעסער געזאגט נישט באקומען קיין תירוץ דערוועגן..
אבער אין דזשענערעל, ווען די הנהלה מעקט, ובפרט א סינגל תגובה צוליב די תקנות, שרייבן זיי, אמאל אויפן פלאץ פונעם ג'מעקטן תגובה/ווארט, און אמאל אין אישית.. די תגובה איז געמעקט געווארן צוליב די און די סיבה..
מאנטאג אוקטובר 12, 2009 9:20 pm
וויכי פערצופאל האב איך נישט גערעדט פון די אשכול וואס די צייכענסט צו, איך האב ניטאמאל באמערקט אז ס'איז נישטא,
איך רעד אין דזשענערעל!
און וואס די זאגסט אז מ'שרייבט יא און אישית, מיר האבען נאך נישט זוכה געוועהן דערצו....
מאנטאג אוקטובר 12, 2009 9:23 pm
זייער א וואלידער פוינט ,
עפעס א מין עונש , , א סיקרעט סערוויס , וואס במחשכים מעשיהם ,דרייען זיך ארום אין שפיאנירן , און כחומר ביד היוצר , כן אנחנו בידיהם , אן קיין מעלדונג , אן קיין שטעלונג ,
וויזוי קען מען פאררעכטן אז מען ווייסט נישט וואס ? ...........
ווען יעדער איז מסכים , און יעדער באשטייט ווען וואלט מען עס אויך געמעקט , ?
געוועהנליך ווייס איך אז אין א קרעטשמע טוט זיך א געפילדער , א גערויש , א געטימל , א טענעריי , זה מותיב וזה מפרק ,
כוויל נישט שרייבן נאך , ווייל כא מורא פאר מחיקה ,
מאנטאג אוקטובר 12, 2009 10:06 pm
ווען די מנהלים זאלן דארפן שיקן אין אישית פאר יעדן נמחק, וואלט די פראצעדור פארנומען צופיל פון זייער סייווי איבערגעשטרענגטע צייט, ואתכם הסליחה.
מאנטאג אוקטובר 12, 2009 10:34 pm
מיט א שטיק צייט ציריק בין איך אינגאנצען אנפגעשפארט געווארען פוןשרייבן אין די קרעשטמע. איך האב דעמאלץ געהאלטען אז עס איז געועון גאר שטארק אומיושרדיג, אין איך האב אויף דעם בכלל נישט באקימען ווארענונגען פארדעהם.
איך האב אין אישית געפרעגט פארוואס מען האט עס געטין צו מיר אין עס האט גענימען זייער לאנג ביז איך האב באקימען א ענפער, אין ווען איך האב שויין יא באקימען איז עס געוועהן זייער מיעס געשריבן בכלל נישט פאסיג פאר אזא חשובע פארום.
איך וויל נישט מזאל ווידער מעקען וואס איך שרייב יעצט, אבער איך וואלט זייער געוואלט דא ארויפשטעלן דע שמיעס וואס איך האב דעמאלץ געהאט איןאישית,וירא הקהל וישפוט, לאמיר הערען וואס דער עולם זאגט צו אזא פארשפאראכץ.
מאנטאג אוקטובר 12, 2009 10:34 pm
קרעמער;
אזויפיל תגובות ווערן טאקע געמעקט?? וויי געוואלד.
געלעגער;
די תקנות האתר לויטען אז מען קען מעקן און טון מיט דיין הודעה וואס אימער און קיינער קען קיינע טענות נישט האבן.
ענדערש זאל דער "נמחק" זיין דער וואס בעט אין אישית פונעם מנהל פארוואס מען האט געמעקט זיין הודעה.
מאנטאג אוקטובר 12, 2009 10:51 pm
משולם, די הנהלה האט די רעכט חוסם צו זיין, און צו מעקן, אבער זיי טוען עס געווענליך נאר ווען ס'פעהלט עכט אויס..
און מיין נישט, אז איך ווער נישט געמעקט, מ'האט מיר שוין געמעקט א באנטש!!
געלעגער, איך כאפ יעצט, אז די לעצטע מאל וואס האב באקומען אפישעל (היינט באקום איך נאר אנאפישעל..) נאוטיס איז געווען ווען ס'איז נאכנישט געווען אזוי ביזי דא..
אבער דו זעהסט אויך אסאך מאל די הנהלה שרייבט אריין א ווארט.. ביטע זיך האלטן רואיג, וכד'..
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 5:51 am
שוועמעל, איך האב איבערגעקוקט מיינע ווערטער און איך זעה נישט קיין ווארט טענות חלילה,
און נאכאמאל, אויב איינער האט נישט גוט פארשטאנען, מיר שעצען זייער די הנהלה, פארן צושטעלען אזא פלאץ, ס'איז נישטא די ווערטער און מויל זיך צו באדאנקען, דער אייבערשטער וועט זיי זיכער באצאלען,
די רעדע איז נאר אז ווען זיי מעקען שוין יא, זאלן זיי פשוט איינמעלדען ברבים אדער באישית אז מהאט געמעקט ווייל.....
קרעמער די זאגסט אז צייט איז די פראבלעם?
איך מיין אז ס'גייט שפארן אסאך צייט, און אויך, עגמת נפש פאר די שרייבערס דא,
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 8:05 am
מ'האט מיר שוין צוויי מאל געמעקט. איינמאל איז עס געווען ממש א ישועה ווייל כ'האב נישט געהאט אליין די קוראזש צו מעקן און א צווייט נאל איז געווען א נושא וואס די הנהלה האט אפגעמאכט אז ס'קען גיין ווייט און אלל-אוו-עי-סודען איז עס געווען געמעקט. אבער טענות? חלילה! ס'איז נישט מעגליך אנצוהאלטן די סטאנדארט פונעם פארום אנדערש. אבער א מעלדונג פריוואט וואלט געווען שיין, נישט יעדע מאל ווען מ'מעקט, נאר ווען מ'זעהט אז איינער איז אביסל "צולאזט" מעג מען אים געבן אן אזהרה.
כ'האף מ'וועט נישט מעקן דעם תגובה...
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:06 am
דעתי הדל וואלט געזאגט אז די הנהלה וואלט געברויכט עפענען אט דער מחיקה אשכול, וואו זיי זאלן ארויפלייגן אינפארמאציע איבער געמעקטע אשכולות אד"ג און אויב איז דאס אראפגעפאלן צוליב א מיספארשטענדעניש, זאלן זיי קלאר שרייבן אז עס גייט צוריקגעשטעלט ווערן.
כבין מסתמא נישט געווען דער איינציגסטער וועלכער האט זיך נעכטן געלייגט מיט שולד געפילן אז דער אשכול איז אראפגעפארן צוליב מיינע ווערטער...
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:24 am
טייערע אידן, סגלייבט זיך שווער, אבער סאיז דאך א פאקט: דער אשכול פון טרעק 5 איז מער נישט צווישן אונז!!!...
סאיז געווען א גזירה מן המנהלים! לאמיר עס מקבל זיין באהבה!
טייערע ר' פרייליכערהייט, איזאק און געלעגער און אלע קרובים אל החלל, זעט אז דאס זאל מער נישט פאסירן...
אוי נא לנו כי חטאנו!!!
לאמיר זיך פארנעמען עפעס לע"נ דעם נפטר...
ובלע המות לנצח...
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:25 am
כ'האב עס פריער געזען, אבער יעצט שוין ווייטער נישט...
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:26 am
דער אשכול וועט בקרוב צוריקקומען, אבער מסתמא אן די דיונים איבער טרעק 5. ס'איז געווארן צו היציג פאר אונזער אטמאספערע.
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:29 am
חחחחחחח עס עפעס.
מיר גייט אין די לינקע פיאה ווען מ'מעקט עפעס פון מיר, ווייסט פארוואס ? ווייל איך קען נישט גענוג אפדאנקן די מנהלים פארן טון אן ארבייט אן באצאלט, איך דאנק זיי אין מחשבה יעדן טאג, סאו אז זיי באשליסן אז עפעס פון מיר טויג נישט זאל עס אראפגיין, זיי דארפן מיר נישט מעלדן גארנישט.
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:29 am
שקויעך פאר די אינפאו מאשקע.
אבער וואספארא פנים וועט דער אשכול דאן האבן?
ווי א הונט אנעם וויידל! ווי א פיש אן וואסער! אדער גאר ווי א נייע טעיפ אן קיין איסור...
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:32 am
עס עפעס, לאמיר אנהייבן צו האקן אויף טרעק # 11...
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:34 am
יעצט שרייבענדיג די שורות שטייט גאנץ אונט ביי פארומס הויפט בלאט אזוי "268021 סך הכל הודעות" און די לעצטע תגובה איז די תגובה פון דעם אשכול וואס עס עפעס האט געשריבן. און ווען מען וועט קוקן די נאמבער פון די לעצטע תגובה וועט מען זען אז עס שטייט 275966. ווען מען וועט אויסרעכענען די חילוק פון די נאמבער וואס שטייט אויף די הויפט בלאט, און די נאמבער וואס ס'שטייט ביי די לעצטע תגובה וועט מען זען אז עס פעלט 7947 תגובות.
העמיר גיין ווייטער אביסל.
די יעצטיגע
ערשטע תגובה דא אויף אונזער סייט, וואס איז שוין אין אמת'ן אריין די דריטע תגובה, ווייל די ערשטע צוויי זענען געמעקט געווארן (מסתם איז עס געווען געשריבן צו טעסטן די סייט) איז געשריבן געווארן דאנערשטאג יוני 22, 2006.
דאס מיינט אז אין ווייניגער ווי דריי און א האלב יאר האט מען אינגאנצן אויסגעמעקט 7947 תגובות.
דאס איז אלעס פון תגובות וואס איז אינגאנצן אויסגעמעקט געווארן. למעשה איז דא אויך זייער אסאך תגובות וואס ווערן נאר אריינגעשלעפט אין אפיס. דאס מיינט אז עס איז סאך מער פון 7947 געמעקט תגובות.
מעקן א תגובה איז א ארבעט וואס פעלט אויס צו דריקן צוויי קנעפלעך. אויב דארף מען צוריקשרייבן עפעס פאר יענעם אין אישית איז עס ארבעט פון ווי לאנג? ווענד זיך וואס מען דארף אלץ טון. איז גענוג אז מען שרייבט סתם, האלאו, זאלט איר וויסן אז מיר האבן געמעקט א תגובה פון דיר? אדער דארף מען צושרייבן וואס עס איז געשטאנען אין די תגובה? אדער דארף מען אויך שרייבן א סיבה דערביי? יעדע נעמט לענגער און לענגער.
און וואס איז נאכדעם? יענער גייט צוריקשרייבן עפעס, און קען זיין אז דער מעקער וועט ווייטער דארפן צוריקשרייבן.
יעצט וויפיל צייט דארף דער מעקער אויסגעבען ווייל ער האט איינגעזען אז ער דארף מעקן א געוויסע תגובה?
-------
אז איך שרייב שוין יא, לאמיר ארויסגעבען סודות פון אפיס.
מען האט שוין אסאך מאל איינגעפירט אז ווען איינער מעקט עפעס זאל מען שרייבן יענעם אין אישית, און רוב מאל האט עס טאקע געברענגט נאך בריוון וואס דער מנהל האט געדארפט ענטפערן, אבער מען האט ווייטער געשיקט כמעט א יעדעס מאל ווען מען האט געמעקט.
אבער למעשה איז במשך די צייט צוגעקומען אסאך אסאך מעמבערס, און מיט זיי איז צוגעקומען אסאך אסאך תגובות, און מיט די סאך תגובות איז מיטגעקומען סאך מער פראבלימאטישע תגובות, ממילא קען מען שוין נישט שיקן אן אישית א יעדעס מאל וואס מען מעקט א תגובה. און אלע וואס פילן זיך געטראפן דורך דעם וואס זיי באקומען נשיט קיין אישית נאכן ווערן געמעקט, קען איך נאר זאגן איי עם ווערי סארי, באט מיר קענען נישט נאכקומען די פארלאנג פון די אישית'ער וואס דארפן געשיקט ווערן.
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:34 am
איזאק, גראדע האבעך שוין געקלערט דערפון. לאמיר ווארטן פרייליכערהייט זאל אויפקומען מיט עפעס זאכליכע קריטיק.
עטליכע פארשלאגן: אזא מין השכלה מען רעדט צו א ניי-געבוירן קינד און מען זאגט אים שוין אז די וועלט איז שלעכט און סאיז דא אסאך צו פאררעכטן...
נו, הייבטס אן...
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:38 am
בכלל מאכט נישט קיין סענס צו זאגן פאר א ניי געבוירן קינד ' גיי נישט אוועק' קען ער דען שוין גיין ? דאס איז פלעין ליצנות....
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:43 am
בלע"ז זאגט מען על או על, איזאק!!!
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:46 am
מען דארף אויך דערמאנען די סבלנות !די הנהלה האט א מאקסימאם סבלנות וואס איך האב מיטגעהאלטן מיט איינעם. בלייבט נאר צו וואונטשען כה לחי,כה יתן וכה יוסף.
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:47 am
איך שטעל מיך פאהר אז מיט אזאנע קאמפיוטער \ פראגרעם קענער וואס מיר פארמאגן דא אינעם קרעטשמע , קען ווערן אויטאמאטיש געשיקט א קליין בריוועלע צום באטרעפנדע , דאס איז איינס ,
נאכדעם , וועגן צייט , קודם כל , ווייל עס דויערט טאקע נאר א קוועטש מיט צוויי קנעפ , יענעם צו מעקן , אפשר ווערן טאקע געמעקט זאכן שלא ביושר , כ'מיין טענות קען מען עניוועי נישט האבן , אבער די אפעטיט פון שרייבן , אדער מגיב זיין גייט אאוטומאטיש פארביי , שטייענדיג בספק , שמא וועט די הנהלה מחליט זיין אין א בלינק אף די איי , אז סטויג נישט ,
אפשר זאל מען אנשטאט מעקן שיקן א סטענדערט ווארענונג , פארן כותב , אז ער זאל מוחל זיין , משנה זיין , זיין ווערק ווייל ער איז אויף די שווארצע ליסטע ,
און דאכטצעך , אז פון די "האלבע ווערטער פלעכטן אשכול" האט מען נאך קיינמאהל נישט געמעקט , און פון די "עפען נישט אויף נאר אויב איהר שרייבט א תגובה" אויך נישט , , הייסט עס אן איינלאדענונג צו שרייבן ווי מער שטותים , און סתם שטיפעריי ,
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 10:22 am
טריאו, גוט מסביר געווען.
דינסטאג אוקטובר 13, 2009 11:08 am
אויף וויפיל איך געדענק, האט מען מיר בסך הכל 1 מאל (וואס?!) געמעקט א תגובה, און פאר א פארשטענדליכע סיבה, און איך האב נישט קיין שום פארדרוס אויף די חשובע מנהלים און אחראים דערפאר, אדרבה! איך שעץ זייער ארבעט, נאר אזוי קען מען האלטן די פלאץ ריין.
אויב האב איך יא טענות (האב איך דען?) איז עס איבער 'די ענין פון חסימה' איך האלט נישט אז ס'איז אויסגעהאלטן ארויסצוווארפן ניקס פון דא, ווי וועלן זיי גיין פאשען אז זיי קענען מער זיך נישט דרייען דא? די אנדערע ניקס אויף וועמענס אחריות??! שוין, מיכא'ל האט שוין א ניגון דערוועגן....
--------
פרייליכער, 99% פון מיינע תגובות זענען נישט אין יענע 2 אשכולות און דאך האט מען מיר כמעט נישט געמעקט.