Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג אוגוסט 08, 2006 9:47 pm

WOW אזויפיל ווערטער אין אידיש איז אין פיר ווערטער ענגליש. ;p1;

Advertisement

דאנערשטאג אוגוסט 10, 2006 2:35 pm

אזוי וואלטסטו ווען געברויכט שרייבן/טייפן/קלאפן, אזויפיל ווערטער אין אידיש איז פיר ווערטער אין ענגליש.

דאנערשטאג אוגוסט 10, 2006 2:38 pm

גערעכט פענסטער, היינט ווען כאב געזעהן די תגובה, האביך קוים געכאפט פון וואסירעדזיך.

דאנערשטאג אוגוסט 10, 2006 2:39 pm

דו האסט דאך עס געשריבן, ניין.

דאנערשטאג אוגוסט 10, 2006 2:41 pm

גערעכט, און דאך ליידער, נו וויאזוי גייט דאס ווערטל פון זונטאג ביז מאנטאג.

דאנערשטאג אוגוסט 10, 2006 2:49 pm

וויאזוי?

דאנערשטאג אוגוסט 10, 2006 2:53 pm

כאב זיך בארעכנט נישט צו שרייבן קלאר די ווערטל, צוליב א טעם הכמוס, ווער ס'פארשטייט פארשטייט.

דאנערשטאג אוגוסט 10, 2006 2:54 pm

פארצייל מיר די טעם כמוס, כמיין מ'שטיינס געזאגט זעמיר דאך גוטע פריינט, כ'וועל פאר קיינעם נישט פארציילן, אקעי?

דאנערשטאג אוגוסט 10, 2006 2:59 pm

אז דו העסט נישט פארציילן וועל איך דיר זאגן, סיז כמוס.

דאנערשטאג אוגוסט 10, 2006 3:13 pm

אוקיי, איך גיי איין.

מיטוואך ינואר 30, 2008 4:12 pm

איך זיץ דא מיט א שמייכעל אויף מיין פנים לינענדיג דער אשכל טיף טיף אינעם אפגרונד פון די קרעטשמע.

עס איז נישט צו גלייבען אז קוים מיט א קנאפע 18 חדשים צוריק איז ען געטאנצען פאר שמחה צום פינף הונדערטסטע תגובה.

איך וויל הערען פון די מייסדים ומנהלים, האט עטס געגלייבט אז עס וועט אזוי מצליח זיין?

און וואס איז אייער חלום אויף ווייטער?

מיטוואך ינואר 30, 2008 4:15 pm

אנדי פעטיט האט געשריבן:איך זיץ דא מיט א שמייכעל אויף מיין פנים לינענדיג דער אשכל טיף טיף אינעם אפגרונד פון די קרעטשמע.

עס איז נישט צו גלייבען אז קוים מיט א קנאפע 18 חדשים צוריק איז ען געטאנצען פאר שמחה צום פינף הונדערטסטע תגובה.

איך וויל הערען פון די מייסדים ומנהלים, האט עטס געגלייבט אז עס וועט אזוי מצליח זיין?

און וואס איז אייער חלום אויף ווייטער?

מיין תירוץ איז, א גרויסע ניין.

מיטוואך ינואר 30, 2008 4:17 pm

קאם אן!!!!!

גיב מיר נישט איין ווארט!! א ניין!

איך וויל הערן מער!

וואס האט עטס געחלומט? וואס איז געווען די פלאן?

מיטוואך ינואר 30, 2008 5:16 pm

אנדי, זיי נישט ברוגז ער האט דיר געגעבן א 'גרויס ניין' איט גאטא קאונט עז מאר דען וואן.

איי איי נאסטאלגיע, עס קוקט אויס ווי מיר האבן דאן געלערנט אין כתה ב', מען קריגט זיך אויף קש ותבן... יו לאך איך פון די טיפיקל פענסטער'ס תגובות, עניוועי העמער ווארטן אויף קרעמער ער העט שוין געבן א מעכטיגע אנעליז פון די הנהלה'ס שטאנדפונקט, און זארעך (איינער דענקט נאך ווער דאס איז) העט מאכן א שטיקל עדיטאריעל דערמיט.

טענקס אנדי פאר די שפייאכטס וואס דו האסט מיר ארויפגעברענגט.

מיטוואך ינואר 30, 2008 5:18 pm

איך קען קוים ווארטען.

מיטוואך ינואר 30, 2008 8:14 pm

יאנאש באשיסט מיך מיט א שווערע אויפגאבע, איך האב נישט אויפן מאמענט דאס געפאדערטע צייט איבערצובליקן די ערשטע 5 בלעטער פון דעם אשכול, אבער צו ענטפערן אין קורצן אויף אנדי'ס אנפראגע: א הילכיגן ניין! (גרעסער ווי טריאו'ס). און אונזער חלום איז יעצט צו לעבן מיטן טאג טעגליכן (מיר קומען נישט נאך דעם פארלאנג פון פרישע מעמבערס אריינצוקומען, און מיר האלטן אין איין אויפנעמען פרישע אחראים אויף פרישע פורומים).

אז מיר האלטן שוין כמעט ביי 100,000 תגובות אין קנאפע 20 מאנאטן, קען זיך שוין גרינגער פארשטעלן די מיליאנסטע תגובה (משיח זאל אודאי פריער קומען).

דאנערשטאג ינואר 31, 2008 5:35 pm

קרעמער, נעכטן ווען מ'האמיר גערעדט איבער די אויפבליה פון די קרעטשמע, האבעך נישט געזען דעם אשכול... וויאזוי זאגט יאנאש? עס קוקט אויס מ'האמיר געלערנט אין כתה ב'.

הגם מ'קען זאגן, אז אין א געוויסן זין איז יעמאלט געווען היימישער און בע'טעמ'טער, עס איז געווען מער א ברייטקייט אין אלע הינזיכטן. נאבער, מ'האמער פארט געוואלט גרויס ווערן, און דאס איז געשעהן פיל מער ווי מ'האמיר זיך געקענט פארשטעלן.

דאנערשטאג יוני 16, 2011 9:39 pm

דאס איז מיין 500 תגובה, צום ערשטן מאל נאכן קראך

דאנערשטאג יוני 16, 2011 9:44 pm

איך האט שוין דערנאך.

דינסטאג ספטמבר 06, 2011 12:34 pm

קרעמער האט געשריבן:יאנאש באשיסט מיך מיט א שווערע אויפגאבע, איך האב נישט אויפן מאמענט דאס געפאדערטע צייט איבערצובליקן די ערשטע 5 בלעטער פון דעם אשכול, אבער צו ענטפערן אין קורצן אויף אנדי'ס אנפראגע: א הילכיגן ניין! (גרעסער ווי טריאו'ס). און אונזער חלום איז יעצט צו לעבן מיטן טאג טעגליכן (מיר קומען נישט נאך דעם פארלאנג פון פרישע מעמבערס אריינצוקומען, און מיר האלטן אין איין אויפנעמען פרישע אחראים אויף פרישע פורומים).

אז מיר האלטן שוין כמעט ביי 100,000 תגובות אין קנאפע 20 מאנאטן, קען זיך שוין גרינגער פארשטעלן די מיליאנסטע תגובה (משיח זאל אודאי פריער קומען).

קרעמער? ביסט נאך אלץ פעסעמיסטיש וועגן די מיליונסטע תגובה? ס'זעט נישט אויס צו ווייט..

מאנטאג דצמבר 05, 2011 10:04 am

האב איך מיך שוין א שטיקל שאקל געגעבן איך זעה איך האלט שוין אריבער דעם חמש מאות, נו שוין אבי געזונט.

פרייטאג יולי 06, 2012 2:09 am

534583 סך הכל הודעות קרעמערס חלום וועט נאך איין טאג פארפילט ווערן?

פרייטאג מרץ 28, 2014 3:06 pm

קוקט ווי מען פרייט זיך צו די פינף הונדערסטע תגובה, א נומער וואס געשעט מסתם מדי יום ביומו...
שרייב א תגובה

Advertisement